AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Ecclesiastes 2
◄ Ecclesiastes 1
Ecclesiastes 2
קהלת 2
Ecclesiastes 3 ►

1איך האָב געזאָגט בײַ מיר אין האַרצן: קום אַקאָרשט, לאָמיך דיך פּרוּװן מיט פֿרײד, און האָב װױלטאָג; ערשט דאָס אױך איז נישטיקײט. 2אױף געלעכטער האָב איך געזאָגט: עס איז משוגע; און אױף פֿרײד: װאָס טוט זי אױף? 3איך האָב אױסגעקלערט בײַ מיר אין האַרצן צו פֿאַרציִען מײַן לײַב מיט װײַן, אַז אי מײַן האַרץ זאָל זיך פֿירן מיט חכמה, אי איך זאָל מיך האַלטן אָן נאַרישקײט, ביז איך װעל זען װאָס איז בעסער פֿאַר די מענטשנקינדער אַז זײ זאָלן טאָן אונטערן הימל אין די געצײלטע טעג פֿון זײער לעבן. 4איך האָב מיר אױפֿגעטאָן גרױסע זאַכן; איך האָב מיר געבױט הײַזער, איך האָב מיר געפֿלאַנצט װײַנגערטנער; 5איך האָב מיר געמאַכט גערטנער און סעדער און אײַנגעפֿלאַנצט אין זײ בײמער פֿון אַלערלײ פּירות. 6איך האָב מיר געמאַכט װאַסערטײַכן אָנצוטרינקען פֿון זײ דעם װאַקסיקן װאַלד װאָס שפּראָצט מיט בײמער. 7איך האָב אײַנגעקױפֿט קנעכט און דינסטן, און הױזגעבאָרענע האָב איך געהאַט; אױך אַן אײגנס פֿון רינדער און שאָף אַ סך האָב איך געהאַט, מער פֿון אַלע װאָס זײַנען געװען פֿאַר מיר אין ירושָלַיִם. 8איך האָב מיר אָנגעזאַמלט אױך זילבער און גאָלד, און שאַצן פֿון מלכים און מדינות. איך האָב מיר אײַנגעשאַפֿט זינגערס און זינגערינס, און תּענוגים פֿון מענטשנקינדער, װײַבער אױף װײַבער.

9און איך בין געװען גרעסער און האָב פֿאַרמאָגט מער פֿון אַלע װאָס זײַנען געװען פֿאַר מיר אין ירושָלַיִם; אױך איז מײַן חכמה מיר בײַגעשטאַנען. 10און װאָס נאָר מײַנע אױגן האָבן פֿאַרלאַנגט, האָב איך פֿון זײ נישט געמינערט; איך האָב נישט פֿאַרמיטן מײַן האַרץ פֿון קײן פֿרײד, נײַערט מײַן האַרץ האָט זיך װױל געטאָן מיט מײַן גאַנצער מי, װאָרעם דאָס איז געװען מײַן חלק פֿון מײַן גאַנצער מי. 11אָבער איך האָב זיך אומגעקוקט אױף אַלע מײַנע אױפֿטוען װאָס מײַנע הענט האָבן אױפֿגעטאָן, און אױף דער מי װאָס איך האָב מיך געמיט כּדי דאָס אױפֿצוטאָן, ערשט אַלץ נישטיקײט און װינטיאָגעניש, און גאָרנישט קומט אַרױס אונטער דער זון.

12און איך האָב מיך געקערט צו באַקוקן חכמה און משוגעת און נאַרישקײט; װאָרעם װאָס קען אױפֿטאָן דער מענטש װאָס קומט נאָכן מלך? בלױז דאָס װאָס מע האָט שױן פֿריִער געטאָן. 13און איך האָב אײַנגעזען אַז די מעלה פֿון חכמה איבער נאַרישקײט איז אַזױ װי די מעלה פֿון ליכטיקײט איבער פֿינצטערניש. 14דער חכם האָט זײַנע אױגן אין קאָפּ, און דער נאַר גײט אין דער פֿינצטער. אָבער איך האָב אױך געמערקט אַז אײן טראַף טרעפֿט זײ אַלעמען. 15און איך האָב געזאָגט בײַ מיר אין האַרצן: אַזױ װי עס טרעפֿט דעם נאַרן אַזױ װעט אױך מיך טרעפֿן, הײַנט נאָך װאָס דען בין איך געװען קליגער? און איך האָב געטענהט בײַ מיר אין האַרצן, אַז דאָס אױך איז נישטיקײט. 16װאָרעם פֿון דעם חכם אַזױ װי פֿון דעם נאַרן בלײַבט נישט קײן זָכר אױף אײביק; װײַל אין די קומעדיקע טעג װעט אַלץ זײַן שױן פֿאַרגעסן; און װי שטאַרבט דער חכם? אַזױ װי דער נאַר. 17און איך האָב פֿײַנט געקראָגן דאָס לעבן, װאָרעם מיר איז אױסגעקומען שלעכט די געשעונג װאָס געשעט אונטער דער זון, װײַל אַלץ איז נישטיקײט און װינטיאָגעניש.

18און איך האָב פֿײַנט געקראָגן מײַן גאַנצע מי װאָס איך מי מיך דערױף אונטער דער זון, כּדי אַז איך מוז עס איבערלאָזן צו אַ מענטשן װאָס װעט זײַן נאָך מיר. 19און װער װײס אױב ער װעט זײַן אַ חכם אָדער אַ נאַר? פֿון דעסט װעגן װעט ער געװעלטיקן איבער מײַן גאַנצער מי װאָס איך האָב מיך געמיט און געקליגט דערױף אונטער דער זון. דאָס אױך איז נישטיקײט. 20און איך האָב מיך אומגעדרײט צו לאָזן מײַן האַרץ זיך מיאש צו זײַן פֿון דער גאַנצער מי װאָס איך האָב מיך געמיט אונטער דער זון. 21װאָרעם פֿאַראַן אַ מענטש װאָס זײַן מי איז מיט חכמה, און מיט קענשאַפֿט, און מיט בריהשאַפֿט, און ער לאָזט עס איבער פֿאַר אַ חלק צו אַ מענטשן װאָס האָט זיך דערױף נישט געמיט. דאָס אױך איז נישטיקײט און אַ גרױס בײז. 22װאָרעם װאָס האָט דער מענטש פֿון זײַן גאַנצער מי, און פֿון דעם האַװן פֿון זײַן האַרצן, אַז ער זאָל זיך מיִען אונטער דער זון? 23װאָרעם אַלע זײַנע טעג זײַנען װײטאָגן, און זײַן עסק איז ערגערניש; אַפֿילו בײַ נאַכט ליגט נישט אײַן זײַן האַרץ. דאָס אױך איז נישטיקײט.

24נישטאָ בעסערס פֿאַרן מענטשן, װי ער זאָל עסן און טרינקען, און זיך לאָזן װױל גײן פֿאַר זײַן מי. דאָס אױך, האָב איך אײַנגעזען, אַז דאָס איז פֿון ג-טס האַנט – 25װאָרעם: װער זאָל עסן און װער זאָל הנאה האָבן, אָן אים – ה׳? 26װײַל דעם מענטשן װאָס איז װױלגעפֿעלן פֿאַר אים, גיט ער חכמה, און קענשאַפֿט, און פֿרײד; און דעם זינדיקן גיט ער אַן עסק צו קלײַבן און צו זאַמלען, כּדי איבערצולאָזן צו דעם װאָס איז װױלגעפֿעלן פֿאַר אלֹקים. דאָס אױך איז נישטיקײט און װינטיאָגעניש.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Ecclesiastes 1Ecclesiastes 3 ►