1מײַן גײַסט איז צעװײטאָקט,
מײַנע טעג זײַנען פֿאַרלאָשן,
דער קבֿר
[1] איז פֿאַר מיר.
2פֿאַר װאָר, שפּעטער זײַנען מיט מיר,
און אױף זײער ערגערן מוז רוען מײַן אױג.
3קער זיך צו, איך בעט דיך,
זײַ עָרבֿ פֿאַר מיר בײַ דיר אַלײן;
װער דען זאָל מיר אַ האַנטשלאָג געבן?
4װאָרעם זײער האַרץ האָסטו פֿאַרבאָרגן פֿון שׂכל,
צום ריכטיקן טוסטו זײ נישט דערהײבן.
5דער װאָס מסרט פֿון חֵלֶק װעגן חבֿרים,
אַזש אױסגײן זאָלן די אױגן פֿון זײַנע קינדער!
6יאָ, ער האָט מיך געשטעלט פֿאַר אַ װערטל בײַ לײַט,
און צו שפּײַען אין פּנים בין איך געװאָרן.
7און טונקל פֿון ערגערניש איז מײַן אױג,
און מײַנע גלידער זײַנען װי אַ שאָטן אַלע.
8די רעכטפֿאַרטיקע װערן צעגרױלט דעריבער,
און דער אומשולדיקער װערט אױפֿן זינדיקן אױפֿגעבראַכט.
9און דער גערעכטער זאָל אָנהאַלטן זײַן װעג,
און דער װאָס האָט רײנע הענט זאָל מערן שטאַרקײט!
10איר אַלע אָבער קומט אַקאָרשט װידער אַהער,
און איך װעל נישט געפֿינען אַ קלוגן צװישן אײַך.
11מײַנע טעג זײַנען פֿאַרגאַנגען,
מײַנע געדאַנקען זײַנען צעריסן –
די טראַכטענישן פֿון מײַן האַרצן.
12נאַכט פֿאַר טאָג מאַכן זײ:
נאָנט איז דאָס ליכט װײַל עס איז פֿינצטער.
13אַז איך ריכט זיך אױף דער שְׁאֹול װי מײַן הײם,
אין פֿינצטערניש בעט איך אױס מײַן געלעגער,
14צום קבֿר {שַׁחַת}
[2] רוף איך: ביסט מײַן פֿאָטער!
מײַן מוטער און מײַן שװעסטער צום װאָרעם,
15הײַנט װוּ דען איז מײַן האָפֿענונג?
יאָ, מײַן האָפֿענונג װער װעט זי אָנזען?
16צו די ריגלען פֿון שְׁאֹול װעט זי נידערן,
װען אין אײנעם אין שטױב װעלן מיר רוען.