AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › 1 Kings 17
◄ 1 Kings 16
1 Kings 17
מְלָכִים א 17
1 Kings 18 ►

1און אֵלִיָהו דער תִּשבי, פֿון די װאָס האָבן זיך באַזעצט אין גִלעָד, האָט געזאָגט צו אַחאָבֿן: אַזױ װי עס לעבט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל װאָס איך שטײ פֿאַר אים, אױב אין די דאָזיקע יאָרן װעט זײַן טױ און רעגן, סײַדן לױט מײַן װאָרט!

2און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו אים, אַזױ צו זאָגן: 3גײ פֿון דאַנען, און זאָלסט זיך פֿאַרקערן קײן מזרח, און זיך באַהאַלטן בײַ דעם באַך כּרית װאָס פֿאַרן יַרדן. 4און עס װעט זײַן: פֿון דעם באַך װעסטו טרינקען, און די ראָבן האָב איך באַפֿױלן דיך דאָרטן צו שפּײַזן.

5איז ער געגאַנגען און האָט געטאָן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ה׳; און ער איז אַװעק און האָט זיך געזעצט בײַם באַך כּרית װאָס פֿאַרן יַרדן.

6און די ראָבן פֿלעגן אים ברענגען ברױט און פֿלײש אין דער פֿרי, און ברױט און פֿלײש אין אָװנט; און פֿון באַך פֿלעגט ער טרינקען.

7און עס איז געװען נאָך אַ פֿאַרלױף פֿון טעג, איז דער באַך אױסגעטריקנט געװאָרן, װײַל עס איז נישט געװען קײן רעגן אין לאַנד. 8איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו אים, אַזױ צו זאָגן: 9שטײ אױף, גײ קײן צָרפֿת װאָס געהערט צו צידון, און זאָלסט דאָרטן זיצן; זע, איך האָב דאָרטן באַפֿױלן אַ פֿרױ אַן אַלמנה דיך צו שפּײַזן.

10איז ער אױפֿגעשטאַנען און איז געגאַנגען קײן צָרפֿת. און װי ער איז געקומען אין אײַנגאַנג פֿון שטאָט, ערשט אַ פֿרױ אַן אַלמנה קלײַבט דאָרטן האָלץ. האָט ער גערופֿן צו איר און האָט געזאָגט: ברענג מיר, איך בעט דיך, אַ ביסל װאַסער אין אַ כּלי, כּדי איך זאָל טרינקען. 11און װי זי איז געגאַנגען ברענגען, אַזױ האָט ער זי נאָכגערופֿן און געזאָגט: ברענג מיר, איך בעט דיך, אַ שטיקל ברױט אין דײַן האַנט. 12האָט זי געזאָגט: אַזױ װי עס לעבט ה׳ דײַן ג-ט, אױב איך האָב אַ קוכן, נאָר בלױז אַ האַנטפֿול מעל אין טאָפּ, און אַ ביסל אײל אין קרוג! און אָט קלײַב איך צונױף אַ פּאָר העלצער, און איך װעל גײן און װעל עס מאַכן פֿאַר מיר און מײַן זון, און מיר װעלן עס אױפֿעסן; דערנאָך װעלן מיר שטאַרבן.

13האָט אֵלִיָהו צו איר געזאָגט: זאָלסט נישט מורא האָבן; גײ טו אַזױ װי דײַן װאָרט, נאָר מאַך מיר דערפֿון אַ קלײנעם קוכן צוערשט, און ברענג מיר אַרױס; און פֿאַר דיר און פֿאַר דײַן זון װעסטו מאַכן צולעצט. 14װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל: דער טאָפּ מעל װעט נישט אױסגײן, און דער קרוג אײל װעט נישט געמינערט װערן, ביז דעם טאָג װאָס ה׳ גיט רעגן אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד.

15איז זי געגאַנגען און האָט געטאָן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון אֵלִיָהון, און זי און ער און איר הױזגעזינט האָבן געהאַט צו עסן פֿיל טעג. 16דער טאָפּ מעל איז נישט אױסגעגאַנגען, און דער קרוג אײל איז נישט געמינערט געװאָרן, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ה׳ װאָס ער האָט גערעדט דורך אֵלִיָהון.

17און עס איז געװען נאָך די דאָזיקע געשעענישן, איז קראַנק געװאָרן דער זון פֿון דער פֿרױ, דער בַעַל-הביתטע פֿון הױז, און זײַן קראַנקשאַפֿט איז געװען זײער שטאַרק, ביז אין אים איז מער אַן אָטעם נישט געבליבן. 18האָט זי געזאָגט צו אֵלִיָהון: װאָס האָסטו צו מיר דו מאַן פֿון ג-ט? ביסטו געקומען צו מיר צו דערמאָנען מײַנע זינד, און צו טײטן מײַן זון?

19האָט ער צו איר געזאָגט: גיב מיר דײַן זון. און ער האָט אים גענומען פֿון איר בוזעם, און האָט אים אַרױפֿגעטראָגן אין דער אױבערשטוב װאָס ער האָט דאָרטן געװױנט, און האָט אים אַװעקגעלײגט אױף זײַן בעט. 20און ער האָט גערופֿן צו ה׳ און האָט געזאָגט: ה׳ מײַן ג-ט, צי אױך דער אַלמנה װאָס איך האַלט זיך אױף בײַ איר, האָסטו בײז געטאָן, צו טײטן איר זון?

21און ער האָט זיך אױסגעצױגן איבער דעם קינד דרײַ מאָל, און האָט גערופֿן צו ה׳ און האָט געזאָגט: ה׳ מײַן ג-ט, זאָל, איך בעט דיך, די זעל פֿון דעם דאָזיקן קינד אומקערן אין אים.

22און ה׳ האָט צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון אֵלִיָהון, און די זעל פֿון דעם קינד האָט זיך אומגעקערט אין אים, און ער האָט אױפֿגעלעבט.

23און אֵלִיָהו האָט גענומען דאָס קינד, און האָט עס אַראָפּגעטראָגן פֿון דער אױבערשטוב אין הױז, און האָט עס געגעבן צו זײַן מוטער; און אֵלִיָהו האָט געזאָגט: זע, דײַן זון לעבט. 24האָט די פֿרױ געזאָגט צו אֵלִיָהון: אַצונד אָט װײס איך אַז דו ביסט אַ מאַן פֿון ג-ט, און דאָס װאָרט פֿון ה׳ אין דײַן מױל איז אמת.

Brit Chadasha FootnoteJames 5 →

1איצט קומט איר, די עשירים; וויינט און קלאגט אויף אייערע צרות, וועלכע קומען (אויף אייך). 2אייער רייכקייט איז פארפוילט געווארן, און אייערע מלבושים זענען מילביק. 3אייער גאלד און זילבער איז פארזשאווערט; און זייער זשאווער וועט זיין פאר אן עדות צו אייך, און עס וועט פארצערן אייערע לייבער ווי פייער. איר האט אייך איינגעזאמלט אוצרות אין די לעצטע טעג. 4זע, דער לוין פון די ארבעטער, וועלכע האבן איינגעזאמלט דעם שניט פון אייערע פעלדער, (דער לוין), וועלכער איז פון אייך צוריקגעהאלטן, שרייט; און די געשרייען פון די שניטער זענען אריינגעקומען אין די אויערן פון דעם האר, (דעם ג‑ט פון) צבאות. 5איר האט געלעבט אין תענוגים אויף דער ערד און זיך אנגעטאן פארגעניגנס; איר האט געפאשעט אייערע הערצער ווי אינם טאג פון דער שחיטה. 6איר האט פארמשפט, איר האט געהרגעט דעם צדיק; ער שטעלט זיך אייך נישט אנטקעגן.

7זייט געדולדיק דעריבער, ברידער, ביז צום קומען פון דעם האר. זע, דער פארמער ווארט אויף דער טייערער פרוכט פון דער ערד, און האט געדולד מיט איר, ביז זי באקומט דעם פריען און שפעטן רעגן. 8זייט אויך געדולדיק; שטארקט זיך די הערצער אייערע; ווייל דעם הארס קומען האט זיך שוין דערנענטערט. 9זיפצט נישט, ברידער, איינער קעגן דעם אנדערן; כדי איר זאלט נישט געמשפט ווערן; אָט שטייט (שוין) דער שופט פאר די טירן. 10נעמט אייך אלס א ביישפיל, ברידער, פון ליידן בייז און פון געדולד, די נביאים, וועלכע האבן גערעדט אין דעם נאמען פון דעם האר (ג‑ט). 11זע, מיר האלטן פאר געבענטשט די, וועלכע האבן אויסגעהאלטן סבלנותדיק; איר האט (דאך) געהערט פון איובס סבלנות, און געזען דעם סוף פון דעם האר, אז דער האר (ג‑ט) איז א רחום וחנון (איוב מב, י-יב.)

12נאר פריער פאר אלעם, שווערט נישט, ברידער מיינע, נישט ביים הימל, נישט ביי דער ערד, נישט ביי קיין שום אנדערער שבועה; נאר זאל אייער יא זיין יא, און אייער ניין זאל זיין ניין; כדי איר זאלט נישט פאלן אונטער א משפט. 13ליידט עמיצער צווישן אייך? זאל ער תפילה טאן. איז עמיצער אין גוטער שטימונג? זאל ער זינגען שירות ותשבחות. 14איז עמיצער שלאף ביי אייך? זאל ער לאזן רופן צו זיך די זקנים פון דער קהלה; און זאלן זיי תפילה טאן איבער אים, זאלבנדיק אים מיט אייל אין דעם נאמען פון דעם האר; 15און די תפילה פון אמונה וועט ראטעווען דעם חולה, און דער האר וועט אים אויפשטעלן; און אויב ער האט געהאט געטאן א זינד, וועט עס אים פארגעבן ווערן. 16זייט זיך דעריבער מתוודה אייערע זינד איינער צום אנדערן, און טוט תפילה איינער פארן אנדערן, כדי איר זאלט געהיילט ווערן. די תפילה פון א צדיק האט א גרויסן כוח און פועלט זייער פיל. 17אליהו (הנביא) איז געווען א מענטש גלייך צו אונדז, און האט מתפלל געווען א תפילה, אז עס זאל נישט רעגענען; און עס האט נישט גערעגנט אויף דער ערד דריי יאר און זעקס חדשים לאנג. 18און ער האט ווידער תפילה געטאן; און דער הימל האט געגעבן רעגן, און די ערד האט ארויסגעשפראצט איר פרוכט. (מלכים א יז, א; יח, א.)

19ברידער מיינע, אויב איינער צווישן אייך וועט פארבלאנדזשען פון דעם אמת, און עמיצער וועט אים אומקערן, 20זאלט איר וויסן זיין, אז ווער עס קערט אום א חוטא פון זיין פאלשן וועג, דער איז מציל זיין נפש פונם טויט און וועט פארדעקן א מאסע זינד.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ 1 Kings 161 Kings 18 ►