1און עס איז געװען, אַז שלמה האָט געענדיקט בױען דאָס הױז פֿון ה׳, און דאָס הױז פֿון מלך, און יעטװעדער געלוסט פֿון שלמהן װאָס ער האָט געװאָלט מאַכן, 2האָט זיך ה׳ באַװיזן צו שלמהן אַ צװײט מאָל, אַזױ װי ער האָט זיך באַװיזן צו אים אין גִבֿעוֹן. 3און ה׳ האָט צו אים געזאָגט: איך האָב צוגעהערט דײַן תּפֿילה און דײַן בקשה װאָס דו האָסט געבעטן פֿאַר מיר: איך האָב געהײליקט דאָס דאָזיקע הױז װאָס דו האָסט געבױט, צו טאָן מײַן נאָמען דאָרטן אױף אײביק; און מײַנע אױגן און מײַן האַרץ װעלן דאָרטן זײַן אַלע טעג. 4און דו, אױב דו װעסט גײן פֿאַר מיר אַזױ װי דײַן פֿאָטער דָוִד איז געגאַנגען, מיט גאַנצקײט פֿון האַרצן און מיט רעכטפֿאַרטיקײט, צו טאָן אַזױ װי אַלץ װאָס איך האָב דיר באַפֿױלן – אַז דו װעסט היטן מײַנע חוקים און מײַנע געזעצן, 5װעל איך אױפֿשטעלן דעם טראָן[1] פֿון דײַן מלוכה איבער יִשׂרָאֵל אױף אײביק; אַזױ װי איך האָב גערעדט צו דײַן פֿאָטער דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: עס װעט דיר נישט פֿאַרשניטן {כרת}[2] װערן אַ מאַן פֿון דעם טראָן פֿון יִשׂרָאֵל. 6אױב אָבער אָפּקערן װעט איר זיך אָפּקערן פֿון הינטער מיר, איר און אײַערע קינדער, און װעט נישט היטן מײַנע געבאָט, מײַנע געזעצן װאָס איך האָב געלײגט פֿאַר אײַך, און איר װעט גײן און דינען פֿרעמדע ג‑טער, און זיך בוקן צו זײ, 7װעל איך פֿאַרשנײַדן יִשׂרָאֵל פֿון דעם געזיכט פֿון דער ערד װאָס איך האָב זײ געגעבן, און דאָס הױז װאָס איך האָב געהײליקט צו מײַן נאָמען, װעל איך אָפּשאַפֿן פֿון מײַן פּנים, און יִשׂרָאֵל װעט װערן פֿאַר אַ שפּריכװאָרט און פֿאַר אַ געשפּעט צװישן אַלע פֿעלקער. 8און דאָס דאָזיקע הױז װאָס האָט געלאָזט זײַן דערהױבן, װעט איטלעכער װאָס גײט אים פֿאַרבײַ זיך דערשרעקן, און װעט שמוצערן; און אַז זײ װעלן זאָגן: פֿאַר װאָס האָט ה׳ געטאָן אַזױ צו דעם דאָזיקן לאַנד און צו דעם דאָזיקן הױז? 9װעט מען זאָגן: פֿאַר װאָס זײ האָבן פֿאַרלאָזן ה׳ זײער אלֹקים, װאָס האָט אַרױסגעצױגן זײערע עלטערן פֿון לאַנד מִצרַיִם, און זײ האָבן זיך געהאַלטן אָן פֿרעמדע ג‑טער, און זיך געבוקט צו זײ און זײ געדינט; דערום האָט ה׳ געבראַכט אױף זײ אַל דאָס דאָזיקע בײז.
10און עס איז געװען צום סוף פֿון צװאַנציק יאָר װאָס שלמה האָט געבױט די בײדע הײַזער, דאָס הױז פֿון ה׳, און דאָס הױז פֿון מלך – 11חירָם דער מלך פֿון צוֹר האָט באַזאָרגט שלמהן מיט צעדערהאָלץ און מיט ציפּרעסנהאָלץ און מיט גאָלד לױט אַל זײַן פֿאַרלאַנג – האָט דענצמאָל דער מלך שלמה געגעבן חירָמען צװאַנציק שטעט אין לאַנד גָליל. 12און חירָם איז אַרױסגעקומען פֿון צוֹר אָנצוקוקן די שטעט װאָס שלמה האָט אים געגעבן, און זײ זײַנען נישט װױלגעפֿעלן אין זײַנע אױגן. 13און ער האָט געזאָגט: װאָס זײַנען דאָס פֿאַר שטעט װאָס דו האָסט מיר געגעבן, מײַן ברודער? און מע רופֿט זײ לאַנד כָּבֿול ביז אױף הײַנטיקן טאָג.
14און חירָם האָט געשיקט דעם מלך הונדערט און צװאַנציק צענטנער גאָלד.
15און דאָס איז די מעשׂה מיט דעם צינדז װאָס דער מלך שלמה האָט אױפֿגענומען, כּדי צו בױען דאָס הױז פֿון ה׳, און זײַן הױז, און דעם מילוא, און די מױער פֿון ירושָלַיִם, און חָצוֹר, און מגִדוֹ, און גֶזֶר: 16פַּרעה דער מלך פֿון מִצרַיִם איז אַרױפֿגעגאַנגען, און האָט באַצװוּנגען גֶזֶר, און האָט זי פֿאַרברענט אין פֿײַער, און דעם כּנַעֲני װאָס איז געזעסן אין דער שטאָט, האָט ער אױסגעהרגעט, און ער האָט זי געגעבן אין נדן צו זײַן טאָכטער, שלמהס װײַב. 17און שלמה האָט אָפּגעבױט גֶזֶר, און די אונטערשטע בֵית-חוֹרוֹן, 18און בַעַלָת, און תַּדמוֹר אין מדבר, אין לאַנד, 19און אַלע שפּײַכלערשטעט װאָס שלמה האָט געהאַט, און די שטעט פֿאַר רײַטװעגן, און די שטעט פֿאַר רײַטער, און די געלוסטן װאָס שלמה האָט געלוסט צו בױען אין ירושָלַיִם, און אױפֿן לבֿנוֹן, און אין גאַנצן לאַנד פֿון זײַן ממשלה. 20דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס איז איבערגעבליבן פֿון דעם אֶמוֹרי, דעם חִתּי, דעם פּרִזי, דעם חִוִי, און דעם יבֿוסי, װאָס זײַנען נישט געװען פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל – 21זײערע קינדער װאָס זײַנען געבליבן נאָך זײ אין לאַנד, װאָס די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן זײ נישט געקענט פֿאַרטיליקן, זײ האָט שלמה גענומען פֿאַר צינדזקנעכט ביז אױף הײַנטיקן טאָג. 22אָבער פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָט שלמה נישט געמאַכט קײן קנעכט; נאָר זײ זײַנען געװען די מלחמה-לײַט, און זײַנע דינער, און זײַנע האַרן, און זײַנע הױפּטלײַט, און די האַרן איבער זײַנע רײַטװעגן און זײַנע רײַטער.
23דאָס זײַנען געװען די אײבערגעשטעלטע װאָס איבער שלמהס אַרבעט: פֿינף הונדערט און פֿופֿציק װאָס האָבן געװעלטיקט איבער דעם פֿאָלק װאָס טוט די אַרבעט.
24װאָס נאָר פַּרעהס טאָכטער איז אַרױף פֿון דָוִדס-שטאָט אין איר הױז װאָס ער האָט פֿאַר איר געבױט, האָט ער דענצמאָל געבױט דעם מלוא.
25און שלמה פֿלעגט אױפֿברענגען דרײַ מאָל אין יאָר בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} און פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים} אױף דעם מזבח װאָס ער האָט געבױט צו ה׳, און רײכערן דערבײַ [אױף דעם מזבח] װאָס פֿאַר ה׳. אַזױ האָט ער פֿאַרענדיקט דאָס הױז.
26אױך שיפֿן האָט געמאַכט דער מלך שלמה אין עֶציוֹן-גֶבֶֿר װאָס בײַ אֵילוֹת אױפֿן ברעג פֿון ים-סוףֿ, אין לאַנד אֶדוֹם. 27און חירָם האָט געשיקט מיט די שיפֿן זײַנע קנעכט, שיפֿלײַט װאָס קענען דעם ים, מיט שלמהס קנעכט. 28און זײ זײַנען געקומען קײן אוֹפֿיר, און האָבן געקריגן פֿון דאָרטן גאָלד, פֿיר הונדערט און צװאַנציק צענטנער, און געבראַכט צום מלך שלמה.