1און מוֹאָבֿ האָט װידערשפּעניקט אָן יִשׂרָאֵל נאָך אַחאָבֿס טױט.
2און אַחַזיָה איז אַרױסגעפֿאַלן דורך דער גראַטע פֿון זײַן אױבערשטוב װאָס אין שוֹמרוֹן, און איז קראַנק געװאָרן. און ער האָט געשיקט שלוחים, און האָט זײ אָנגעזאָגט: גײט פֿרעגט בײַ בַעַל-זבֿוּבֿ דעם ג-ט פֿון עֶקרוֹן, אױב איך װעל גענעזן װערן פֿון דער דאָזיקער קראַנקשאַפֿט.
3און אַ מלאך פֿון ה׳ האָט גערעדט צו אֵלִיָהו דעם תִּשבי: שטײ אױף, גײ אַרױף אַנטקעגן די שלוחים פֿון דעם מלך פֿון שוֹמרוֹן, און רעד צו זײ: צי װײַל אין יִשׂרָאֵל איז קײן ג-ט נישטאָ, גײט איר פֿרעגן בײַ בַעַל-זבֿוּבֿ דעם ג-ט פֿון עֶקרוֹן? 4דרומעך האָט ה׳ אַזױ געזאָגט: דאָס בעט װאָס דו ביסט אַרױף אַהין, דערפֿון װעסטו נישט אַראָפּנידערן, נײַערט שטאַרבן װעסטו שטאַרבן. איז אֵלִיָהו געגאַנגען.
5און די שלוחים האָבן זיך אומגעקערט צו אים, און ער האָט צו זײ געזאָגט: װאָס עפּעס האָט איר זיך אומגעקערט? 6האָבן זײ צו אים געזאָגט: אַ מאַן איז אַרױפֿגעקומען אונדז אַנטקעגן, און ער האָט צו אונדז געזאָגט: גײט קערט אײַך אום צו דעם מלך װאָס האָט אײַך געשיקט, און איר זאָלט רעדן צו אים: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: צי װײַל אין יִשׂרָאֵל איז קײן ג-ט נישטאָ, שיקסטו פֿרעגן בײַ בַעַל-זבֿוּבֿ דעם ג-ט פֿון עֶקרוֹן? דערום, דאָס בעט װאָס דו ביסט אַרױף אַהין, דערפֿון װעסטו נישט אַראָפּנידערן, נײַערט שטאַרבן װעסטו שטאַרבן.
7האָט ער צו זײ גערעדט: װאָס איז דאָס אױסזען פֿון דעם מאַן װאָס איז אײַך אַרױפֿגעקומען אַנטקעגן; און האָט צו אײַך גערעדט די דאָזיקע רײד? 8האָבן זײ צו אים געזאָגט: אַ האָריקער מאַן מיט אַ פֿעלענעם גאַרטל אָנגעגורט אױף זײַנע לענדן. האָט ער געזאָגט דאָס איז אֵלִיָהו דער תִּשבי.
9און ער האָט צו אים געשיקט אַ הױפּטמאַן פֿון פֿופֿציק מיט זײַנע פֿופֿציק. איז ער אַרױפֿגעגאַנגען צו אים, ערשט ער זיצט אױפֿן שפּיץ באַרג. האָט ער צו אים גערעדט: מאַן פֿון ג-ט, דער מלך האָט געזאָגט: נידער אַראָפּ. 10האָט אֵלִיָהו געענטפֿערט צו דעם הױפּטמאַן פֿון די פֿופֿציק: איז, אױב איך בין אַ מאַן פֿון ג-ט, זאָל אַראָפּנידערן אַ פֿײַער פֿון הימל, און פֿאַרצערן דיך און דײַנע פֿופֿציק. האָט אַראָפּגענידערט אַ פֿײַער פֿון הימל, און האָט פֿאַרצערט אים און זײַנע פֿופֿציק.
11האָט ער װידער געשיקט צו אים אַן אַנדער הױפּטמאַן פֿון פֿופֿציק מיט זײַנע פֿופֿציק. און ער האָט זיך אָפּגערופֿן און גערעדט צו אים: מאַן פֿון ג-ט, אַזױ האָט דער מלך געזאָגט: אײַל זיך נידער אַראָפּ. 12האָט אֵלִיָהו געענטפֿערט און האָט צו זײ גערעדט: אױב איך בין אַ מאַן פֿון ג-ט, זאָל אַראָפּנידערן אַ פֿײַער פֿון הימל, און פֿאַרצערן דיך און דײַנע פֿופֿציק. האָט אַראָפּגענידערט אַ פֿײַער פֿון הימל, און האָט פֿאַרצערט אים און זײַנע פֿופֿציק.
13האָט ער װידער געשיקט צו אים אַ הױפּטמאַן פֿון דריטע פֿופֿציק מיט זײַנע פֿופֿציק, און דער דריטער הױפּטמאַן פֿון פֿופֿציק איז אַרױפֿגעגאַנגען, און ער איז געקומען און האָט זיך געבוקט אױף זײַנע קני פֿאַר אֵלִיָהון, און ער האָט זיך בײַ אים געבעטן, און האָט צו אים גערעדט: מאַן פֿון ג-ט, זאָל, איך בעט דיך, מײַן נפֿש, און די נפֿשות פֿון די דאָזיקע פֿופֿציק קנעכט דײַנע, זײַן װערדיק אין דײַנע אױגן. 14זע, אַ פֿײַער האָט אַראָפּגענידערט פֿון הימל, און האָט פֿאַרצערט די צװײ פֿריִערדיקע הױפּטלײַט פֿון פֿופֿציק מיט זײערע פֿופֿציקן; און אַצונד, זאָל מײַן נפֿש זײַן װערדיק אין דײַנע אױגן.
15האָט אַ מלאך פֿון ה׳ גערעדט צו אֵלִיָהון: נידער אַראָפּ מיט אים; זאָלסט נישט מורא האָבן פֿאַר אים. איז ער אױפֿגעשטאַנען און האָט אַראָפּגענידערט מיט אים צום מלך.
16און ער האָט צו אים גערעדט: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: אַזױ װי דו האָסט געשיקט שלוחים צו פֿרעגן בײַ בַעַל-זבֿוּבֿ דעם ג-ט פֿון עֶקרוֹן, איז דאָס װײַל אין יִשׂרָאֵל איז קײן ג-ט נישטאָ צו פֿרעגן זײַן װאָרט? דערום, דאָס בעט װאָס דו ביסט אַרױף אַהין, דערפֿון װעסטו נישט אַראָפּנידערן, נײַערט שטאַרבן װעסטו שטאַרבן.
17און ער איז געשטאָרבן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ה׳ װאָס אֵלִיָהו האָט גערעדט. און יהוֹרָם איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט[1] אין צװײטן יאָר פֿון יהוֹרָם דעם זון פֿון יהוֹשָפֿטן, דעם מלך פֿון יהוּדה; װײַל ער האָט קײן זון נישט געהאַט.
18און די איבעריקע זאַכן פֿון אַחַזיָהון װאָס ער האָט געטאָן, זײ זײַנען שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל.
1און ער איז ווידער אריינגעגאנגען אין שול; און עס איז דארטן געווען א מענטש, וואס האט געהאט א פארדארטע האנט. 2און זיי האבן געלויערט אויף אים, צי ער וועט אים שבת היילן, כדי זיי זאלן אים אנקלאגן. 3און ער זאגט צו דעם מענטשן, וואס האט געהאט די פארדארטע האנט: שטיי אויף און שטעל דיך אין דער מיטן! 4און זאגט צו זיי; צי מעג מען שבת טאן גוטס, אדער טאן שלעכטס? ראטעווען א נפש, אדער טייטן? זיי אבער האבן געשוויגן. 5און ער האט זיך ארומגעקוקט אויף זיי מיט צארן, זייער באטריבט איבער דער שטיינהארטקייט פון זייערע הארץ, און זאגט צו דעם מענטשן: שטרעק אויס די האנט! און ער האט זי אויסגעשטרעקט; און זיין האנט איז ווידער געזונט געווארן. 6און די פרושים זענען ארויסגעגאנגען, און האבן זיך גלייך באראטן מיט הורדוסנס לייט קעגן אים, וויאזוי זיי זאלן אים אומברענגען.
7און יהושע/ישוע איז אוועקגעגאנגען מיט זיינע תלמידים צום ים, און א גרויסער עולם מענטשן פון גליל האט נאכגעפאלגט; און פון יהודה, 8און פון ירושלים, און פון אדום, און פון עבר הירדן, און פון ארום צור און צידון, א גרויסע מאסע מענטשן, הערנדיק די מעשים, וואס ער האט געטאן, זענען זיי געקומען צו אים, 9און ער האט געזאגט צו זיינע תלמידים, אז א קליין שיפל זאל זיין גרייט פאר אים מחמת דעם המון, כדי מען זאל זיך נישט דרענגען אויף אים; 10ווארום ער האט א סך געהיילט, אזוי אז אלע, וואס האבן געהאט א פלאג, זענען געפאלן אויף אים, כדי אים אנצורירן. 11און די אומריינע גייסטער, ווען זיי האבן אים געזען, זענען אנידערגעפאלן פאר אים, און האבן געשריגן, אזוי צו זאגן: דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער! 12און ער האט זיי שטרענג באפוילן, אז זיי זאלן אים נישט מגלה זיין.
13און ער איז ארויפגעשטיגן אויף דעם בארג, און האט גערופן צו זיך די, וועלכע ער האט געוואלט; און זיי זענען געקומען צו אים. 14און ער האט באשטימט צוועלף, אז זיי זאלן זיין מיט אים, און כדי ער זאל זיי אוועקשיקן צו דרשענען, 15און צו האבן רשות ארויסצוטרייבן בייזע גייסטער. 16און האט באשטימט אָט די צוועלף: שמעונען האט ער צוגעזעצט דעם נאמען פעטרוס; 17און יעקב בן זבדי, און יוחנן, יעקבס ברודער, און זיי האט ער צוגעזעצט דעם נאמען בני רגוש, דאס הייסט זין פון דונער; 18און אנדריי, און פיליפוס, און בר‑תלמי, און מתתיהו, און תומא, און יעקב בן חלפי, און תדי, און שמעון הקנאי, 19און יהודה איש‑קריות, וועלכער האט אים אויך פארראטן.
20און ער איז אריינגעגאנגען אין א הויז. און עס איז זיך ווידער צוזאמענגעקומען א המון מענטשן, אזוי אז זיי האבן אפילו נישט געקענט עסן ברויט. 21און ווי זיינע קרובים האבן דאס געהערט, זענען זיי ארויסגעגאנגען אים כאפן, ווארום זיי האבן געזאגט: ער איז אראפ פון זינען. 22און די סופרים, וואס זענען אראפגעקומען פון ירושלים, האבן געזאגט: ער האט דעם בעל‑זבול; און דורך דעם שר פון די בייזע גייסטער טרייבט ער ארויס די בייזע גייסטער. 23און ער האט זיי גערופן צו זיך, און גערעדט צו זיי מיט משלים; וויאזוי קען דער שׂטן ארויסטרייבן דעם שׂטן? 24און אויב א מלוכה איז צעטיילט קעגן זיך אליין, קען יענע מלוכה נישט האבן קיין קיום. 25און אויב א הויז איז צעטיילט קעגן זיך אליין, וועט יענץ הויז נישט קענען בלייבן שטיין. 26און אויב דער שׂטן שטייט אויף קעגן זיך אליין, און איז צעטיילט, קען ער נישט האבן קיין קיום, נאר האט דעם סוף. 27קיינער קען נישט אריינגיין אין דעם הויז פון דעם גיבור און ביי אים צורויבן די זאכן, אויב ער וועט נישט קודם כל בינדן דעם גיבור; און דעמאלט וועט ער אויסרויבן זיין הויז. 28באמת זאג איך אייך: אלע זינד וועלן פארגעבן ווערן צו די מענטשנקינדער, און די לעסטערונגען, וויפל זיי וועלן לעסטערן; 29ווער אבער עס וועט לעסטערן דעם רוח הקודש, דער האט נישט קיין פארגעבונג אויף אייביק, נאר איז חייב אן אייביקע זינד. 30ווייל זיי האבן געזאגט, אז ער האט אן אומריינעם גייסט.
31און זיין מוטער און זיינע ברידער זענען געקומען, און שטייענדיק אינדרויסן האבן זיי געשיקט צו אים, אים צו רופן. 32און עס איז געזעסן ארום אים א המון מענטשן; און מען האט צו אים געזאגט: זע, דיין מוטער און דיינע ברידער און דיינע שוועסטער זענען אינדרויסן און זוכן דיך. 33און ער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: ווער איז מיין מוטער און מיינע ברידער? 34און האט זיך ארומגעקוקט אויף די, וואס זענען געזעסן ארום אים אין א קרייז, און האט געזאגט: זע, מיין מוטער און מיינע ברידער! 35ווארום ווער עס וועט טאן ה׳ס רצון, דער דאזיקער איז מיין ברודער, און שוועסטער, און מוטער.