AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › 2 Kings 21
◄ 2 Kings 20
2 Kings 21
מְלָכִים ב 21
2 Kings 22 ►

1צװעלף יאָר איז מנַשֶה אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און פֿינף און פֿופֿציק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען חֶפֿצי-בֿה.

2און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, אַזױ װי די אומװערדיקײטן פֿון די פֿעלקער װאָס ג-ט האָט פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 3און ער האָט אָפּגעבױט די בָמות װאָס זײַן פֿאָטער חִזקִיָהו האָט צעשטערט, און ער האָט אױפֿגעשטעלט מזבחות צו בַעַל, און האָט געמאַכט אַן אַשֵרָה, און װי אַחאָבֿ דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל האָט געטאָן, און ער האָט זיך געבוקט צום גאַנצן חיל פֿון הימל, און זײ געדינט. 4און ער האָט געבױט מזבחות אין הױז פֿון ה׳, װאָס ג-ט האָט געזאָגט: אין ירושָלַיִם װעל איך טאָן מײַן נאָמען. 5און ער האָט געבױט מזבחות צום גאַנצן חיל פֿון הימל אין בײדע הױפֿן פֿון ה׳ס הױז. 6און ער האָט געמאַכט דורכגײן זײַן זון דורכן פֿײַער,[1] און האָט געברױכט צײכנזעערײַ און געצױבערט, און אײַנגעשאַפֿט גײַסטערזעער און טױטנבאַשװערער; ער האָט געמערט צו טאָן שלעכטס אין די אױגן פֿון ה׳, צו דערצערענען. 7און ער האָט אַרײַנגעשטעלט דעם געץ פֿון דער אַשֵרָה װאָס ער האָט געמאַכט, אין דעם הױז װאָס ה׳ האָט געזאָגט צו דָוִדן און צו זײַן זון שלמהן: אין דעם דאָזיקן הױז און אין ירושָלַיִם װאָס איך האָב אױסדערװײלט פֿון אַלע שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל, װעל איך טאָן מײַן נאָמען אױף אײביק, 8און איך װעל מער נישט פֿאַרװאָגלען דעם פֿוס פֿון יִשׂרָאֵל פֿון דער ערד װאָס איך האָב געגעבן זײערע עלטערן, אױב זײ װעלן נאָר היטן צו טאָן אַזױ װי אַלץ װאָס איך האָב זײ באַפֿױלן, און לױט דער גאַנצער תּורה װאָס מײַן קנעכט משה האָט זײ באַפֿױלן. 9אָבער זײ האָבן נישט צוגעהערט; און מנַשֶה האָט זײ פֿאַרפֿירט צו טאָן מער שלעכטס װי די פֿעלקער װאָס ה׳ האָט פֿאַרטיליקט פֿון פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.

10און ה׳ האָט גערעדט דורך זײַנע קנעכט די נבֿיאים, אַזױ צו זאָגן: 11װײַל מנַשֶה דער מלך פֿון יהוּדה האָט געטאָן די דאָזיקע אומװערדיקײטן, איז באַגאַנגען ערגערס װי אַלץ װאָס די אֶמוֹרים װאָס פֿאַר אים האָבן געטאָן, און האָט אױך געמאַכט זינדיקן יהוּדה מיט זײַנע אָפּגעטער, 12דערום האָט אַזױ געזאָגט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל: זע, איך ברענג אַן אומגליק אױף ירושָלַיִם און יהוּדה, אַז איטלעכער װאָס הערט עס, װעלן קלינגען זײַנע בײדע אױערן. 13און איך װעל ציִען אױף ירושָלַיִם די מעסטשנור פֿון שוֹמרוֹן, און די װאָגשנור פֿון אַחאָבֿס הױז; און איך װעל אױסװישן ירושָלַיִם, אַזױ װי מע װישט אױס אַ שיסל, אױסגעװישט און אומגעקערט אױף איר פּנים. 14און איך װעל אַװעקװאַרפֿן דעם איבערבלײַב פֿון מײַן אַרב, און װעל זײ געבן אין דער האַנט פֿון זײערע פֿײַנט, און זײ װעלן זײַן צו רױב און צו אױסרױבונג פֿאַר אַלע זײערע פֿײַנט. 15װײַל זײ האָבן געטאָן װאָס איז שלעכט אין מײַנע אױגן, און האָבן מיך דערצערנט פֿון דעם טאָג װאָס זײערע עלטערן זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם און ביז אױף הײַנטיקן טאָג.

16און אױך אומשולדיק בלוט האָט מנַשֶה פֿאַרגאָסן זײער פֿיל, ביז ער האָט אָנגעפֿילט ירושָלַיִם פֿון עק צו עק; אַחוץ זײַן זינד װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן יהוּדה, צו טאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳.

17און די איבעריקע זאַכן װעגן מנַשֶהן, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, און זײַן זינד װאָס ער האָט געזינדיקט, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יהוּדה.

18און מנַשֶה האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און ער איז באַגראָבן געװאָרן אין דעם גאָרטן פֿון זײַן הױז, אין דעם גאָרטן פֿון עוּזאָן. און זײַן זון אָמוֹן איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.[2]

19צװײ און צװאַנציק יאָר איז אָמוֹן אַלט געװען. אַז ער איז געװאָרן מלך, און צװײ יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען משולֶמֶת די טאָכטער פֿון חָרוצן, פֿון יָטבֿה.

20און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, אַזױ װי זײַן פֿאָטער מנַשֶה האָט געטאָן. 21און ער איז געגאַנגען אין אַל דעם װעג װאָס זײַן פֿאָטער איז געגאַנגען, און ער האָט געדינט די אָפּגעטער װאָס זײַן פֿאָטער האָט געדינט, און האָט זיך צו זײ געבוקט. 22און ער האָט פֿאַרלאָזן ה׳ דעם ג-ט פֿון זײַנע עלטערן, און איז נישט געגאַנגען אין דעם װעג פֿון ה׳.

23און די קנעכט פֿון אָמוֹנען האָבן געמאַכט אַ בונט אױף אים, און האָבן געטײט דעם מלך אין זײַן הױז. 24און דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד האָט דערשלאָגן אַלע װאָס האָבן געמאַכט דעם בונט אױף דעם מלך אָמוֹן. און דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד האָט געמאַכט זײַן זון יֹאשִיָהון פֿאַר מלך אױף זײַן אָרט.[3]

25און די איבעריקע זאַכן פֿון אָמוֹנען װאָס ער האָט געטאָן, זײ זײַנען שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יהוּדה.

26און מע האָט אים באַגראָבן אין זײַן קבֿר, אין דעם גאָרטן פֿון עוּזאָן. און זײַן זון יֹאשִיָהו איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.[4]

Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ 2 Kings 202 Kings 22 ►