AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › 1 Kings 21
◄ 1 Kings 20
1 Kings 21
מְלָכִים א 21
1 Kings 22 ►

1און עס איז געװען נאָך די דאָזיקע געשעענישן: נָבֿוֹת דער יזרעאלי האָט געהאַט אַ װײַנגאָרטן װאָס איז געװען אין יִזרְעֶאל לעבן דעם פּאַלאַץ פֿון אַחאָבֿ דעם מלך פֿון שוֹמרוֹן. 2האָט אַחאָבֿ געזאָגט צו נָבֿוֹתן, אַזױ צו זאָגן: גיב מיר דײַן װײַנגאָרטן, כּדי ער זאָל מיר זײַן פֿאַר אַ גאָרטן פֿון גרינס, װײַל ער איז נאָנט לעבן מײַן הױז, און איך װעל דיר געבן אַנשטאָט[1] אים אַ װײַנגאָרטן אַ בעסערן פֿון אים. אָדער אױב אין דײַנע אױגן איז בעסער, װעל איך דיר געבן געלט אין מקח פֿון דעם. 3האָט נָבֿוֹת געזאָגט צו אַחאָבֿן: באַהיט מיך ה׳, איך זאָל דיר אָפּגעבן די נחלה פֿון מײַנע עלטערן.

4איז אַחאָבֿ געקומען אין זײַן הױז צעטראָגן און פֿאַרבײזערט איבער דעם װאָרט װאָס נָבֿוֹת דער יִזרעאֵלי האָט צו אים גערעדט, אַז ער האָט געזאָגט: איך װעל דיר נישט אָפּגעבן די נחלה פֿון מײַנע עלטערן. און ער האָט זיך געלײגט אױף זײַן בעט, און האָט אומגעדרײט זײַן פּנים, און נישט געגעסן קײן שפּײַז.

5איז צוגעקומען צו אים זײַן װײַב אִיזֶבֿל, און האָט צו אים געזאָגט: װאָס איז דאָס דײַן געמיט צעטראָגן, און דו עסט נישט קײן שפּײַז? 6האָט ער צו איר געזאָגט: װײַל איך האָב גערעדט צו נָבֿוֹת דעם יִזרעאֵלי, און איך האָב צו אים געזאָגט: גיב מיר דײַן װײַנגאָרטן פֿאַר געלט, אָדער אױב דו װילסט, װעל איך דיר געבן אַן אַנדער װײַנגאָרטן אַנשטאָט[2] אים; און ער האָט געזאָגט: איך װעל דיר נישט אָפּגעבן מײַן װײַנגאָרטן.

7האָט זײַן װײַב אִיזֶבֿל צו אים געזאָגט: פֿירסט דו אַצונד די מלוכה איבער יִשׂרָאֵל? שטײ אױף, עס שפּײַז, אַז זאָל דײַן האַרץ זײַן פֿרײלעך. איך װעל דיר געבן דעם װײַנגאָרטן פֿון נָבֿוֹת דעם יִזרעאֵלי.

8און זי האָט געשריבן בריװ אין אַחאָבֿס נאָמען, און פֿאַרזיגלט מיט זײַן זיגל, און האָט געשיקט די בריװ צו די עלטסטע און צו די אַדללײַט װאָס אין זײַן שטאָט, װאָס האָבן געװױנט מיט נָבֿוֹתן. 9און זי האָט געשריבן אין די בריװ, אַזױ צו זאָגן: רופֿט אױס אַ תָּענית, און זעצט אַװעק נָבֿוֹתן אױבן אָן פֿון פֿאָלק. 10און זעצט אַװעק צװײ מענטשן, נידערטרעכטיקע יונגען, אַקעגן אים, זײ זאָלן עדות זאָגן אױף אים, אַזױ צו זאָגן: האָסט געלעסטערט אלֹקים און דעם מלך. און פֿירט אים אַרױס, און פֿאַרשטײנט אים, און ער זאָל שטאַרבן.

11האָבן די מענטשן פֿון זײַן שטאָט, און די עלטסטע און די אַדללײַט װאָס האָבן געװױנט אין זײַן שטאָט, געטאָן אַזױ װי אִיזֶבֿל האָט צו זײ געשיקט, אַזױ װי עס איז געװען געשריבן אין די בריװ װאָס זי האָט צו זײ געשיקט. 12זײ האָבן אױסגערופֿן אַ תָּענית, און האָבן אַװעקגעזעצט נָבֿוֹתן אױבן אָן פֿון פֿאָלק. 13און די צװײ מענטשן, נידערטרעכטיקע יונגען, זײַנען געקומען און האָבן זיך געזעצט אַקעגן אים; און די נידערטרעכטיקע יונגען האָבן עדות געזאָגט אױף אים, אױף נָבֿוֹתן, פֿאַרן פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: נָבֿוֹת האָט געלעסטערט אלֹקים און דעם מלך. און מע האָט אים אַרױסגעפֿירט אױסן שטאָט, און אים פֿאַרװאָרפֿן מיט שטײנער, און ער איז געשטאָרבן. 14און זײ האָבן געשיקט צו אִיזֶבֿלען, אַזױ צו זאָגן: נָבֿוֹת איז פֿאַרשטײנט געװאָרן, און ער איז טױט.

15און עס איז געװען, װי אִיזֶבֿל האָט געהערט אַז נָבֿוֹת איז פֿאַרשטײנט געװאָרן, און ער איז טױט, אַזױ האָט אִיזֶבֿל געזאָגט צו אַחאָבֿן: שטײ אױף: יַרשע דעם װײַנגאָרטן פֿון נָבֿוֹת דעם יִזרעאֵלי, װאָס ער האָט דיר נישט געװאָלט געבן פֿאַר געלט. װאָרעם נָבֿוֹת לעבט נישט, נײַערט ער איז טױט.

16און עס איז געװען, װי אַחאָבֿ האָט געהערט אַז נָבֿוֹת איז טױט, אַזױ איז אַחאָבֿ אױפֿגעשטאַנען אַראָפּצונידערן צו דעם װײַנגאָרטן פֿון נָבֿוֹת דעם יִזרעאֵלי, כּדי אים צו יַרשען.

17איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו אֵלִיָהו דעם תִּשבי, אַזױ צו זאָגן: 18שטײ אױף, נידער אַראָפּ אַנטקעגן אַחאָבֿ דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל װאָס אין שוֹמרוֹן; אָן איז ער אין דעם װײַנגאָרטן פֿון נָבֿוֹתן, װאָס ער האָט אַהין אַראָפּגענידערט, כּדי אים צו ירשען. 19און זאָלסט רעדן צו אים, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: האָסט געהרגעט, און װילסט אױך יַרשען? און זאָלסט רעדן צו אים, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: אױף דעם אָרט װוּ די הינט האָבן געלעקט דאָס בלוט פֿון נָבֿוֹתן, װעלן די הינט לעקן אױך דײַן בלוט.

20האָט אַחאָבֿ געזאָגט צו אֵלִיָהון: האָסט מיך אָנגעקריגן, שׂונא מײַנער? האָט ער געזאָגט: איך האָב דיך אָנגעקריגן; װײַל דו האָסט זיך אָנגעגעבן צו טאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳. 21זע, איך ברענג אױף דיר אַן אומגליק, און איך װעל דיך אױסראַמען, און װעל פֿאַרשנײַדן {כרת}[3] פֿון אַחאָבֿן יעטװעדער מאַנספּאַרשױן, און קינד און קײט, צװישן יִשׂרָאֵל. 22און איך װעל מאַכן דײַן הױז אַזױ װי דאָס הױז פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבָֿטן, און אַזױ װי דאָס הױז פֿון בַעְשָא דעם זון פֿון אַחִיָהן, פֿאַר דער דערצערנונג װאָס דו האָסט דערצערנט, און געמאַכט זינדיקן יִשׂרָאֵל. 23און אױך אױף אִיזֶבֿלען האָט ה׳ גערעדט, אַזױ צו זאָגן: די הינט װעלן עסן אִיזֶבֿלען אין דעם פֿעסטונגגראָבן פֿון יִזרְעֶאל. 24דעם װאָס שטאַרבט פֿון אַחאָבֿן אין שטאָט, װעלן די הינט אױפֿעסן, און דעם װאָס שטאַרבט אין פֿעלד, װעלן די פֿױגלען פֿון הימל אױפֿעסן.

25פֿאַר װאָר, עס איז נישט געװען אַזאַ װי אַחאָבֿ װאָס האָט זיך אָפּגעגעבן צו טאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, װײַל אים האָט אָנגערעדט זײַן װײַב אִיזֶבֿל. 26און ער האָט זיך באַגאַנגען זײער אומװערדיק צו גײן נאָך די אָפּגעטער, אַזױ װי אַלץ װאָס די אֶמוֹרים האָבן געטאָן, װעמען ה׳ האָט פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.

27און עס איז געװען, װי אַחאָבֿ האָט געהערט די דאָזיקע װערטער, אַזױ האָט ער צעריסן זײַנע קלײדער, און אָנגעטאָן זאַקקלײד אױף זײַן לײַב, און האָט געפֿאַסט; און ער איז געלעגן אין זאַקקלײד, און איז אַרומגעגאַנגען שטילערהײט.

28איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו אֵלִיָהו דעם תִּשבי, אַזױ צו זאָגן: 29האָסטו געזען װי אַחאָבֿ איז געװאָרן אונטערטעניק פֿאַר מיר? װײַל ער איז געװאָרן אונטערטעניק פֿאַר מיר, װעל איך נישט ברענגען דאָס בײז אין זײַנע טעג; אין די טעג פֿון זײַן זון װעל איך ברענגען דאָס בײז אױף זײַן הױז.

Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ 1 Kings 201 Kings 22 ►