AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › 1 Kings 16
◄ 1 Kings 15
1 Kings 16
מְלָכִים א 16
1 Kings 17 ►

1און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו יֵהוּא דעם זון פֿון חַנָנין, אױף בַעְשָאן, אַזױ צו זאָגן: 2װײַל איך האָב דיך אױפֿגעהױבן פֿון שטױב, און האָב דיך געמאַכט פֿאַר אַ פֿירשט איבער מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל, און דו ביסט געגאַנגען אין דעם װעג פֿון יָרָבֿעָמען, און האָסט געמאַכט זינדיקן מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל מיך צו דערצערענען מיט זײערע זינד – 3אָט ראַם איך אױס בַעְשָאן און זײַן הױז, און װעל מאַכן דײַן הױז װי דאָס הױז פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבָֿטן. 4דעם װאָס שטאַרבט פֿון בַעְשָאן אין שטאָט, װעלן די הינט אױפֿעסן, און דעם װאָס שטאַרבט פֿון אים אין פֿעלד, װעלן די פֿױגלען פֿון הימל אױפֿעסן.

5און די איבעריקע זאַכן װעגן בַעְשָאן, און װאָס ער האָט געטאָן, און זײַן גבֿוּרהשאַפֿט, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל.

6און בַעְשָא האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און ער איז באַגראָבן געװאָרן אין תִּרצָה, און זײַן זון אֵלָה איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.[1]

7און אױך איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען דורך יֵהוּא דעם זון פֿון חַנָנין, דעם נבֿיא, אױף בַעְשָאן און אױף זײַן הױז, אי פֿאַר אַלעם בײזן װאָס ער האָט געטאָן אין די אױגן פֿון ה׳, אים צו דערצערענען מיט די מעשׂים פֿון זײַנע הענט, צו זײַן אַזױ װי דאָס הױז פֿון יָרָבֿעָמען, אי פֿאַר װאָס ער האָט אים דערשלאָגן.

8אין זעקס און צװאַנציקסטן יאָר פֿון אָסאָ דעם מלך פֿון יהוּדה, איז אֵלָה דער זון פֿון בַעְשָאן געװאָרן מלך איבער יִשׂרָאֵל אין תִּרצָה, [און האָט געקיניגט] צװײ יאָר.

9און זײַן קנעכט זִמרי, אַ הױפּטמאַן איבער אַ העלפֿט פֿון די רײַטװעגן, האָט געמאַכט אַ בונט אױף אים, בעת ער איז געװען אין תִּרצָה, זיך שכּור טרינקענדיק אין הױז פֿון אַרצאָן װאָס איבערן פּאַלאַץ אין תִּרצָה. 10און זִמרי איז געקומען, און האָט אים געשלאָגן און אים געטײט, אין זיבן און צװאַנציקסטן יאָר פֿון אָסאָ דעם מלך פֿון יהוּדה, און איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.[2]

11און עס איז געװען, װי ער איז געװאָרן מלך, אַז ער האָט זיך געזעצט אױף זײַן טראָן,[3] האָט ער דערשלאָגן דאָס גאַנצע הױז פֿון בַעְשָאן; ער האָט אים נישט איבערגעלאָזן אַ מאַנספּאַרשױן, צו מאָל זײַנע אײגענע און זײַנע גוטע פֿרײַנט. 12און זִמרי האָט פֿאַרטיליקט דאָס גאַנצע הױז פֿון בַעְשָאן, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ה׳ װאָס ער האָט גערעדט װעגן בַעְשָאן דורך יֵהוּא דעם נבֿיא, 13פֿאַר אַלע זינד פֿון בַעְשָאן, און די זינד פֿון זײַן זון אֵלָהן, װאָס זײ האָבן געזינדיקט, און װאָס זײ האָבן געמאַכט זינדיקן יִשׂרָאֵל, צו דערצערענען ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל מיט זײערע נישטיקע געצן.

14און די איבעריקע זאַכן װעגן אֵלָהן, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל.

15אין זיבן און צװאַנציקסטן יאָר פֿון אָסאָ דעם מלך פֿון יהוּדה, האָט זִמרי געקיניגט זיבן טעג אין תִּרצָה, בעת דאָס פֿאָלק האָט געלאַגערט אױף גִבתוֹן װאָס געהערט צו די פּלִשתּים. 16און דאָס פֿאָלק װאָס האָט געלאַגערט האָט געהערט, אַזױ צו זאָגן: זִמרי האָט געמאַכט אַ בונט, און ער האָט אױך דערשלאָגן דעם מלך; און גאַנץ יִשׂרָאֵל האָבן געמאַכט עָמרי דעם חיל-לידער פֿאַר אַ מלך איבער יִשׂרָאֵל, אין יענעם טאָג אין לאַגער. 17און עָמרי און גאַנץ יִשׂרָאֵל מיט אים זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון גִבתוֹן, און האָבן געלעגערט אױף תִּרצָה.

18און עס איז געװען, װי זִמרי האָט געזען אַז די שטאָט איז באַצװוּנגען, אַזױ איז ער אַרײַנגעגאַנגען אין פּאַלאַץ פֿון מלכס הױז, און האָט אָנגעצונדן איבער זיך דעם מלכס הױז אין פֿײַער, און איז געשטאָרבן; 19איבער זײַנע זינד װאָס ער האָט געזינדיקט, צו טאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, צו גײן אין די װעג פֿון יָרָבֿעָמען, און פֿאַר זײַן זינד װאָס ער איז באַגאַנגען צו מאַכן זינדיקן יִשׂרָאֵל.

20און די איבעריקע זאַכן װעגן זִמרין, און זײַן בונט װאָס ער האָט געבונטעװעט, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל.

21דענצמאָל האָט זיך דאָס פֿאָלק יִשׂרָאֵל צעטײלט אין העלפֿט: העלפֿט פֿון פֿאָלק איז געװען הינטער תִּבֿני דעם זון פֿון גינתן, אים צו מאַכן פֿאַר מלך און העלפֿט הינטער עָמרין. 22און דאָס פֿאָלק װאָס הינטער עָמרין האָט איבערגעשטאַרקט דאָס פֿאָלק װאָס הינטער תִּבֿני דעם זון פֿון גינתן. און תִּבֿני איז אומגעקומען, און עָמרי איז געבליבן מלך.

23אין אײן און דרײַסיקסטן יאָר פֿון אָסאָ דעם מלך פֿון יהוּדה איז עָמרי געװאָרן מלך איבער יִשׂרָאֵל, [און האָט געקיניגט] צװעלף יאָר; אין תִּרצָה האָט ער געקיניגט זעקס יאָר. 24און ער האָט אָפּגעקױפֿט דעם באַרג שוֹמרוֹן פֿון שֶמֶרן פֿאַר צװײ צענטנער זילבער, און האָט באַבױט דעם באַרג, און גערופֿן דעם נאָמען פֿון דער שטאָט װאָס ער האָט געבױט, אױף דעם נאָמען פֿון שֶמֶר, דעם האַר פֿון דעם באַרג, שוֹמרוֹן.

25און עָמרי האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, און ער האָט זיך געפֿירט ערגער װי אַלע װאָס פֿאַר אים. 26און ער איז געגאַנגען אין אַל דעם װעג פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבָֿטן, און אין זײַן זינד װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן יִשׂרָאֵל, צו דערצערענען ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל מיט זײערע נישטיקע געצן.

27און די איבעריקע זאַכן פֿון עָמרין װאָס ער האָט געטאָן, און זײַן גבֿוּרהשאַפֿט װאָס ער האָט אױפֿגעטאָן, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל.

28און עָמרי האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און איז באַגראָבן געװאָרן אין שוֹמרוֹן, און זײַן זון אַחאָבֿ איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.[4]

29און אַחאָבֿ דער זון פֿון עָמרין איז געװאָרן מלך איבער יִשׂרָאֵל אין אַכט און דרײַסיקסטן יאָר פֿון אָסאָ דעם מלך פֿון יהוּדה. און אַחאָבֿ דער זון פֿון עָמרין האָט געקיניגט איבער יִשׂרָאֵל אין שוֹמרוֹן צװײ און צװאַנציק יאָר.

30און אַחאָבֿ דער זון פֿון עָמרין האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, מער פֿון אַלע װאָס פֿאַר אים. 31און װינציק זײַן גײן אין די זינד פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבָֿטן, האָט ער נאָך גענומען פֿאַר אַ װײַב אִיזֶבֿל די טאָכטער פֿון אֶתבַעַל דעם מלך פֿון די צידוֹנים, און איז געגאַנגען און האָט געדינט בַעַל, און זיך געבוקט צו אים. 32און ער האָט אױפֿגעשטעלט אַ מזבח צו בַעַל, אין דעם הױז פֿון בַעַל װאָס ער האָט געבױט אין שוֹמרוֹן. 33און אַחאָבֿ האָט געמאַכט די אַשֵרָה; און אַחאָבֿ האָט געטאָן מער צו דערצערענען ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל, װי אַלע מלכים פֿון יִשׂרָאֵל װאָס זײַנען געװען פֿאַר אים.

34אין זײַנע טעג האָט חיאֵל פֿון בֵית-אֵל אָפּגעבױט יריחוֹ. מיט [דעם לעבן פֿון] אַבֿירָם זײַן בכוֹר האָט ער געלײגט איר גרונטפֿעסט, און מיט שׂגובֿ זײַן ייִנגסטן האָט ער אַרײַנגעשטעלט אירע טירן, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ה׳ װאָס ער האָט גערעדט דורך יְהוֹשועַ[5] דעם זון פֿון נון.

Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ 1 Kings 151 Kings 17 ►