AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Ecclesiastes 7
◄ Ecclesiastes 6
Ecclesiastes 7
קהלת 7
Ecclesiastes 8 ►
1אַ גוטער נאָמען איז בעסער פֿון גוטן אײל;
און דער טאָג פֿון טױט, פֿון דעם טאָג װאָס מע װערט געבאָרן.
2בעסער צו גײן אין הױז פֿון טרױער,
אײדער צו גײן אין הױז פֿון אַ סעודה;
װײַל דאָס איז דער סוף פֿון יעטװעדער מענטשן,
און דער לעבעדיקער דאַרף זיך נעמען צום האַרצן.
3בעסער קומער אײדער געלעכטער,
װאָרעם אַז דער פּנים איז טרױעריק, איז בעסער פֿאַרן האַרצן.
4דאָס האַרץ פֿון די קלוגע איז אין הױז פֿון טרױער,
און דאָס האַרץ פֿון די נאַרן אין הױז פֿון פֿרײד.
5בעסער צו הערן דעם אָנגעשרײ פֿון אַ קלוגן,
אײדער מע זאָל הערן דאָס לױב-געזאַנג פֿון נאַרן.
6װאָרעם אַזױ װי דאָס קנאַקן פֿון דערנער אונטערן טאָפּ,
אַזױ איז דאָס געלעכטער פֿון דעם נאַרן.
און דאָס אױך איז נישטיקײט.
7פֿאַר װאָר, רױב צעדולט דעם חכם,
און שוחד פֿירט איבער דאָס האַרץ.
8בעסער דער סוף פֿון אַ זאַך אײדער איר אָנהײב;
בעסער אײַנגעהאַלטן אין געמיט, אײדער האָפֿערדיק אין געמיט.
9זאָלסט נישט זײַן האַסטיק אין דײַן געמיט צו װערן אין כּעס,
װאָרעם כּעס רוט אין בוזעם פֿון די נאַרן.

10זאָלסט נישט זאָגן: װי איז דאָס, װאָס די פֿריִערדיקע טעג זײַנען געװען בעסער װי די איצטיקע? װאָרעם נישט פֿון חכמה פֿרעגסטו װעגן דעם. 11גוט איז חכמה מיט אַ נחלה, און אַ מעלה פֿאַר די װאָס זעען די זון. 12װאָרעם חכמה איז אַ באַשירעמונג, געלט איז אַ באַשירעמונג, אָבער די מעלה פֿון קענשאַפֿט איז, װאָס חכמה האַלט אױף דאָס לעבן פֿון דעם װאָס האָט זי. 13קוק אָן דאָס װערק פֿון אלֹקים; װאָרעם װער קען אױסגלײַכן װאָס ער האָט געמאַכט קרום?

14אין טאָג פֿון גליק זײַ גליקלעך, און אין טאָג פֿון אומגליק קוק זיך אַרום – דאָס אױך אַזױ װי יענס האָט אלֹקים געמאַכט – װאָרעם דער מענטש װעט דערנאָך גאָרנישט שפּירן.

15אַלץ האָב איך געזען אין מײַנע נישטיקע טעג: פֿאַראַן אַ צדיק װאָס גײט אונטער אין זײַן צדיקות, און פֿאַראַן אַ רשע װאָס איז מַאֲריך-ימים אין זײַן שלעכטיקײט. 16זאָלסט נישט זײַן צו פֿיל צדיק, און זאָלסט זיך נישט קליגן איבריקס; נאָך װאָס זאָלסטו זיך אומברענגען? 17זאָלסט נישט זײַן צו שלעכט, און זאָלסט נישט זײַן קײן נאַר; נאָך װאָס זאָלסטו שטאַרבן פֿאַר דער צײַט? 18גוט איז דו זאָלסט זיך האַלטן אָן דעם, און אױך פֿון יענעם נישט אָפּלאָזן דײַן האַנט; װאָרעם דער װאָס האָט מורא פֿאַר אלֹקים, קומט דורך מיט בײדע.

19די חכמה באַשיצט דעם חכם מער װי צען געװעלטיקער װאָס זײַנען אין שטאָט.

20אַװדאי נישטאָ אַ מענטש אַ צדיק אױף דער ערד װאָס זאָל טאָן לױטער גוטס, און נישט זינדיקן[1].

21זאָלסט אױך נישט לײגן דײַן האַרץ אױף אַלע װערטער װאָס מע רעדט, כּדי זאָלסט נישט הערן װי דײַן קנעכט שילט דיך; 22װאָרעם דײַן האַרץ װײס אַז פֿיל מאָל האָסט דו אױך געשאָלטן אַנדערע.

23דאָס אַלץ האָב איך אױסגעפּרוּװט מיט חכמה; איך האָב געזאָגט: איך װעל קלוג װערן; אָבער עס איז געװען װײַט פֿון מיר. 24דאָס װאָס איז װײַט און טיף-טיף, װער קען עס אױסגעפֿינען?

25איך האָב מיך אַרומגעדרײט, און מײַן האַרץ איז געװען אױף צו פֿאַרשטײן און צו פֿאָרשן און זוכן חכמה און אַ חֶשבוֹן, און צו דערקענען אַז שלעכטיקײט איז טיפּשות, און נאַרישקײט איז משוגעת. 26און איך געפֿין אַז ביטערער פֿון טױט איז די פֿרױ, װאָס איר האַרץ איז פּאַסטקעס און נעצן, אירע הענט זײַנען בינדשטריק. דער װאָס איז װױלגעפֿעלן פֿאַר אלֹקים, װערט אַנטרונען פֿון איר, און דער זינדיקער װערט געפֿאַנגען פֿון איר. 27זע, דאָס האָב איך אױסגעפֿונען, זאָגט קהלת, װען איך האָב צוגעלײגט אײנס צום אַנדערן, כּדי צו געפֿינען דעם חֶשבוֹן. 28װאָס מײַן זעל זוכט נאָכאַנאַנד, און איך געפֿין נישט: אײן מאַן צװישן טױזנט האָב איך געפֿונען, אָבער אַ פֿרױ צװישן די אַלע האָב איך נישט געפֿונען. 29זע, דאָס אַלײן האָב איך אױסגעפֿונען, אַז אלֹקים האָט באַשאַפֿן דעם מענטשן גלײַך, אָבער זײ האָבן געזוכט פֿיל אױסטראַכטענישן.[2]

Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteRomans 3 →

1דעריבער, וואס פאר א מעלה האט דער ייד, אדער וואס איז דער נוצן פון דער מילה? 2א סך אויף יעדן פאל—קודם כל טאקע ווייל צו זיי (די יידן) איז אנפארטרויט געווארן דאס וואס ה׳ האט גערעדט. 3און אויב א טייל האבן נישט געגלויבט, וואס מאכט עס דען אויס? צי מאכט דען זייער אומגלויבן צונישט די געטריישאפט פון ה׳? 4חס ושלום! זאל זיך ה׳ ארויסווייזן אלס ווארהאפטיק און יעדער מענטש א ליגנער, ווי עס שטייט געשריבן: כדי דו זאלסט זיין גערעכט אין דיינע רייד און זיגן ווען דו ווערסט געמשפט. (תהלים נא, ה.) 5אויב אבער אונדזער רשעות ווייזט אויף די צדקות פון ה׳, וואס וועלן מיר זאגן? אז ה׳ איז אומגערעכט, ברענגענדיק צארן? איך רעד ווי א מענטש. 6חס ושלום! ווייל אויב אזוי, ווי וואלט ה׳ געקענט משפטן די וועלט? 7אויב אבער דורך מיין שקר האט זיך דער אמת פון ה׳ געשטארקט צו זיין כבוד, פארוואס זאל איך נאך געמשפט ווערן ווי א חוטא? 8און פארוואס זאלן מיר נישט טאקע—ווי די, וואס באליידיקן אונדז באהויפטן, אז מיר זאגן—טאן דאס שלעכטע, כדי דאס גוטע זאל קומען? זייער משפט איז גערעכט.

9דעריבער וואס? צי האבן מיר דען עפעס א מעלה? בשום אופן נישט! ווארום מיר האבן שוין פריער באוויזן, אז סאי דער ייד און סאי דער גריך זענען אלע אונטער דער זינד; 10אזוי ווי עס שטייט געשריבן: עס איז נישט פאראן קיין צדיק, קיין איינער נישט; 11עס איז נישט פאראן קיין פארשטענדיקער, עס איז נישט פאראן קיין איינער, וואס זוכט ה׳; 12אלע האבן אפגענייגט, זיי זענען צוזאמען נוצלאז געווארן; עס איז נישט פאראן קיינער, וואס טוט גוטס, ניין, נישט איינער. (תהלים יד, ב-ד.) 13זייער קעל איז אן אפן קבר, מיט זייערע צונגען האבן זיי פאררעטעריש געהאנדלט, שלאנגענגיפט איז אונטער זייערע ליפן (תהלים ה, ח; קמ, ד.); 14וועמעס מויל איז פול מיט פלוך און ביטערקייט (תהלים י, ז.); 15זייערע פיס איילן צו פארגיסן בלוט; 16צעשטערונג און ליידן זענען אויף זייערע וועגן; 17און דעם וועג פון שלום האבן זיי נישט דערקענט (ישעיהו נט, ז-ח.); 18די מורא פאר ה׳ איז נישט פאר זייערע אויגן. (תהלים לו, ב.)

19מיר אבער ווייסן, אז וואס די תורה זאגט, איז עס גערעדט געווארן צו די, וועלכע זענען אונטער דער תורה, כדי איטלעכס מויל זאל פארשטאפט ווערן און די גאנצע וועלט זאל זיין שולדיק פאר ה׳; 20צוליב דעם, וואס דורך די מעשים פון (מחמיר חומרא) געזעץ וועט קיין בשר (ודם) נישט גערעכטפערטיקט ווערן פאר אים; ווארום דורך דער תורה קומט די פולע דערקענטעניש פון זינד. 21איצט אבער האט זיך, אויסער דער תורה, באוויזן די גערעכטיקייט פון ה׳, וועגן וועלכער סאי די תורה סאי די נביאים האבן עדות געזאגט: 22די גערעכטיקייט פון ה׳, דורך אמונה אין יהושען/ישוען דעם משיח, פאר אלע, וואס גלויבן, ווייל עס איז נישטא קיין חילוק; 23ווארום אלע האבן געזינדיקט און געפעלט אין דער הערלעכקייט פון ה׳; 24און ווערן גערעכטפערטיקט פריי דורך זיין חסד דורך דער אויסלייזונג פונם משיח יהושע/ישוע; 25וועמען ה׳ האט ארויסגעשטעלט אלס א כפורת אין זיין בלוט צו זיין באקומען דורך אמונה. דאס איז געווען כדי צו ווייזן ה׳ס גערעכטיקייט ווייל אין זיין צוריקגעהאלטנקייט ער האט פסח פריער באגאנגענע זינד 26כדי צו ווייזן זיין גערעכטיקייט אין דער איצטיקער צייט און אז ער אליין איז גערעכט און דער גערעכטפערטיקער פון דעם, וואס גלויבט אין יהושען/ישוען.

27וואו זשע איז די בארימעריי? זי איז אויסגעשלאסן. דורך וואס פאר א תורה? צי פון מעשים? ניין, נאר דורך דער תורה פון אמונה. 28ווארום מיר דרינגען ארויס, אז א מענטש ווערט גערעכטפערטיקט דורך אמונה אָן די מעשים פון דער תורה. 29צי איז דען ג‑ט בלויז דער ג‑ט פון די יידן? צי איז ער דען נישט אויך (דער ג‑ט) פון די אומות העולם? געוויס, אויך פון די אומות העולם; 30ווייל ה׳ איז איינער, וואס וועט גערעכטפערטיקן דעם געמלטן פון אמונה און דעם נישט געמלטן דורך אמונה. 31צי מאכן מיר דען די תורה בטל דורך אמונה? חס ושלום! נאר מיר באשטעטיקן די תורה.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Ecclesiastes 6Ecclesiastes 8 ►