1און יהוֹרָם דער זון פֿון אַחאָבֿן איז געװאָרן מלך איבער יִשׂרָאֵל אין שוֹמרוֹן אין אַכצענטן יאָר פֿון יהוֹשָפֿט דעם מלך פֿון יהוּדה; און ער האָט געקיניגט צװעלף יאָר.
2און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, נאָר נישט אַזױ װי זײַן פֿאָטער און װי זײַן מוטער; װאָרעם ער האָט אָפּגעטאָן דעם זײַלשטײן פֿון בַעַל װאָס זײַן פֿאָטער האָט געמאַכט. 3אָבער ער איז געװען באַהעפֿט אָן די זינד פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבָֿטן, װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן יִשׂרָאֵל; ער האָט זיך נישט אָפּגעקערט דערפֿון.
4און מֵישַע דער מלך פֿון מוֹאָבֿ האָט געהאַלטן שאָף, און ער פֿלעגט צאָלן דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל די װאָל פֿון הונדערט טױזנט לעמער און הונדערט טױזנט װידערס. 5און עס איז געװען, װי אַחאָבֿ איז געשטאָרבן, אַזױ האָט דער מלך פֿון מוֹאָבֿ װידערשפּעניקט אָן דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל. 6איז דער מלך יהוֹרָם אַרױסגעגאַנגען אין יענעם טאָג פֿון שוֹמרוֹן, און האָט איבערגעצײלט גאַנץ יִשׂרָאֵל. 7און ער איז געגאַנגען און האָט געשיקט צו יהוֹשָפֿט דעם מלך פֿון יהוּדה, אַזױ צו זאָגן: דער מלך פֿון מוֹאָבֿ האָט װידערשפּעניקט אָן מיר; װעסטו גײן מיט מיר אַקעגן מוֹאָבֿ אױף מלחמה? האָט ער געזאָגט: איך װעל אַרױפֿגײן; אַזױ װי דו אַזױ איך; אַזױ װי דײַן פֿאָלק אַזױ מײַן פֿאָלק; אַזױ װי דײַנע פֿערד אַזױ מײַנע פֿערד. 8האָט ער געפֿרעגט: מיט װאָסער װעג זאָלן מיר אַרױפֿגײן? האָט ער געזאָגט: מיטן װעג פֿון דעם מדבר פֿון אֶדוֹם.
9איז געגאַנגען דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל, און דער מלך פֿון יהוּדה, און דער מלך פֿון אֶדוֹם, און זײ האָבן זיך אַרומגעדרײט זיבן טעג װעגס, און עס איז נישט געװען קײן װאַסער פֿאַרן חיל, און פֿאַר די בהמות װאָס הינטער זײ. 10האָט דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל געזאָגט: װײ! װאָרעם ה׳ האָט צונױפֿגערופֿן די דאָזיקע דרײַ מלכים, זײ צו געבן אין דער האַנט פֿון מוֹאָבֿ. 11האָט יהוֹשָפֿט געזאָגט: איז דאָ נישטאָ אַ נבֿיא פֿון ה׳, אַז מיר זאָלן פֿרעגן דורך אים בײַ ה׳? האָט זיך אָפּגערופֿן אײנער פֿון די קנעכט פֿון דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל, און האָט געזאָגט: דאָ איז דאָ אֶלישע דער זון פֿון שָפֿטן, װאָס האָט געגאָסן װאַסער אױף די הענט פֿון אֵלִיָהון. 12האָט יהוֹשָפֿט געזאָגט: בײַ אים איז דאָ דאָס װאָרט פֿון ה׳. און דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל און יהוֹשָפֿט און דער מלך פֿון אֶדוֹם האָבן אַראָפּגענידערט צו אים. 13האָט אֶלישע געזאָגט צו דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל: װאָס קער איך זיך אָן מיט דיר? גײ צו די נבֿיאים פֿון דײַן פֿאָטער, און צו די נבֿיאים פֿון דײַן מוטער. האָט דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל צו אים געזאָגט: ניטע! װאָרעם ה׳ האָט צונױפֿגערופֿן די דאָזיקע דרײַ מלכים, זײ צו געבן אין דער האַנט פֿון מוֹאָבֿ. 14האָט אֶלישע געזאָגט: אַזױ װי עס לעבט ה׳ צבָֿאוֹת װאָס איך שטײ פֿאַר אים, אַז װען איך שױן נישט דעם פּנים פֿון יהוֹשָפֿט דעם מלך פֿון יהוּדה, אױב איך װאָלט געקוקט אױף דיר, און אױב איך װאָלט דיך אָנגעזען! 15און אַצונד, ברענגט מיר אַ שפּילער. און עס איז געװען, װי דער שפּילער האָט געשפּילט, אַזױ איז אױף אים געװען די האַנט פֿון ה׳. 16און ער האָט געזאָגט: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: מאַכט דעם דאָזיקן טאָל גריבער אױף גריבער. 17װאָרעם אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: איר װעט נישט זען קײן װינט, און נישט זען קײן רעגן, און דער דאָזיקער טאָל װעט אָנגעפֿילט װערן מיט װאַסער, און איר װעט טרינקען, איר און אײַערע פֿיך און אײַערע בהמות. 18און דאָס איז נאָך װינציק אין די אױגן פֿון ה׳; ער װעט אײַך געבן מוֹאָבֿ אין אײַער האַנט. 19און איר װעט שלאָגן יעטװעדער באַפֿעסטיקטע שטאָט, און יעטװעדער אױסדערװײלטע שטאָט; און יעטװעדער גוטן בױם װעט איר אײַנװאַרפֿן, און יעטװעדער קװאַל װאַסער װעט איר פֿאַרשטאָפּן, און יעטװעדער גוט שטיק פֿעלד װעט איר פֿאַרדאַרבן מיט שטײנער.
20און עס איז געװען אין דער פֿרי, װען מע ברענגט אױף דעם קָרבָּן {מִנְחָה}, ערשט װאַסער קומט אַרױס פֿון דעם װעג פֿון אֶדוֹם, און דאָס לאַנד איז פֿול געװאָרן מיטן װאַסער.
21און גאַנץ מוֹאָבֿ האָבן געהערט אַז די מלכים זײַנען אַרױפֿגעקומען מלחמה צו האַלטן אױף זײ, און זײ האָבן זיך אײַנגעזאַמלט, פֿון איטלעכן װאָס גורט אָן אַן אָנגורט און העכער; און זײ האָבן זיך געשטעלט בײַם געמאַרק. 22און װי זײ האָבן זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, אַזױ האָט די זון געשײַנט אױפֿן װאַסער, און די מוֹאָבֿים האָבן געזען פֿון װײַטן דאָס װאַסער רױט אַזױ װי בלוט. 23האָבן זײ געזאָגט: בלוט איז דאָס; צעקריגן האָבן זיך צעקריגט די מלכים, און זײ האָבן געשלאָגן אײנער דעם אַנדערן. און אַצונד, צום רױב, מוֹאָבֿ!
24און זײ זײַנען געקומען אין לאַגער פֿון יִשׂרָאֵל, און די יִשׂרָאֵל זײַנען אױפֿגעשטאַנען און האָבן געשלאָגן מוֹאָבֿ. 25און די שטעט האָבן זײ צעשטערט, און װוּ נאָר אַ גוט שטיק פֿעלד, האָבן זײ איטלעכער געװאָרפֿן אַ שטײן און האָבן עס אָנגעפֿילט, און יעטװעדער קװאַל װאַסער האָבן זײ פֿאַרשטאָפּט. און יעטװעדער גוטן בױם האָבן זײ אײַנגעװאָרפֿן, ביז זײ האָבן בלױז איבערגעלאָזן אירע מױערשטײנער אין קיר-חַרֶשֶת; און די שלײדערער האָבן זי אַרומגערינגלט, און האָבן זי צעשלאָגן.
26און דער מלך פֿון מוֹאָבֿ האָט געזען אַז די מלחמה איז שטאַרקער פֿון אים, און ער האָט גענומען מיט זיך זיבן הונדערט מאַן װאָס ציִען אַ שװערד, כּדי דורכצוברעכן צו דעם מלך פֿון אֶדוֹם, אָבער זײ האָבן נישט געקענט. 27האָט ער גענומען זײַן זון דעם בכוֹר װאָס האָט געזאָלט קיניגן אַנשטאָט[1] אים, און האָט אים אױפֿגעבראַכט פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} אױף דער מױער.[2] און עס איז געװאָרן אַ גרױסער צאָרן {קֶצֶף}[3] אױף יִשׂרָאֵל; און זײ האָבן אַװעקגעצױגן פֿון אים, און האָבן זיך אומגעקערט אין לאַנד.