1און די יונגע נבֿיאים האָבן געזאָגט צו אֶלישע. זע נאָר, דער אָרט װוּ מיר זיצן פֿאַר דיר איז צו ענג פֿאַר אונדז.
2לאָמיר גײן ביזן יַרדן, און לאָמיר נעמען פֿון דאָרטן איטלעכער פֿון אונדז אײן קלאָץ, און לאָמיר אונדז דאָרטן מאַכן אַן אָרט צו װױנען דאָרטן. האָט ער געזאָגט: גײט. 3האָט אײנער געזאָגט: באַװיליק, איך בעט דיך, און גײ מיט דײַנע קנעכט. האָט ער געזאָגט: איך װעל גײן.
4איז ער געגאַנגען מיט זײ, און זײ זײַנען געקומען צום יַרדן, און זײ האָבן אָפּגעהאַקט די בײמער. 5און עס איז געװען, װי אײנער װאַרפֿט אום אַ קלאָץ, אַזױ איז דער אײַזן אַרײַנגעפֿאַלן אין װאַסער, און ער האָט אױסגעשריִען און געזאָגט: װײ, מײַן האַר, װאָרעם ער איז אַ געליִענער. 6האָט דער מאַן פֿון ג-ט געזאָגט: װוּ איז ער אַרײַנגעפֿאַלן? האָט ער אים געװיזן דעם אָרט, און ער האָט אָפּגעשניטן אַ העלצל, און האָט עס אַהין אַרײַנגעװאָרפֿן, און דער אײַזן איז אַרױפֿגעשװוּמען. 7און ער האָט געזאָגט: הײב דיר אים אַרױס; האָט ער אױסגעשטרעקט זײַן האַנט, און האָט אים אַרױסגענומען.
8און דער מלך פֿון אַרָם האָט געהאַלטן מלחמה אױף יִשׂרָאֵל, און ער האָט אָפּגערעדט מיט זײַנע קנעכט, אַזױ צו זאָגן: אין יענעם און יענעם אָרט װעט זײַן מײַן לאַגערונג.
9האָט דער מאַן פֿון ג-ט געשיקט צו דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: היט זיך פֿאַרבײַצוגײן דעם דאָזיקן אָרט, װאָרעם אַהין לאָזן זיך אַראָפּ די אַרַמים. 10און דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל האָט געשיקט צו דעם אָרט װאָס דער מאַן פֿון ג-ט האָט אים געזאָגט און אים געװאָרנט; און ער האָט זיך דאָרטן אױסגעהיט נישט אײן מאָל און נישט צװײ מאָל.
11איז אױפֿגערודערט געװאָרן דאָס האַרץ פֿון דעם מלך פֿון אַרָם איבער דער דאָזיקער זאַך, און ער האָט גערופֿן זײַנע קנעכט, און האָט צו זײ געזאָגט: קענט איר מיר נישט זאָגן, װער פֿון אונדזערע איז מיט דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל? 12האָט אײנער פֿון זײַנע קנעכט געזאָגט: נײן, מײַן האַר מלך, נײַערט אֶלישע דער נבֿיא װאָס אין יִשׂרָאֵל דערצײלט דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל די רײד װאָס דו רעדסט אין דײַן שלאָפֿקאַמער. 13האָט ער געזאָגט: גײט און זעט װוּ ער איז, און איך װעל שיקן און װעל אים נעמען. איז אים אָנגעזאָגט געװאָרן, אַזױ צו זאָגן: ער איז אין דוֹתָן. 14און ער האָט געשיקט אַהין פֿערד און רײַטװעגן און אַ גרױסן חיל, און זײ זײַנען געקומען בײַ נאַכט, און האָבן אַרומגערינגלט די שטאָט. 15און דער משרת פֿון דעם מאַן פֿון ג-ט האָט זיך געפֿעדערט אױפֿצושטײן, און ער איז אַרױסגעגאַנגען, ערשט אַ חיל רינגלט אַרום די שטאָט, מיט פֿערד און רײַטװעגן. האָט זײַן יונג צו אים געזאָגט: װײ, מײַן האַר, װאָס זאָלן מיר טאָן? 16האָט ער געזאָגט: זאָלסט נישט מורא האָבן; װאָרעם די װאָס מיט אונדז זײַנען מער װי די װאָס מיט זײ.
17און אֶלישע האָט מתפּלל געװען און האָט געזאָגט: ה׳ עפֿן, איך בעט דיך, זײַנע אױגן, און זאָל ער זען. האָט ג-ט געעפֿנט די אױגן פֿון דעם יונג, און ער האָט געזען, ערשט דער באַרג איז פֿול מיט פֿערד און רײַטװעגן פֿײַערדיקע רונד אַרום אֶלישען.
18און װי זײ האָבן אַראָפּגענידערט צו אים, אַזױ האָט אֶלישע מתפּלל געװען צו ה׳, און האָט געזאָגט: שלאָג, איך בעט דיך, דאָס דאָזיקע פֿאָלק מיט בלינדקײט. האָט ער זײ געשלאָגן מיט בלינדקײט, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון אֶלישען. 19און אֶלישע האָט צו זײ געזאָגט: נישט דאָס איז דער װעג, און נישט דאָס איז די שטאָט. גײט מיר נאָך און איך װעל אײַך פֿירן צו דעם מאַן װאָס איר זוכט. און ער האָט זײ אַװעקגעפֿירט קײן שוֹמרוֹן.
20און עס איז געװען, װי זײ זײַנען געקומען קײן שוֹמרוֹן, אַזױ האָט אֶלישע געזאָגט: ה׳, עפֿן די אױגן פֿון די דאָזיקע, זײ זאָלן זען. האָט ה׳ געעפֿנט זײערע אױגן, און זײ האָבן געזען, ערשט זײ זײַנען אין מיטן שוֹמרוֹן. 21און דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל האָט געזאָגט צו אֶלישען, װען ער האָט זײ געזען: זאָל איך דערשלאָגן? זאָל איך דערשלאָגן, מײַן פֿאָטער? 22האָט ער געזאָגט: זאָלסט נישט דערשלאָגן. צי די װאָס דו האָסט געפֿאַנגען מיט דײַן שװערד און מיט דײַן בױגן דערשלאָגסט דאָס? שטעל פֿאַר זײ ברױט און װאַסער, און זאָלן זײ עסן און טרינקען, און גײן צו זײער האַר.
23האָט ער זײ געמאַכט אַ גרױסן מאָלצײַט און זײ האָבן געגעסן און געטרונקען, און ער האָט זײ אַװעקגעשיקט, און זײ זײַנען אַװעקגעגאַנגען צו זײער האַר. און די באַנדעס פֿון אַרָם זײַנען מער װידער נישט געקומען אין לאַנד פֿון יִשׂרָאֵל.
24און עס איז געװען נאָך דעם, האָט בֶן-הַדַד דער מלך פֿון אַרָם אײַנגעזאַמלט זײַן גאַנצן חיל, און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען און האָט געלעגערט אױף שוֹמרוֹן. 25און עס איז געװאָרן אַ גרױסער הונגער אין שוֹמרוֹן, בעת-אָט זײ האָבן געלעגערט אױף איר, ביז אַ קאָפּ פֿון אַן אײזל איז געװען אַכציק זילבערסטיק און אַ פֿערטל קַבֿ טױבנמיסט פֿינף זילבערסטיק. 26און עס איז געװען, װי דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל איז פֿאַרבײַגעגאַנגען אױף דער מױער, האָט אַ פֿרױ געשריִען צו אים, אַזױ צו זאָגן: העלף, מײַן האַר מלך. 27האָט ער געזאָגט: אַז ה׳ העלפֿט דיר נישט, פֿון װאַנען זאָל איך דיר העלפֿן? פֿון דרעש-שײַער צי פֿון קעלטער? 28און דער מלך האָט צו איר געזאָגט: װאָס איז דיר? האָט זי געזאָגט: די דאָזיקע פֿרױ האָט צו מיר געזאָגט: גיב אַהער דײַן זון, און מיר װעלן אים הײַנט אױפֿעסן, און מײַן זון װעלן מיר אױפֿעסן מאָרגן. 29האָבן מיר אָפּגעקאָכט מײַן זון, און מיר האָבן אים אױפֿגעגעסן; און אַז איך האָב צו איר געזאָגט אױפֿן אַנדערן טאָג: גיב אַהער דײַן זון, און מיר װעלן אים אױפֿעסן, האָט זי באַהאַלטן איר זון.
30און עס איז געװען, װי דער מלך האָט געהערט די װערטער פֿון דער פֿרױ, אַזױ האָט ער צעריסן זײַנע קלײדער, בעת ער איז פֿאַרבײַגעגאַנגען אױף דער מױער, און דאָס פֿאָלק האָט געזען, ערשט זאַק איז אױף זײַן לײַב פֿון אונטן. 31און ער האָט געזאָגט: זאָל מיר אלֹקים טאָן אַזױ און נאָך מער, אױב דער קאָפּ פֿון אֶלישע דעם זון פֿון שָפֿטן װעט בלײַבן אױף אים הײַנט!
32און אֶלישע איז געזעסן אין זײַן הױז, און די עלטסטע זײַנען געזעסן מיט אים. און [דער מלך] האָט געשיקט פֿון זיך אַ מאַן. אָבער אײדער דער שליח איז אָנגעקומען צו אים, האָט ער געזאָגט צו די עלטסטע: איר זעט װי דער דאָזיקער זון פֿון דעם רוצֵח שיקט אַראָפּצונעמען מײַן קאָפּ? זעט, װי דער שליח קומט, פֿאַרשליסט די טיר, און איר זאָלט זיך אָנשפּאַרן אָן דער טיר אַקעגן אים. פֿאַר װאָר, דער שאָרך פֿון זײַן האַרס פֿיס איז הינטער אים.
33װי ער רעדט נאָך מיט זײ, ערשט דער שליח נידערט אַראָפּ צו אים. און [דער מלך] האָט געזאָגט: זע, דאָס דאָזיקע בײז איז פֿון ה׳; װאָס קען איך נאָך האָפֿן פֿון ה׳?