1און עס איז געװען, װען ה׳ האָט געזאָלט אַרױפֿנעמען אֵלִיָהון אין אַ שטורעמװינט אױפֿן הימל, זײַנען אֶלישע און אֵלִיָהו געגאַנגען פֿון גִלגָל. 2האָט אֵלִיָהו געזאָגט צו אֶלישען: בלײַב דאָ, איך בעט דיך, װאָרעם ה׳ האָט מיך געשיקט ביז בֵית-אֵל. האָט אֶלישע געזאָגט: אַזױ װי ה׳ לעבט, און אַזױ װי דײַן זעל לעבט, אױב איך װעל דיך פֿאַרלאָזן! און זײ האָבן אַראָפּגענידערט קײן בֵית-אֵל.
3זײַנען אַרױסגעגאַנגען די יונגע נבֿיאים װאָס אין בֵית-אֵל צו אֶלישען, און האָבן צו אים געזאָגט: װײסטו אַז הײַנט נעמט ה׳ אַװעק דײַן האַר פֿון דײַן קאָפּ? האָט ער געזאָגט: יאָ, איך װײס; שװײַגט.
4האָט אֵלִיָהו צו אים געזאָגט: אֶלישע, בלײַב דאָ, איך בעט דיך, װאָרעם ה׳ האָט מיך געשיקט קײן יריחוֹ. האָט ער געזאָגט: אַזױ װי ה׳ לעבט, און אַזױ װי דײַן זעל לעבט, אױב איך װעל דיך פֿאַרלאָזן. און זײ זײַנען געקומען קײן יריחוֹ.
5האָבן גענענט די יונגע נבֿיאים װאָס אין יריחוֹ צו אֶלישען, און האָבן צו אים געזאָגט: װײסטו אַז הײַנט נעמט ה׳ אַװעק דײַן האַר פֿון דײַן קאָפּ? האָט ער געזאָגט: יאָ, איך װײס; שװײַגט.
6האָט אֵלִיָהו צו אים געזאָגט: בלײַב דאָ, איך בעט דיך, װאָרעם ה׳ האָט מיך געשיקט ביזן יַרדן. האָט ער געזאָגט: אַזױ װי ה׳ לעבט, און אַזױ װי דײַן זעל לעבט, אױב איך װעל דיך פֿאַרלאָזן! און זײ זײַנען בײדע געגאַנגען.
7זײַנען פֿופֿציק מאַן פֿון די יונגע נבֿיאים געגאַנגען, און האָבן זיך געשטעלט אַקעגן איבער פֿון דער װײַטן; און זײ בײדע זײַנען געשטאַנען בײַם יַרדן. 8האָט אֵלִיָהו גענומען זײַן מאַנטל, און צונױפֿגעװיקלט, און געשלאָגן דאָס װאַסער, און עס האָט זיך צעטײלט אַהין און אַהער, און זײ זײַנען בײדע אַריבערגעגאַנגען אין טריקעניש. 9און עס איז געװען, װי זײ זײַנען אַריבערגעגאַנגען, אַזױ האָט אֵלִיָהו געזאָגט צו אֶלישען: בעט װאָס איך זאָל דיר טאָן, אײדער איך װעל אַװעקגענומען װערן פֿון דיר. האָט אֶלישע געזאָגט: זאָל, איך בעט דיך, אַ צװײעדיקער טײל פֿון דײַן גײַסט זײַן אױף מיר.
10האָט ער געזאָגט: האָסט אַ שװערע זאַך געבעטן. אױב דו װעסט מיך זען װען איך װער אַװעקגענומען פֿון דיר, װעט דיר אַזױ געשען, אױב אָבער נישט, װעט עס נישט געשען.
11און עס איז געװען, װי זײ גײען אַזױ, גײען און רעדן, ערשט אַ פֿײַערדיקער רײַטװאָגן מיט פֿײַערדיקע פֿערד, און זײ האָבן פֿונאַנדערגעשײדט צװישן זײ בײדן, און אֵלִיָהו איז אַרױף מיט אַ שטורעמװינט אין הימל[1]. 12און װי אֶלישע האָט עס געזען[2], אַזױ האָט ער געשריִען: פֿאָטער מײַנער, פֿאָטער מײַנער, רײַטװעגן און רײַטער פֿון יִשׂרָאֵל! און ער האָט אים מער נישט געזען. האָט ער אָנגענומען זײַנע קלײדער, און האָט זײ צעריסן אױף צװײ שטיקער. 13און ער האָט אױפֿגעהױבן אֵלִיָהוס מאַנטל װאָס איז אַראָפּגעפֿאַלן פֿון אים, און האָט זיך אומגעקערט און זיך געשטעלט בײַם ברעג יַרדן. 14און ער האָט גענומען אֵלִיָהוס מאַנטל װאָס איז אַראָפּגעפֿאַלן פֿון אים, און האָט געשלאָגן דאָס װאַסער, און האָט געזאָגט: װוּ איז ה׳ אלוקי אֵלִיָהון? און אַז ער אױך האָט געשלאָגן דאָס װאַסער, האָט דאָס װאַסער זיך צעטײלט אַהין און אַהער, און אֶלישע איז אַריבערגעגאַנגען.
15און די יונגע נבֿיאים װאָס פֿון יריחוֹ האָבן אים געזען פֿון אַ קעגן איבער, און זײ האָבן געזאָגט: דער גײַסט פֿון אֵלִיָהון רוט אױף אֶלישען. און זײ זײַנען אים געקומען אַנטקעגן, און האָבן זיך געבוקט פֿאַר אים צו דער ערד. 16און זײ האָבן צו אים געזאָגט: אָט, איך בעט דיך, זײַנען צװישן דײַנע קנעכט פֿופֿציק מאַן, העלדישע יונגען; זאָלן זײ גײן, איך בעט דיך, און זוכן דײַן האַר; טאָמער האָט אים דער גײַסט פֿון ה׳ פֿאַרטראָגן און אים פֿאַרװאָרפֿן אױף אײנעם פֿון די בערג, אָדער אין אײנעם פֿון די טאָלן. האָט ער געזאָגט: איר זאָלט נישט שיקן. 17זײַנען זײ צוגעשטאַנען צו אים ביז ער האָט זיך געשעמט, און ער האָט געזאָגט: שיקט. און זײ האָבן געשיקט פֿופֿציק מאַן, און זײ האָבן געזוכט דרײַ טעג, און האָבן אים נישט געפֿונען. 18האָבן זײ זיך אומגעקערט צו אים, װי ער איז געזעסן אין יריחוֹ; און ער האָט צו זײ געזאָגט: האָב איך אײַך נישט געזאָגט: איר זאָלט נישט גײן?
19און די מענטשן פֿון דער שטאָט האָבן געזאָגט צו אֶלישען: זע נאָר, דער אָרט פֿון דער שטאָט איז אַ גוטער, אַזױ װי מײַן האַר זעט, אָבער דאָס װאַסער איז שלעכט, און דאָס לאַנד פֿאַרװאַרפֿט. 20האָט ער געזאָגט: ברענגט מיר אַ נײַע שיסל, און טוט אַרײַן אַהין זאַלץ. האָבן זײ עס אים געבראַכט. 21און ער איז אַרױסגעגאַנגען צו דעם אַרױסגאַנג פֿונעם װאַסער, און האָט אַהין אַרײַנגעװאָרפֿן זאַלץ, און געזאָגט: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: איך האָב געהײלט {רפא}[3] דאָס דאָזיקע װאַסער; מער זאָל פֿון דאָרטן נישט זײַן קײן טױט און קײן פֿאַרװאַרפֿערין. 22און דאָס װאַסער איז געהײלט {רפא}[4] געװאָרן ביז אױף הײַנטיקן טאָג, אַזױ װי דאָס װאָרט װאָס אֶלישע האָט גערעדט.
23און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון דאָרטן קײן בֵית-אֵל. און װי ער גײט אַרױף מיטן װעג, אַזױ זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון שטאָט קלײנע ייִנגלעך, און האָבן געשפּעט פֿון אים, און האָבן צו אים געזאָגט: גײ אַרױף, פּליכקאָפּ! גײ אַרױף, פּליכקאָפּ! 24האָט ער זיך אומגעקערט הינטער זיך, און האָט זײ דערזען, און ער האָט זײ געשלאָגן אין נאָמען פֿון ה׳. זײַנען אַרױסגעקומען צװײ בערינטעס פֿון װאַלד, און האָבן צעריסן פֿון זײ צװײ און פֿערציק קינדער. 25און ער איז אַװעקגעגאַנגען פֿון דאָרטן צום באַרג כַּרמֶל, און פֿון דאָרטן האָט ער זיך אומגעקערט קײן שוֹמרוֹן.
1דעם ערשטן באריכט האב איך געמאכט, אָ טעאפילוס, וועגן אלעם, וואס יהושע/ישוע האט אנגעהויבן צו טאן און צו לערנען, 2ביז צום טאג, ווען ער איז ארויפגענומען געווארן, נאך דעם ווי ער האט דורך דעם רוח הקודש געבאטן די שליחים, וועלכע ער האט אויסדערוויילט; 3צו וועמען נאך זיין ליידן ער האט זיך באוויזן לעבעדיק דורך א סך זיכערע באווייזן, דערשיינענדיק צו זיי במשך פון פערציק טעג און רעדנדיק וועגן דעם, וואס האט א שייכות צום קעניגרייך פון ה׳; 4און ווען זיי זענען געווען פארזאמלט, האט ער זיי באפוילן נישט אוועקצוגיין פון ירושלים, נאר צו ווארטן אויף דער הבטחה פונם פאטער, וועלכע—האט ער געזאגט—איר האט געהערט פון מיר; 5ווייל יוחנן האט געטובלט מיט וואסער אין דער מקווה, איר אבער וועט געטובלט ווערן אין דער מקווה מיט דעם רוח הקודש נישט אין פיל טעג ארום.
6דעריבער, ווען זיי זענען זיך צוזאמענגעקומען, האבן זיי אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: האר, צי וועסטו אין דער דאזיקער צייט ווידער אויפריכטן דאס מלכות צו ישראל? 7האט ער צו זיי געזאגט: עס איז נישט אייער זאך צו וויסן די צייטן אדער זמנים, וועלכע דער פאטער האט פעסטגעזעצט אין זיין מאכט. 8נאר איר וועט באקומען גבורה, ווען דער רוח הקודש וועט קומען אויף אייך; און וועט זיין מיינע עדות אין ירושלים און אין גאנץ יהודה און אין שומרון און ביז צום עק פון דער ערד. 9און האבנדיק דאס געזאגט, איז ער ארויפגענומען געווארן, און זיי האבן עס געזען, און א וואלקן האט אים אוועקגענומען פון זייערע אויגן. 10און ווי זיי האבן אזוי פעסט געקוקט צום הימל, בשעת ער איז אוועק ארויף, זע, ביי זיי זענען געשטאנען צוויי מענער אין ווייסע קליידער; 11וועלכע האבן אויך געזאגט: איר מענער פון גליל, וואס שטייט איר און קוקט ארויף צום הימל? דער דאזיקער יהושע/ישוע, וואס איז ארויפגענומען געווארן פון אייך אין הימל אריין, וועט אויף אזא אופן קומען, ווי איר האט אים געזען ארויפגיין אין הימל אריין.
12דעמאלט האבן זיי זיך אומגעקערט קיין ירושלים פונם בארג, וואס הייסט הר הזיתים, וועלכער איז נאענט פון ירושלים א שטח א תחום שבת. 13און ווען זיי זענען אריינגעקומען, זענען זיי ארויפגעגאנגען אין דער אויבערשטוב, וואו פעטרוס און יוחנן און יעקב און אנדריי, פיליפוס און תומא, בר‑תלמי און מתתיהו, יעקב בן חלפי און שמעון הקנאי און יהודה בן יעקב האבן געוואוינט. 14די אלע האבן איינשטימיק אנגעהאלטן אין תפילה טאן, צוזאמען מיט די פרויען, און מרים ישועס מוטער און מיט זיינע ברידער.
15און אין די דאזיקע טעג איז פעטרוס אויפגעשטאנען אין דער מיט פון די ברידער און האט געזאגט—אן עולם אן ערך הונדערט און צוואנציק זענען דערביי געווען פארזאמלט— 16ברידער, עס האט געמוזט דערפילט ווערן דער פסוק, וואס דער רוח הקודש האט פארויסגעזאגט דורך דודס מויל וועגן יהודהן, וועלכער איז געווארן א וועגווייזער פאר די, וואס האבן געפאנגען גענומען יהושען/ישוען. 17ווייל ער איז געווען געציילט מיט אונדז און האט באקומען זיין חלק אין דער דאזיקער עבודה. 18דער דאזיקער האט זיך דערווארבן א פעלד פארן שכר פון זיין רשעות, און איז אנידערגעפאלן מיטן קאפ אראפ און איז צעפלאצט געווארן אין דער מיט, און אלע זיינע געדערעם זענען ארויס. 19און דאס דאזיקע איז באקאנט געווארן צו אלע איינוואוינער אין ירושלים, אזוי, אז אין זייער אייגענעם דיאלעקט ווערט יענץ פעלד אנגערופן חקל דמא, דאס הייסט א פעלד פון בלוט. 20ווארום עס שטייט געשריבן אין ספר תהלים:
און;
21עס איז דעריבער נויטווענדיק, אז איינער פון די דאזיקע מענער, וואס האבן אונדז באגלייט די גאנצע צייט, אין וועלכער דער האר יהושע/ישוע איז אריינגעגאנגען און ארויסגעגאנגען צווישן אונדז, 22אנהויבנדיק פון יוחננס מקווה ביז צום טאג, ווען ער איז פון אונדז ארויפגענומען געווארן, זאל זיין אן עדות מיט אונדז פון זיין תחית המתים. 23און זיי האבן געשטעלט צוויי, יוספן, וועמען מען האט גערופן בר‑שבא, און האט געהאט דעם צונאמען יוסטוס, און מתיה. 24און האבן תפילה געטאן און געזאגט: דו, אָ האר, וואס ווייסט אלעמענס הערצער, ווייז וועלכן דו האסט אויסדערוויילט פון די דאזיקע צוויי, 25איינעם, וואס זאל איבערנעמען דאס ארט פון דער דאזיקער עבודה און שליחות, פון וועלכער יהודה איז אפגעפאלן, כדי צו גיין אויף זיין אייגן ארט. 26און האבן געווארפן גורל פאר זיי, און דאס גורל איז אויסגעפאלן אויף מתיה; און ער איז צוגערעכנט געווארן צו די עלף שליחים.