AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Job 20
◄ Job 19
Job 20
אִיובֿ 20
Job 21 ►

1האָט געענטפֿערט צופֿר דער נַעַמָתי, און האָט געזאָגט:

2דערום ענטפֿערן מיר מײַנע געדאַנקען –
פֿון װעגן װאָס איך שפּיר אין מיר:
3דעם שטראָף {מוסר}[1] פֿון מײַן שאַנד האָב איך געהערט,
און אַ גײַסט פֿון מײַן פֿאַרשטאַנד ענטפֿערט מיר.
4װײסטו דאָס װאָס איז פֿון אײביק אָן,
פֿון זינט דער מענטש איז געמאַכט אױף דער ערד?
5אַז דאָס געזאַנג פֿון רשעים איז אױף קורצן,
און די שׂימחה פֿון זינדיקן אױף אַ רגע?
6װען ביזן הימל זאָל אַרױפֿגײן זײַן הײך,
און זײַן קאָפּ זאָל ביזן װאָלקן דערגרײכן,
7װעט ער װי זײַן אײגן קױט אױף אײביק אונטערגײן;
זײַנע זעער װעלן זאָגן: װוּ איז ער?
8װי אַ חלום װעט ער אַװעקפֿליען, און מע װעט אים נישט געפֿינען,
און ער װעט פֿאַריאָגט װערן װי אַ זעונג פֿון דער נאַכט.
9דאָס אױג האָט אים אָנגעקוקט, און נישט מער,
און מער װעט אים נישט אָנזען זײַן אָרט.
10זײַנע קינדער װעלן פֿאַרגיטיקן די אָרימע,
יאָ, זײַנע אײגענע הענט װעלן צוריקגעבן זײַן גוטס.
11זײַנע בײנער זײַנען פֿול מיט זײַן יוגנט,
אָבער מיט אים אין שטױב װעט זי זיך לײגן.
12הגם זיס איז דאָס בײז אין זײַן מױל,
ער באַהאַלט עס אונטער זײַן צונג,
13ער שױנט עס, און לאָזט עס נישט אָפּ,
און האַלט עס צו אױף זײַן גומען,
14װערט זײַן שפּײַז פֿאַרקערט אין זײַנע אינגעװײד,
גאַל פֿון שלאַנגען איז אינעװײניק בײַ אים.
15פֿאַרמעג האָט ער אײַנגעשלונגען, און װעט עס אױסברעכן,
פֿון זײַן בױך װעט עס אֵל אַרױסטרײַבן.
16גיפֿט פֿון שלאַנגען פֿלעגט ער זױגן,
װעט די צונג פֿון אַ נאָטער אים הרגען.
17ער װעט נישט אָנזען די בעכן,
די טײַכנשטראָמען פֿון האָניק און שמאַנט.
18ער גיט צוריק זײַן מי, און װעט עס נישט אַראָפּשלינגען,
װי שטאַרק זײַן פֿאַרמעג, װעט ער זיך דערמיט נישט אָנפֿרײען.
19װײַל ער האָט צעדריקט, הפֿקר געלאָזט די אָרימע,
געגזלט אַ הױז װאָס ער האָט נישט געבױט.
20װײַל ער האָט נישט געװוּסט קײן רו אין זײַן לײַב,
װעט ער מיט זײַן שאַץ נישט אַנטרונען װערן.
21נישטאָ קײן איבערבלײַב פֿון זײַן פֿרעסערײַ,
דערום װעט זײַן גוטס נישט געװערן.
22װען זײַן קראָפּ איז פֿול, װעט אים ענג װערן,
װוּ אַ האַנט פֿון אַן אומגליקלעכן, װעט קומען אױף אים.
23ער װעט האַלטן בײַ אָנפֿילן זײַן בױך,
װעט ער (ג-ט) אָנשיקן אױף אים זײַן גרימצאָרן,[2]
און מאַכן רעגענען אױף אים מיט זײַן שפּײַז.
24ער װעט אַנטלױפֿן פֿון אַן אײַזערנעם װאַפֿן,
װעט אים דורכלעכערן אַ קופּערנער בױגן.
25ער טוט אַ צי, און עס קומט אַרױס פֿון לײַב,
יאָ, די בליציקע פֿײַל גײט אַרױס פֿון זײַן גאַל;
אימות זײַנען אױף אים.
26גאָרע פֿינצטערניש איז באַהאַלטן פֿאַר זײַנע אוֹצרות,
אים װעט פֿאַרצערן אַ פֿײַער פֿון קײנעם נישט אױפֿגעבלאָזן;
עס װעט אָפּעסן דעם איבערבלײַב אין זײַן געצעלט.
27די הימלען אַנטפּלעקן זײַן זינד,
און די ערד שטעלט זיך אױף קעגן אים.
28אַװעק װעט דער אײַנקום פֿון זײַן הױז,
עס װערט צערונען אין טאָג פֿון זײַן צאָרן.
29דאָס איז דער חלק פֿון דעם שלעכטן מענטשן פֿון אלֹקים,
און זײַן באַשערטע ירושה פֿון אֵל.
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Job 19Job 21 ►