AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Job 7
◄ Job 6
Job 7
אִיובֿ 7
Job 8 ►
1פֿאַר װאָר, דינסטצײַט האָט דער מענטש אױף דער ערד,
און װי טעג פֿון אַ געדונגענעם זײַנען זײַנע טעג.
2װי אַ קנעכט װאָס שמאַכט נאָך שאָטן,
און װי אַ געדונגענער װאָס האַרט אױף זײַן לױן,
3אַזױ האָב איך מיר צוגעטײלט געקריגן חדשים פֿון אומגליק,
און נעכט פֿון מאַטערניש האָט מען מיר צוגעצײלט.
4אַז איך לײג זיך, זאָג איך: װען װעל איך אױפֿשטײן?
און די נאַכט ציט זיך, און איך װער זאַט מיט װאַרפֿעניש ביזן פֿרימאָרגן.
5מײַן לײַב איז באַקלײדט מיט װערעם און שטיקער ערד,
מײַן הױט פּלאַצט און װערט צעקראָכן.
6מײַנע טעג זײַנען פֿלינקער פֿון אַ װעבשיפֿל,
און װערן פֿאַרלענדט אָן אַ האָפֿענונג.
7געדענק, אַז אַ הױך איז מײַן לעבן,
מײַן אױג װעט נישט אָנזען מער גוטס.
8מיך װעט מער נישט אָנקוקן דאָס אױג פֿון מײַן זעער,
דײַנע אױגן זײַנען אױף מיר, און שױן בין איך נישטאָ.
9פֿאַרלענדט װערט אַ װאָלקן און פֿאַרגײט,
אַזױ דער װאָס נידערט אין שְׁאֹול, װעט נישט אַרױפֿקומען.
10ער װעט זיך מער נישט אומקערן אין זײַן הױז,
און זײַן אָרט װעט אים מער נישט קענען.
11דערום װעל איך נישט פֿאַרמײַדן מײַן מױל,
איך װעל רעדן אין דער קלעמעניש פֿון מײַן געמיט,
איך װעל קלאָגן אין דער ביטערקײט פֿון מײַן זעל {נפֿש}.
12בין איך אַ ים, אָדער אַ ים-חיה,
װאָס דו שטעלסט אַ װאַך איבער מיר?
13אַז איך זאָג: מײַן בעט װעט מיך טרײסטן,
מײַן געלעגער װעט מיטטראָגן מײַן קלאָג,
14שרעקסטו מיך מיט חלומות,
און מיט זעונגען גרױלסטו מיך.
15און מײַן זעל װיל בעסער דערװאַרגעניש,
טױט, אײדער די דאָזיקע בײנער מײַנע.
16מיר איז נימאס; איך װעל אײביק נישט לעבן,
לאָז אָפּ פֿון מיר, װאָרעם אַ הױך זײַנען מײַנע טעג.
17װאָס איז דער מענטש, אַז דו זאָלסט אים גרײסן,
און אַז דו זאָלסט לײגן אױף אים דײַן האַרץ,
18און אים דערמאָנען אַלע פֿרימאָרגן,
אַלע רגע אים פּרוּװן?
19װי לאַנג װעסטו זיך נישט אָפּקערן פֿון מיר?
מיך נישט אָפּלאָזן ביז איך שלינג אַראָפּ מײַן שפּײַעכץ?
20אַז איך זינדיק,
װאָס טו איך דיר, היטער פֿון דעם מענטשן?
פֿאַר װאָס האָסטו מיך געמאַכט פֿאַר דײַן צילברעט,
אַז איך בין געװאָרן זיך אַלײן צו לאַסט?
21און װאָס פֿאַרגיסטו נישט מײַן פֿאַרברעך,
און טוסט נישט אָפּ מײַן זינד?
װאָרעם אַצונד װעל איך ליגן אין שטױב,
און װעסט מיך זוכן, און איך װעל נישט זײַן.
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Job 6Job 8 ►