1און זײ זײַנען געזעסן דרײַ יאָר אָן אַ מלחמה צװישן אַרָם און צװישן יִשׂרָאֵל. 2אָבער עס איז געװען אױפֿן דריטן יאָר, האָט יהוֹשָפֿט דער מלך פֿון יהוּדה אַראָפּגענידערט צו דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל. 3און דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל האָט געזאָגט צו זײַנע קנעכט: װײסט איר, אַז צו אונדז געהערט רָמוֹת-גִלעָד? און מיר שװײַגן, און נעמען זי נישט אַװעק פֿון דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון אַרָם.
4און ער האָט געזאָגט צו יהוֹשָפֿטן: װילסטו גײן מיט מיר אין מלחמה אױף רָמוֹת-גִלעָד? האָט יהוֹשָפֿט געזאָגט צו דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל: אַזױ װי דו, אַזױ איך, אַזױ װי דײַן פֿאָלק, אַזױ מײַן פֿאָלק, אַזױ װי דײַנע פֿערד אַזױ מײַנע פֿערד.
5און יהוֹשָפֿט האָט געזאָגט צו דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל: פֿרעג הײַנט, איך בעט דיך, דאָס װאָרט פֿון ה׳.
6האָט דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל אײַנגעזאַמלט די נבֿיאים, אַרום פֿיר הונדערט מאַן, און ער האָט צו זײ געזאָגט: זאָל איך גײן קעגן רָמוֹת-גִלעָד אױף מלחמה, אָדער זאָל איך אָפּשטײן? האָבן זײ געזאָגט: גײ אַרױף, און אֲדֹנָי װעט זי געבן אין דער האַנט פֿון מלך.
7האָט יהוֹשָפֿט געזאָגט: איז דאָ נישטאָ נאָך אַ נבֿיא פֿון ה׳, אַז מיר זאָלן פֿרעגן בײַ אים? 8האָט דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל געזאָגט צו יהוֹשָפֿטן: פֿאַראַן נאָך אײן מאַן אױף צו פֿרעגן בײַ ה׳ דורך אים, אָבער איך האָב אים פֿײַנט, װײַל ער זאָגט נישט נבֿיאות אױף מיר גוטס, נאָר בלױז שלעכטס – מיכָיָהו דער זון פֿון יִמלָהן. האָט יהוֹשָפֿט געזאָגט: זאָל דער מלך אַזױ נישט רעדן.
9האָט דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל גערופֿן אַ הױפֿדינער, און האָט געזאָגט: ברענג אױף גיך מיכָיָהו דעם זון פֿון יִמלָהן.
10און דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל און יהוֹשָפֿט דער מלך פֿון יהוּדה זײַנען געזעסן איטלעכער אױף זײַן טראָן אָנגעקלײדט אין בִגדֵי [מלכּות] אין אַ דרעש-שײַער בײַ דעם טױעראײַנגאַנג פֿון שוֹמרוֹן, און אַלע נבֿיאים האָבן נבֿיאות געזאָגט פֿאַר זײ. 11און צִדקִיָה דער זון פֿון כּנַעֲנָהן האָט זיך געמאַכט אײַזערנע הערנער, און ער האָט געזאָגט: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: מיט די דאָזיקע װעסטו שטױסן אַרָם ביז זײ צו פֿאַרלענדן.
12און אַלע נבֿיאים האָבן נבֿיאות געזאָגט דעס גלײַכן, אַזױ צו זאָגן: גײ אַרױף קײן רָמוֹת-גִלעָד, און באַגליק, און ה׳ װעט זי געבן אין דער האַנט פֿון מלך.
13און דער שליח װאָס איז געגאַנגען רופֿן מיכָיָהון, האָט גערעדט צו אים, אַזױ צו זאָגן: זע נאָר, די װערטער פֿון די נבֿיאים זײַנען װי אײן מױל גוטס צום מלך; זאָל, איך בעט דיך, דײַן װאָרט זײַן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון אײנעם פֿון זײ, און זאָלסט רעדן גוטס. 14האָט מיכָיָהו געזאָגט: אַזױ װי עס לעבט ה׳, אַז דאָס װאָס ה׳ װעט זאָגן צו מיר, דאָס װעל איך רעדן!
15איז ער געקומען צום מלך, און דער מלך האָט צו אים געזאָגט: מיכָיָהו, זאָלן מיר גײן צו רָמוֹת-גִלעָד אױף מלחמה, אָדער זאָלן מיר אָפּשטײן? האָט ער צו אים געזאָגט: גײ אַרױף, און באַגליק, און ה׳ װעט זי געבן אין דער האַנט פֿון מלך. 16האָט דער מלך צו אים געזאָגט: ביז װיפֿל מאָל זאָל איך דיך באַשװערן, אַז דו זאָלסט נישט רעדן צו מיר נאָר אמת אין נאָמען פֿון ה׳? 17האָט ער געזאָגט: איך האָב געזען גאַנץ יִשׂרָאֵל צעשפּרײט אױף די בערג, אַזױ װי שאָף װאָס האָבן נישט קײן פּאַסטוך, און ה׳ האָט געזאָגט: אָן אַ האַר זײַנען די דאָזיקע; זאָלן זײ זיך אומקערן איטלעכער צו זײַן הױז בשלום. 18האָט דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל געזאָגט צו יהוֹשָפֿטן: האָב איך דיר נישט געזאָגט, ער װעט נישט נבֿיאות זאָגן אױף מיר גוטס, נאָר בלױז שלעכטס?
19האָט ער געזאָגט: דערום הער דאָס װאָרט פֿון ה׳: איך האָב געזען װי ה׳ זיצט אױף זײַן טראָן,[1] און דער גאַנצער חיל פֿון הימל שטײט לעבן אים פֿון זײַן רעכטער זײַט און פֿון זײַן לינקער.
20און ה׳ האָט געזאָגט: װער װעט אָנרעדן אַחאָבֿן, ער זאָל אַרױפֿגײן און פֿאַלן אין רָמוֹת-גִלעָד? האָט דער געזאָגט אַזױ, און דער זאָגט אַזױ. 21איז אַרױסגעגאַנגען דער גײַסט, און האָט זיך געשטעלט פֿאַר ה׳, און האָט געזאָגט: איך װעל אים אָנרעדן. 22האָט ה׳ צו אים געזאָגט: מיט װאָס? האָט ער געזאָגט: איך װעל אַרױסגײן און װערן אַ גײַסט פֿון ליגן אין מױל פֿון אַלע זײַנע נבֿיאים. האָט ער געזאָגט: װעסט אָנרעדן, און װעסט אױך אױספֿירן; גײ אַרױס און טו אַזױ. 23און אַצונד, זע, ה׳ האָט אַרײַנגעגעבן אַ גײַסט פֿון ליגן אין מױל פֿון אַלע די דאָזיקע נבֿיאים דײַנע, אָבער ה׳ האָט אָנגעזאָגט אױף דיר שלעכטס.
24האָט זיך דערנענטערט און האָט געזאָגט צִדקִיָהו דער זון פֿון כּנַעֲנָהן, און האָט געשלאָגן מיכָיָהון אױפֿן באַק, און ער האָט געזאָגט: אױף װאָסער [װעג] איז דער גײַסט פֿון ה׳ אַװעקגעגאַנגען פֿון מיר, כּדי צו רעדן מיט דיר?
25האָט מיכָיָהו געזאָגט: אָט װעסטו זען אין יענעם טאָג, װען דו װעסט אַרײַנגײן אין אַ קאַמער הינטער אַ קאַמער זיך צו באַהאַלטן.
26האָט דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל געזאָגט: נעם מיכָיָהון, און קער אים אום צו אָמוֹן דעם האַר פֿון דער שטאָט, און צו יוֹאָש דעם מלכס זון.
27און זאָלסט זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט דער מלך: טוט אַרײַן דעם דאָזיקן אין געפֿענקעניש, און שפּײַזט אים מיט קאַרג ברױט און קאַרג װאַסער, ביז איך קום בשלום. 28האָט מיכָיָהו געזאָגט: אױב אומקערן װעסטו זיך אומקערן בשלום, האָט ה׳ נישט גערעדט דורך מיר. און ער האָט געזאָגט: הערט דאָס צו, איר פֿעלקער אַלע.
29און דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל און יהוֹשָפֿט דער מלך פֿון יהוּדה זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען קײן רָמוֹת-גִלעָד. 30און דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל האָט געזאָגט צו יהוֹשָפֿטן: איך װעל זיך פֿאַרשטעלן און װעל אַרײַנגײן אין דער מלחמה, און דו טראָג דײַנע קלײדער. און דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל האָט זיך פֿאַרשטעלט, און איז אַרײַנגעגאַנגען אין דער מלחמה.
31און דער מלך פֿון אַרָם האָט באַפֿױלן די צװײ און דרײַסיק הױפּטלײַט פֿון זײַנע רײַטװעגן, אַזױ צו זאָגן: איר זאָלט נישט מלחמה האַלטן מיט קלײן אָדער גרױס, נאָר בלױז מיטן מלך פֿון יִשׂרָאֵל אַלײן. 32און עס איז געװען, װי די הױפּטלײַט פֿון די רײַטװעגן האָבן געזען יהוֹשָפֿטן, אַזױ האָבן זײ געזאָגט: דאָס איז געװיס דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל. און זײ האָבן זיך אַ קער געטאָן צו אים מלחמה צו האַלטן. האָט יהוֹשָפֿט אַ געשרײ געטאָן; 33איז, װי די הױפּטלײַט פֿון די רײַטװעגן האָבן געזען אַז דאָס איז נישט דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ האָבן זײ זיך אָפּגעקערט פֿון הינטער אים.
34און אַ מאַן האָט אָנגעצױגן דעם בױגן גלאַט אין דער װעלט, און האָט געטראָפֿן דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל צװישן אונטערפּאַנצער און צװישן ברוסטשילד. האָט ער געזאָגט צו זײַן טרײַבער: פֿאַרקער דײַן האַנט, און פֿיר מיך אַרױס פֿון דער מחנה, װאָרעם איך בין פֿאַרװוּנדט.
35און די מלחמה איז געשטיגן אין יענעם טאָג; און דער מלך איז אױפֿגעהאַלטן געװאָרן שטײענדיק אין רײַטװאָגן אַנטקעגן אַרָם; און אין אָװנט איז ער געשטאָרבן. און דאָס בלוט פֿון דער װוּנד איז אַראָפּגערונען אױפֿן דעק פֿון רײַטװאָגן.
36איז אַרױס אַ געשרײ דורך דער מחנה אַרום זון-אונטערגאַנג: איטלעכער צו זײַן שטאָט, און איטלעכער צו זײַן לאַנד!
37אַזױ איז געשטאָרבן דער מלך; און ער איז געבראַכט געװאָרן קײן שוֹמרוֹן. און מע האָט באַגראָבן דעם מלך אין שוֹמרוֹן.
38און אַז מע האָט אָפּגעשװענקט דעם רײַטװאָגן בײַם טײַך פֿון שוֹמרוֹן, האָבן די הינט געלעקט זײַן בלוט, און די זוֹנות האָבן זיך דרינען געװאַשן, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ה׳ װאָס ער האָט גערעדט.
39און די איבעריקע זאַכן װעגן אַחאָבֿן, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, און דאָס הױז פֿון עלפֿנבײן װאָס ער האָט געבױט, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל.
40און אַחאָבֿ האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און זײַן זון אַחַזיָהו איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.[2]
41און יהוֹשָפֿט דער זון פֿון אָסאָן איז געװאָרן מלך איבער יהוּדה אין פֿירטן יאָר פֿון אַחאָבֿ דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל. 42פֿינף און דרײַסיק יאָר איז יהוֹשָפֿט אַלט געװען אַז ער איז געװאָרן מלך, און פֿינף און צװאַנציק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען עַזוּבֿה די טאָכטער פֿון שִלחין. 43און ער איז געגאַנגען אין אַל דעם װעג פֿון זײַן פֿאָטער אָסאָן – ער האָט זיך נישט אָפּגעקערט דערפֿון – צו טאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון ה׳. 44 נאָר די בָמות זײַנען נישט אָפּגעטאָן געװאָרן; דאָס פֿאָלק האָט נאָך אַלץ געשלאַכט און גערײכערט אױף די בָמות. 45 און יהוֹשָפֿט איז געװען אין שלום מיט דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל.
46 און די איבעריקע זאַכן װעגן יהוֹשָפֿט, און זײַן גבֿוּרהשאַפֿט װאָס ער האָט אױפֿגעטאָן, און װי ער האָט מלחמה געהאַלטן, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יהוּדה. 47 און דעם רעשט פֿון די שאַנדמענער, װאָס איז געבליבן אין די טעג פֿון זײַן פֿאָטער אָסאָן, האָט ער אױסגעראַמט פֿון לאַנד.
48 און קײן מלך איז נישט געװען אין אֶדוֹם; אַ געשטעלטער איז געװען מלך. 49 יהוֹשָפֿט האָט געמאַכט תַּרְשִיש-שיפֿן צו גײן קײן אוֹפֿיר נאָך גאָלד, אָבער ער איז נישט געגאַנגען, װאָרעם די שיפֿן זײַנען צעבראָכן געװאָרן בײַ עֶציוֹן-גֶבֶֿר.
50 דענצמאָל האָט אַחַזיָהו דער זון פֿון אַחאָבֿן געזאָגט צו יהוֹשָפֿטן: זאָלן מײַנע קנעכט גײן מיט דײַנע קנעכט אין די שיפֿן; אָבער יהוֹשָפֿט האָט נישט געװאָלט. 51 און יהוֹשָפֿט האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און ער איז באַגראָבן געװאָרן לעבן זײַנע עלטערן, אין זײַן פֿאָטער דָוִדס-שטאָט; און זײַן זון יהוֹרָם איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.[3]
52 אַחַזיָהו דער זון פֿון אַחאָבֿן איז געװאָרן מלך איבער יִשׂרָאֵל אין שוֹמרוֹן אין זיבעצנטן יאָר פֿון יהוֹשָפֿט דעם מלך פֿון יהוּדה, און ער האָט געקיניגט איבער יִשׂרָאֵל צװײ יאָר. 53 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, און איז געגאַנגען אין דעם װעג פֿון זײַן פֿאָטער, און אין דעם װעג פֿון זײַן מוטער, און אין דעם װעג פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבָֿטן, װאָס האָט געמאַכט זינדיקן יִשׂרָאֵל. 54 און ער האָט געדינט בַעַל, און האָט זיך געבוקט צו אים, און האָט דערצערנט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל, אַזױ װי אַלץ װאָס זײַן פֿאָטער האָט געטאָן.
1און עס איז געשען, בשעת אפאלאס איז געווען אין קארינט, איז פוילוס, נאכן דורכגיין די אינלענדישע טיילן פון (קליין) אזיען, געקומען קיין עפעזוס; און ווען ער האט (דארט) געפונען אייניקע תלמידים, 2האט ער צו זיי געזאגט: צי האט איר מקבל געווען דעם רוח הקודש, ווען איר זענט געווארן מאמינים? האבן זיי געזאגט צו אים: מיר האבן אפילו נישט געהערט, אויב עס געפינט זיך א רוח הקודש. 3האט ער געזאגט: אויף וואס דען האט איר זיך מקווה געטובלט? און זיי האבן געזאגט: אויף דער מקווה פון תשובה פון יוחנן. 4האט פוילוס געזאגט: יוחננס מקווה איז געווען א מקווה פון תשובה, זאגנדיק צום פאלק, אז זיי זאלן גלויבן אין דעם, וועלכער וועט קומען נאך אים, דאס הייסט אין יהושען/ישוען. 5און הערנדיק דאס, האבן זיי זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה אין דעם נאמען פון דעם האר יהושע/ישוע. 6און ווי פוילוס האט ארויפגעלייגט אויף זיי די הענט, איז דער רוח הקודש געקומען אויף זיי; און זיי האבן גערעדט מיט לשונות און נבואות געזאגט. 7און זיי אלע זענען געווען אן ערך צוועלף מענער.
8און ער איז אריינגעגאנגען אין שול, און האט גערעדט מיט דרייסטקייט במשך פון דריי חדשים, האלטנדיק וויכוחים און איבערצייגנדיק בנוגע דעם מלכות פון ה׳. 9ווען אבער אייניקע האבן הארט געמאכט זייערע הערצער און נישט געגלויבט, רעדנדיק שלעכטס לגבי דעם דרך (ה׳) פאר דעם עולם, איז ער אוועק פון זיי, און האט אפגעשיידט די תלמידים, און טאג טעגלעך גערעדט אין דער בית המדרש ישיבה פון א געוויסן טיראנוס. 10דאס דאזיקע איז אנגעגאנגען צוויי יאר לאנג, אזוי, אז אלע איינוואוינער פון (קליין) אזיען, יידן און גריכן, האבן געהערט דאס ווארט פון דעם האר. 11און ה׳ האט געטאן אויסערגעוויינלעכע וואונדער דורך די הענט פון פוילוסן; 12אזוי, אז מען פלעגט אוועקטראגן פון זיין לייב טיכלעך אדער פארטיכער צו די שלאפע, און די חלאתן האבן זיי פארלאזט, און די בייזע גייסטער זענען ארויס. 13און אייניקע פון די יידישע וואנדערער, בעלי שם, האבן אונטערגענומען אנצורופן דעם נאמען פון דעם האר יהושע/ישוע אויף די, וואס האבן געהאט בייזע גייסטער, אזוי צו זאגן: איך באשווער אייך ביי יהושען/ישוען, וועמען פוילוס רופט אויס! 14און די, וואס האבן דאס געטאן זענען געווען זיבן בנים פון געוויסן סקעווא, א ייד, איינער פון די ”גרויסע כהנים“. 15און דער בייזער גייסט האט געענטפערט און געזאגט צו זיי: יהושען/ישוען קען איך, פוילוסן קען איך אויך; ווער אבער זענט איר? 16און דער מענטש, אין וועמען עס איז געווען דער בייזער גייסט, האט אויף זיי א שפרונג געטאן, און איבערגעוועלטיקט צוויי פון זיי, און זיי (אזוי) בייגעקומען, אז זיי זענען אנטלאפן פון יענעם הויז נאקעט און פארוואונדעט. 17און דאס דאזיקע איז באקאנט געווארן צו אלע יידן און גריכן, וועלכע האבן געוואוינט אין עפעזוס; און א מורא איז געפאלן אויף זיי אלע, און דעם האר ישועס נאמען איז דערהייבט געווארן. 18און א סך פון די, וואס האבן געגלויבט, זענען געקומען און זיך מתוודה געווען און דערציילט פון זייערע (פריערדיקע) מעשים. 19און א סך פון די, וואס האבן זיך פארנומען מיט כישוף, האבן צוזאמענגעברענגט זייערע ביכער, און זיי פארברענט פאר אלעמען אין די אויגן; און מען האט בארעכנט זייער ווערט, און געפונען (אז עס האט באטראפן) פיפציק טויזנט שטיק זילבער. 20אזוי מעכטיק איז געוואקסן דאס ווארט פון דעם האר און האט זיך געשטארקט.
21און נאך דעם ווי די דאזיקע זאכן זענען געשען, האט פוילוס פארגענומען אין זיין גייסט, אז ווען ער וועט האבן דורכגעגאנגען מאצעדאניען און אכאיא, צו פארן קיין ירושלים, און האט געזאגט: נאך דעם ווי איך וועל דארטן זיין, מוז איך אויך זען רוים. 22און אוועקשיקנדיק קיין מאצעדאניען צוויי פון די, וואס האבן אים באדינט, טימאטעוסן און עראסטוסן, איז ער אליין נאך פארבלייבן א געוויסע צייט אין (קליין) אזיען.
23און ארום יענער צייט איז געשען נישט קיין קליינע מהומה וועגן דעם (משיחיסטים) דרך (ה׳). 24ווארום א געוויסער מאן, מיטן נאמען דימעטריוס, א זילבערשמיד, וועלכער פלעגט מאכן זילבערנע טעמפלען פון ארטעמיס, און געבן די האנטווערקער נישט קיין קליינעם פארדינסט; 25האט זיי פארזאמלט און די (אנדערע) בעלי מלאכות פון אזעלכע זאכן, און געזאגט: מענער, איר ווייסט, אז פון דער דאזיקער ארבעט האבן מיר אונדזער וואוילשטאנד. 26און איר זעט און הערט, אז נישט נאר אין עפעזוס, נאר כמעט אין גאנץ (קליין) אזיען האט דער דאזיקער פוילוס איבערגערעדט און אפגעקערט אן אנגעזעענעם המון מענטשן, זאגנדיק, אז דאס זענען נישט קיין ג‑טער, וואס ווערן געמאכט מיט הענט; 27און עס איז א סכנה, אז נישט בלויז אונדזער פאך וועט ווערן צו שפאט, נאר אפילו דער טעמפל פון דער גרויסער ג‑טין ארטעמיס וועט פאר נישט געאכט ווערן; און עס קען נאך זיין, אז עס וועט אוועקגענומען ווערן די מאיעסטעט פון איר, וועמען גאנץ (קליין) אזיען און די באוואוינטע וועלט דינט. 28און ווי זיי האבן דאס געהערט, זענען זיי געווארן פול מיט צארן, און האבן געשריגן, אזוי צו זאגן: גרויס איז די ארטעמיס פון די עפעזער! 29און די שטאט איז פול געווארן פון דער מהומה; און אלע צוזאמען האבן געשטורמט צום טעאטער, מיטשלעפנדיק גאיוסן און אריסטארכוסן, מאצעדאניער, פוילוסנס באגלייטער אויף דער נסיעה. 30ווי אבער פוילוס האט געוואלט אריינגיין צווישן דעם פאלק, האבן די תלמידים אים נישט געלאזט. 31און אויך אייניקע פון די הויכע באאמטע פון (קליין) אזיען, זייענדיק זיינע פריינד, האבן געשיקט צו אים, און געבעטן ער זאל זיך נישט איינשטעלן צו קומען אין טעאטער אריין. 32און זיי האבן געשריגן, א טייל איין זאך, אנדערע עפעס אנדערש, ווארום די פארזאמלונג איז געווען צעטומלט; און די מערסטע האבן נישט געוואוסט, צוליב וועלכן זיי זענען זיך צוזאמענגעקומען. 33און פון דעם המון האט מען ארויסגעשלעפט אלעקסאנדערן, וועמען די יידן האבן געשטופט פארויס. און אלעקסאנדער האט געמאכט א צייכן מיט דער האנט, און געוואלט האלטן א פארטיידיקונג רעדע פארן פאלק. 34דערוויסנדיק (אין אנטיסעמיטיזם) זיך אבער, אז ער איז א ייד, האבן אלע געשריגן מיט איין קול במשך פון כמעט צוויי שעה; גרויס איז ארטעמיס (די ג-טין) פון די עפעזער! 35און דער שטאט שרייבער, בארואיקנדיק דעם המון מענטשן, האט געזאגט: אָ מענער פון עפעזוס, צי געפינט זיך דען עמיצער צווישן מענטשן, וואס ווייסט נישט, אז די שטאט פון די עפעזער איז די טעמפל היטערין פון דער גרויסער ארטעמיס און פון איר בילד, וואס איז אראפגעפאלן פון הימל? 36דעריבער, אזוי ווי מען קען די דאזיקע זאכן נישט סותר זיין, האט איר זיך געזאלט פארהאלטן רואיק, און גארנישט טאן אין איילעניש. 37ווארום איר האט אהערגעברענגט די דאזיקע מענטשן, וועלכע זענען נישט קיין טעמפל רויבער, נישט קיין לעסטערער פון אונדזער ג‑טין. 38דעריבער, אויב דימעטריוס און די האנט ווערקער מיט אים האבן טאקע עפעס א טענה קעגן עמיצן, ווערן (דאך) געהאלטן עפנטלעכע טעג פון משפטים, און עס זענען דא פראקאנסולן; זאלן זיי אנקלאגן איינס דאס אנדערע. 39אויב אבער איר זוכט עפעס אנדערש, וועט עס געלייזט ווערן אויף דער געזעצלעכער פארזאמלונג. 40ווארום מיר זענען אויך אין א סכנה, אנגעקלאגט צו ווערן וועגן א מרידה צוליב דער היינטיקער מעשה, ווייל עס איז נישטא קיין סיבה, מיט וועלכער מיר זאלן קענען פארענטפערן דאס דאזיקע מהומה. 41און ווען ער האט דאס געזאגט, האט ער פאנאנדערגעלאזט די פארזאמלונג.