AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Ecclesiastes 5
◄ Ecclesiastes 4
Ecclesiastes 5
קהלת 5
Ecclesiastes 6 ►

1 זאָלסט נישט זײַן האַסטיק מיט דײַן מױל, און דײַן האַרץ זאָל זיך נישט אײַלן אַרױסצולאָזן אַ װאָרט פֿאַר אלֹקים, װאָרעם אלֹקים איז אין הימל און דו ביסט אױף דער ערד; דערום זאָלן דײַנע װערטער זײַן װינציק. 2 װאָרעם אַ חלום קומט מיט פֿיל געשילדער, און דער קֹול פֿון אַ נאַרן מיט פֿיל װערטער.

3אַז דו ביסט מנדר אַ נדר צו אלֹקים, זאָלסטו זיך נישט שפּעטיקן אים צו באַצאָלן, װאָרעם ער האָט נישט ליב נאַרן; װאָס דו ביסט מנדר, באַצאָל. 4 בעסער זאָלסט נישט מנדר זײַן, אײדער זאָלסט מנדר זײַן און נישט באַצאָלן. 5 זאָלסט נישט דערלאָזן דײַן מױל צו פֿאַרזינדיקן דײַן לײַב, און זאָלסט נישט זאָגן פֿאַר דעם שליח פֿון אלֹקים, אַז דאָס איז געװען אַ פֿאַרזע. נאָך װאָס זאָל אלֹקים צערענען אױף דײַן קֹול, און צעשטערן דאָס װערק פֿון דײַנע הענט? 6 װאָרעם פֿון פֿיל חלומות און נאַרישקײטן קומען אַרױס פֿיל צוזאָגן, אָבער האָב מורא פֿאַר אלֹקים.

7 אַז דו זעסט די דריקונג פֿון דעם אָרעמאַן, און די באַרױבונג פֿון רעכט און גערעכטיקײט אין דער מדינה, זאָלסטו זיך נישט װוּנדערן אױף דער זאַך, װאָרעם איבער דעם הױכן גיט אַכטונג אַ העכערער, און נאָך העכערע איבער זײ. 8 און אַ מעלה פֿון אַ לאַנד אין אַלעם, איז אַ מלך איבערגעגעבן צו פֿעלד.

9 דער װאָס האָט ליב געלט קען זיך נישט אָנזעטן מיט געלט, און נישט װער עס האָט ליב רײַכטום – מיטן אײַנקום. דאָס אױך איז נישטיקײט. 10 אַז דאָס גוטס מערט זיך, מערן זיך זײַנע עסערס; און װאָס קומט אַרױס דעם אײגנטימער, אַחוץ דאָס אָנקוקן מיט זײַנע אױגן? 11 זיס איז דער שלאָף פֿון דעם װאָס אַרבעט, סײַ ער עסט װינציק, סײַ פֿיל, אָבער די זעט פֿון דעם עושר לאָזט אים נישט שלאָפֿן.

12 פֿאַראַן אַ פֿאַרדראָסיקער װײטאָג װאָס איך האָב געזען אונטער דער זון: אַן עשירות װאָס װערט געהיט פֿון דעם אײגנטימער אים צום בײזן. 13 און די עשירות װערט פֿאַרלאָרן אין אַ שלעכטן עסק; און אַז ער האָט אַ זון, בלײַבט גאָרנישט אין זײַן האַנט. 14 אַזױ װי ער איז אַרױס פֿון זײַן מוטערלײַב, גײט ער נאַקעט צוריק, אַזױ װי ער איז געקומען, און קײן זאַך נעמט ער נישט מיט פֿאַר זײַן מי, כּדי ער זאָל עס אַװעקטראָגן אין זײַן האַנט. 15 יאָ, דאָס אױך איז אַ פֿאַרדראָסיקער װײטאָג, װאָס גענױ װי ער איז געקומען, אַזױ גײט ער אַװעק; און װאָס קומט אים אַרױס װאָס ער מיט זיך פֿאַרן װינט? 16 דערצו פֿאַרצערט ער אַלע זײַנע טעג אין פֿינצטערניש, און ערגערט זיך אַ סך, און האָט ערגערניש און קרענקעניש און צאָרן.

17אָט װאָס איך האָב אײַנגעזען: בעסער און שענער װאָלט געװען צו עסן און טרינקען, און האָבן װױלטאָג פֿאַר זײַן גאַנצער מי װאָס ער מיט זיך אונטער דער זון אין די געצײלטע טעג פֿון זײַן לעבן װאָס אלֹקים האָט אים געשאָנקען; װאָרעם דאָס איז זײַן חלק. 18 און איטלעכער מענטש װאָס אלֹקים שענקט אים עשירות און גיטער, און גיט אים שליטה צו עסן דערפֿון, און צו נעמען זײַן חלק, און זיך װױל צו טאָן פֿאַר זײַן מי, איז דאָס אַ מתּנה פֿון אלֹקים. 19 יאָ, ער דאַרף געדענקען אַז די טעג פֿון זײַן לעבן זײַנען נישט פֿיל – װען אלֹקים באַװערט אים נאָך די פֿרײד פֿון זײַן האַרצן.

Brit Chadasha Footnote1 Timothy 6 →

1אלע, וואס זענען קנעכט אונטערן יאך, זאלן באטראכטן זייערע הארן ווי ראוי פון יעדן כבוד, כדי ה׳ס נאמען און די לערנונג זאלן נישט געלעסטערט ווערן. 2און די, וועלכע האבן הארן מאמינים, זאלן זיי נישט מבזה זיין, ווייל זיי זענען ברידער, נאר זאלן זיי נאך מער דינען, ווייל זיי זענען מאמינים און געליבטע, וועלכע האבן א חלק אין דער מתנה (פון ה׳). דאס זאלסטו לערנען און מזהיר זיין.

3אויב עמיצער לערנט אנדערש און שטימט נישט איין מיט געזונטע ווערטער, די (ווערטער) פון דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח, און דער לערנונג, וועלכע איז לויט יראת שמים, 4איז ער אויפגעבלאזן, ווייסט גארנישט, נאר קרענקט אויף שאלות און מחלוקת איבער ווערטער, פון וועלכע עס קומען ארויס קנאה, מחלוקת, לעסטערונגען, בייזע חשדים, 5וויכוחים פון מענטשן מיט א פארדארבענעם פארשטאנד און וואס עס פעלט זיי דער אמת, וועלכע מיינען, אז יראת שמים איז א מיטל צום געווין. 6יראת שמים אבער מיט צופרידנקייט איז א גרויס געווינס; 7ווארום מיר האבן גארנישט אריינגעברענגט אין דער וועלט, און קענען גארנישט ארויסטראגן; 8האבנדיק אבער שפייז און מלבושים, לאמיר זיין צופרידן מיט די דאזיקע. 9אבער די, וואס ווילן רייך ווערן, פאלן אריין אין א נסיון און אין א נעץ און אין פיל אומזיניקע און שעדלעכע פארלאנגען, וועלכע דערטרענקען די מענטשן אין אונטערגאנג און פארדארבונג. 10ווארום דער שורש פון אלעם שלעכטן איז די ליבע צו געלט; וואס אייניקע האבן געגלוסט און זענען פארפירט געווארן פון דער אמונה און האבן זיך אליין געקוועלט מיט א סך יסורים.

11דו אבער, ה׳ס מענטש, אנטרין פון די דאזיקע זאכן, און יאג נאך צדקות, יראת שמים, אמונה, ליבע, סבלנות, ענווה. 12אזוי געראנגלן זיך דעם גוטן געראנגל פון דער אמונה, כאפ אָן דאס אייביקע לעבן, צו וועלכן דו ביסט גערופן געווארן און האסט באקענט די גוטע באקענונג פאר א סך עדות. 13איך באפעל דיר פאר ה׳, וועלכער מאכט אלץ לעבעדיק, און פאר משיח יהושע/ישוע, וועלכער האט עדות געזאגט פאר פאנטיוס פילאטוסן די גוטע באקענונג, 14אז דו זאלסט אפהיטן דאס געבאט אָן א פלעק און אָן א פעלער, ביז צום נתגלה ווערן פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, 15וואס עס וועט ווייזן אין דער געהעריקער צייט דער געבענטשטער און איינציק מעכטיקער, דער מלך המלכים און אדון האדונים, 16וואס נאר ער אליין האט אומשטארבלעכקייט, און וואוינט אין א ליכט, צו וועלכן מען קען נישט דערגרייכן, וועמען קיין מענטש האט נישט געזען און קען נישט זען; כבוד צו אים און די אייביקע מאכט, אמן.

17די עשירים אין דער איצטיקער וועלט זאלסטו באפעלן, אז זיי זאלן זיך נישט דערהייבן, און אז זיי זאלן נישט זעצן זייער בטחון אויף אומזיכערע עשירות, נאר אויף דעם לעבעדיקן ג‑ט, וועלכער גיט אונדז אלץ די והותר צום געניסן; 18אז זיי זאלן טאן גוטס, רייך ווערן אין מעשים טובים, זיין גוטע געבער, גרייט צו העלפן; 19אנזאמלענדיק זיך אן אוצר ווי א גוטן יסוד אויף לעתיד לבוא, כדי זיי זאלן דערלאנגען דאס אמתע לעבן.

20אָ טימאטעוס, היט אפ דעם פקדון, אויסמיידנדיק חלל און פוסטע רייד און די קעגנערישע מיינונגען פון דער פאלש גערופענער דערקענטעניש (ציטירן ניטציטירן); 21צו וועלכער אייניקע האבן זיך דערקלערט און האבן פארבלאנדזשעט פון דער אמונה. זאל דער חסד זיין מיט אייך.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Ecclesiastes 4Ecclesiastes 6 ►