1דאָס װאָרט װאָס איז געװען צו יִרמיָהון פֿון ה׳, אין צענטן יאָר פֿון צִדקִיָהו דעם מלך פֿון יהוּדה, דאָס איז דאָס אַכצענטע יאָר פֿון נבֿוכַדרֶאצַר. 2און דער חיל פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל האָט דענצמאָל געלעגערט אױף ירושָלַיִם, און יִרמיָהו הנבֿיא איז געװען אײַנגעשפּאַרט אין הױף פֿון דער װאַך, װאָס אין הױז פֿון דעם מלך פֿון יהוּדה. 3װאָרעם צִדקִיָהו דער מלך פֿון יהוּדה האָט אים אײַנגעשפּאַרט, אַזױ צו זאָגן: למאַי זאָגסטו נבֿיאות, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: זע, איך גיב די דאָזיקע שטאָט אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל, און ער װעט זי באַצװינגען; 4און צִדקִיָהו דער מלך פֿון יהוּדה װעט נישט אַנטרונען װערן פֿון דער האַנט פֿון די כַּשׂדים, נײַערט איבערגעגעבן װעט ער איבערגעגעבן װערן אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל, און ער װעט רעדן צו אים מױל צו מױל, און אױג אין אױג װעט ער אים זען; 5און קײן בָבֿל װעט ער אַװעקפֿירן צִדקִיָהון, און דאָרטן װעט ער זײַן ביז איך דערמאָן זיך אָן אים, זאָגט ה׳; אַז איר װעט מלחמה האַלטן מיט די כַּשׂדים, װעט איר נישט באַגליקן?
6און יִרמיָהו האָט געזאָגט: דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר אַזױ צו זאָגן: 7זע, חנַמאֵל דער זון פֿון שַלום דײַן פֿעטער קומט צו דיר, אַזױ צו זאָגן: קױף דיר מײַן פֿעלד װאָס אין עַנָתוֹת, װאָרעם דיר געהערט דאָס אױסלײזרעכט אָפּצוקױפֿן. 8און חנַמאֵל מײַן פֿעטערס זון איז געקומען צו מיר אין הױף פֿון דער װאַך, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ה׳, און דער האָט צו מיר געזאָגט: קױף אָפּ, איך בעט דיך, מײַן פֿעלד װאָס אין עַנָתוֹת, װאָס אין לאַנד בנימין, װאָרעם דיר געהערט דאָס רעכט פֿון ירושה, און דיר געהערט די אױסלײזונג; קױף עס דיר אָפּ. און אַזױ האָב איך געװוּסט אַז דאָס איז דאָס װאָרט פֿון ה׳.
9און איך האָב אָפּגעקױפֿט דאָס פֿעלד פֿון חנַמאֵל, מײַן פֿעטערס זון, װאָס אין עַנָתוֹת, און איך האָב אים אָפּגעװױגן דאָס געלט, זיבן שֶקל און צען, זילבער. 10און איך האָב אױפֿגעשריבן אױף אַ געשריפֿטס, און פֿאַרחתמעט, און געשטעלט עדות, און אָפּגעװױגן דאָס געלט אױף אַ װאָגשאָל. 11און איך האָב גענומען דעם שטַר-מכירה, דעם פֿאַרכתמעטן מיט די באַדינגען און די אָפּמאַכן, און דעם אָפֿענעם. 12און איך האָב געגעבן דעם שטַר-מכירה צו ברוך דעם זון פֿון נֵרִיָה דעם זון פֿון מַחסֵיָהן, פֿאַר די אױגן פֿון חנַמאֵל דעם זון פֿון מײַן פֿעטער, און פֿאַר די אױגן פֿון די עדות װאָס האָבן זיך אונטערגעשריבן אױף שטַר-מכירה, פֿאַר די אױגן פֿון אַלע ייִדן װאָס זײַנען געזעסן אין הױף פֿון דער װאַך. 13און איך האָב באַפֿױלן ברוכן פֿאַר זײערע אױגן, אַזױ צו זאָגן: 14אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל: נעם די דאָזיקע געשריפֿטסן, דעם דאָזיקן שטַר-מכירה, אי דאָס פֿאַרחתמעטע, אי דאָס דאָזיקע אָפֿענע געשריפֿטס, און זאָלסט זײ אַרײַנטאָן אין אַ לײמענער כּלי, כּדי זײ זאָלן האַלטן פֿיל טעג. 15װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל: עס װעלן נאָך געקױפֿט װערן הײַזער און פֿעלדער און װײַנגערטנער אין דעם דאָזיקן לאַנד.
16און איך האָב מתפּלל געװען צו ה׳ נאָכדעם װי איך האָב איבערגעגעבן דעם שטַר-מכירה צו ברוך דעם זון פֿון נֵרִיָהן, אַזױ צו זאָגן: 17אױ װײ, ה׳ דו אֲדֹנָי! זע, דו האָסט געמאַכט די הימלען און די ערד מיט דײַן גרױס שטאַרקײט, און מיט דײַן אױסגעשטרעקטן אָרעם;[1] פֿון דיר איז נישט פֿאַרמיטן קײן זאַך צו װונדערבאַר. 18טוסט חֶסֶד מיטן טױזנטסטן גליד, און באַצאָלסט די זינד פֿון די עלטערן אין דעם בוזעם פֿון זײערע קינדער נאָך זײ; דו גרױסער, מאַכטיקער אֵל, װאָס ה׳ צבָֿאוֹת איז זײַן נאָמען, 19גרױס אין באַראָט, און שטאַרק אין טואונג, װאָס דײַנע אױגן זענען אָפֿן אױף אַלע װעגן פֿון די מענטשנקינדער, צו געבן איטלעכן לױט זײַנע װעגן און לױט דער פֿרוכט פֿון זײַנע מעשׂים; 20דו װאָס האָסט געטאָן צײכנס און װוּנדער אין לאַנד מִצרַיִם, און ביז אױף הײַנטיקן טאָג, אי צװישן יִשׂרָאֵל, אי צװישן אַנדערע מענטשן, און האָסט זיך געמאַכט אַ נאָמען, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג; 21און האָסט אַרױסגעצױגן דײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל פֿון לאַנד מִצרַיִם מיט צײכנס און מיט װוּנדער, און מיט אַ שטאַרקער האַנט, און מיט אַן אױסגעשטרעקטן אָרעם, און מיט גרױס פֿאָרכטיקײט; 22און האָסט זײ געגעבן דאָס דאָזיקע לאַנד, װאָס דו האָסט געשװאָרן זײערע עלטערן זײ צו געבן, אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק; 23און זײ זײַנען געקומען, און האָבן עס געאַרבט; אָבער זײ האָבן נישט צוגעהערט צו דײַן קֹול, און אין דײַן תּורה זײַנען זײ נישט געגאַנגען; אַלץ װאָס דו האָסט זײ באַפֿױלן צו טאָן האָבן זײ נישט געטאָן, און דו האָסט געמאַכט געשען צו זײ אַל דאָס דאָזיקע בײז. 24זע, די באַלעגערונג־װערק זײַנען געקומען אין דער שטאָט, זי צו באַצװינגען, און די שטאָט װערט איבערגעגעבן אין דער האַנט פֿון די כַּשׂדים װאָס האַלטן מלחמה אױף איר, פֿון װעגן דער שװערד און דעם הונגער און דער פּעסט; און װאָס דו האָסט גערעדט איז געשען, און אָט זעסטו עס. 25פֿון דעסטװעגן האָסטו, ה׳ דו אֲדֹנָי, געזאָגט צו מיר: קױף דיר דאָס פֿעלד פֿאַר געלט, און שטעל עדות; װען די שטאָט װערט איבערגעגעבן אין דער האַנט פֿון די כַּשׂדים.
26און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו יִרמיָהון, אַזױ צו זאָגן: 27זע, איך בין ה׳ דער ג-ט פֿון אַלע לײַבער; איז דען פֿאַרמיטן פֿון מיר אַ שום זאַך? 28דערום האָט ה׳ אַזױ געזאָגט: זע, איך גיב די דאָזיקע שטאָט אין דער האַנט פֿון די כַּשׂדים, און אין דער האַנט פֿון נבֿוכַדרֶאצַר דעם מלך פֿון בָבֿל, און ער װעט זי באַצװינגען. 29און די כַּשׂדים װאָס האַלטן מלחמה אױף דער דאָזיקער שטאָט, װעלן קומען און װעלן אָנצינדן די דאָזיקע שטאָט אין פֿײַער, און װעלן זי פֿאַרברענען מיט די הײַזער װאָס מע האָט גערײכערט אױף זײערע דעכער צו בַעַל, און געגאָסן גיסאָפּפֿער {נֶסֶךְ} צו פֿרעמדע ג‑טער, כּדי מיך צו דערצערענען. 30װאָרעם די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל און די קינדער פֿון יהוּדה פֿלעגן פֿון זײער יוגנט אָן רק טאָן װאָס איז שלעכט אין מײַנע אױגן; װאָרעם די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל טוען מיך רק דערצערענען מיט דעם װערק פֿון זײערע הענט, זאָגט ה׳. 31װאָרעם צו מײַן פֿאַרדראָס און צו מײַן גרימצאָרן[2] איז מיר געװען די דאָזיקע שטאָט פֿון דעם טאָג װאָס מען האָט זי געבױט. און ביז אױף הײַנטיקן טאָג, אַזױ אַז איך מוז זי אָפּטאָן פֿון מײַן פּנים, 32איבער אַל דעם בײז פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל און די קינדער פֿון יהוּדה, װאָס זײ האָבן געטאָן מיך צו דערצערענען, זײ, זײערע מלכים, זײערע האַרן, זײערע כּהנים, און זײערע נבֿיאים, און די מענער פֿון יהוּדה און די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם. 33און זײ האָבן געקערט צו מיר דעם רוקן און נישט דעם פּנים, און איך האָב זײ געלערנט, נאָכאַנאַנד און נאָכאַנאַנד געלערנט, אָבער זײ האָבן נישט צוגעהערט צו נעמען אַ מוסר[3]. 34און זײ האָבן אַרײַנגעטאָן זײערע אומװערדיקײטן אין דעם הױז װאָס מײַן נאָמען װערט גערופֿן אױף אים, עס צו פֿאַראומרײניקן. 35און זײ האָבן געבױט די בָמות פֿון בַעַל װאָס אין טאָל פֿון בן-הִנוֹם, אױף מקריבֿ צו זײַן זײערע זין און זײערע טעכטער צום מוֹלֶך, װאָס נישט איך האָב זײ באַפֿױלן, און נישט מיר איז אױפֿן זינען אַרױפֿגעקומען, מע זאָל טאָן די דאָזיקע אומװערדיקײט, כּדי צו מאַכן זינדיקן יהוּדה.[4]
36אָבער אַצונד, פֿאַר װאָר, האָט אַזױ געזאָגט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל אױף דער דאָזיקער שטאָט, װאָס איר זאָגט, זי איז איבערגעגעבן אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל דורך דער שװערד, און דורך דעם הונגער, און דורך דער פּעסט: 37זע, איך זאַמל זײ פֿון אַלע לענדער, װאָס איך האָב זײ פֿאַרשטױסן אַהין אין מײַן כּעס, און אין מײַן גרים, און אין גרױס צאָרן {קֶצֶף}[5], און איך װעל זײ אומקערן צו דעם דאָזיקן אָרט, און זײ מאַכן װױנען אין זיכערקײט. 38און זײ װעלן מיר זײַן צום פֿאָלק, און איך װעל זײ זײַן צום אלֹקים. 39און איך װעל זײ געבן אײן האַרץ, און אײן װעג[6] מורא צו האָבן פֿאַר מיר אַלע טעג, כּדי זײ זאָל גוט זײַן, און זײערע קינדער נאָך זײ. 40און איך װעל זײ שליסן {כרת}[7] אַן אײביקן ברית, אַז איך װעל זיך נישט אָפּקערן פֿון הינטער זײ – כּדי איך זאָל זײ באַגיטיקן; און מײַן פֿאָרכט װעל איך אַרײַנגעבן אין זײער האַרצן, נישט אַװעקצוגײן פֿון מיר. 41און איך װעל מיך פֿרײען איבער זײ, זײ צו באַגיטיקן, און װעל זײ אײַנפֿלאַנצן אין דעם דאָזיקן לאַנד מיט אַן אמת, מיט מײַן גאַנצן האַרצן, און מיט מײַן גאַנצער זעל.
42װאָרעם אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: אַזױ װי איך האָב געבראַכט אױף דעם דאָזיקן פֿאָלק דאָס דאָזיקע גרױסע בײז, אַזױ ברענג איך אױף זײ דאָס גאַנצע גוטס װאָס איך האָב איבער זײ גערעדט. 43און פֿעלד װעט געקױפֿט װערן אין דעם דאָזיקן לאַנד, װאָס איר זאָגט, עס איז אַ װיסטעניש, אָן אַ מענטש אָדער אַ בהמה, עס איז איבערגעגעבן אין דער האַנט פֿון די כַּשׂדים. 44מע װעט קױפֿן פֿעלדער פֿאַר געלט, און מע װעט שרײַבן שטַר-מכירהס, און פֿאַרחתמען, און שטעלן עדות, אין לאַנד בנימין, און אַרום ירושָלַיִם, און אין די שטעט פֿון יהוּדה, און אין די שטעט פֿון דעם געבערג, און אין די שטעט פֿון דער נידערונג, און אין די שטעט פֿון דָרום; װאָרעם איך װעל אומקערן זײער געפֿאַנגענשאַפֿט, זאָגט ה׳.
1ווייל א סך האבן אונטערגענומען צוזאמענצושטעלן א געשיכטע פון די פאקטן, וואס זענען פארגעקומען צווישן אונדז, 2אזוי ווי עס האבן זיי אונדז איבערגעגעבן די, וואס האבן זיי אליין געזען פון אנהויב אָן און זענען געווען דינער פונם ווארט, 3איז עס מיר אויך וואוילגעפעלן, האבנדיק אלץ גרינטלעך אויסגעפארשט אויפסניי, צו שרייבן צו דיר לויט א סדר, אָ נאבעלער טעאפילוס, 4כדי דו זאלסט זיך דערוויסן די זיכערקייט פון די זאכן, וועלכע דו ביסט געלערנט געווארן.
5עס איז געווען אין די טעג פון הורדוס, קעניג פון יהודה, א געוויסער כהן, וואס האט געהייסן זכריה, פון דעם משמר פון אביה; און ער האט געהאט א ווייב פון די טעכטער פון אהרן, און זי האט געהייסן אלישבע. 6און ביידע זענען זיי געווען צדיקים פאר ה׳, און האבן געלעבט אין אלע מצוות און חוקים פון דעם האר (ה׳) אָן א פעלער. 7און זיי האבן נישט געהאט קיין קינד, ווייל אלישבע איז געווען אן עקרה, און ביידע האבן שוין געהאט דערגרייכט א טיפע עלטער.
8און עס איז געשען, בשעת ער האט אפגעריכט די עבודה פאר ה׳ לויט דעם סדר פון זיין משמר, 9איז אויסגעפאלן דער גורל, לויט דעם מנהג פון דער כהונה, אז ער זאל אריינגיין רויכערן קטורת אינם היכל פון דעם האר (ה׳), 10און דער גאנצער המון עם האט מתפלל געווען אינדרויסן אין דער שעה פון קטורת. 11און א מלאך פון דעם האר (ה׳) האט זיך באוויזן צו אים, שטייענדיק אויף דער רעכטער זייט פונם מזבח הקטורת. 12און זכריה האט אים געזען, און האט זיך דערשראקן, און א מורא איז געפאלן אויף אים. 13דער מלאך אבער האט צו אים געזאגט: פארכט דיך נישט, זכריה; ווייל דיין תפילה איז דערהערט געווארן, און אלישבע, דיין ווייב, וועט דיר געבוירן א זון, און דו זאלסט רופן זיין נאמען יוחנן. 14און ער וועט זיין פאר דיר א פרייד און א שמחה, און א סך וועלן זיך פרייען איבער זיין געבורט. 15ווארום ער וועט זיין גרויס פאר דעם האר (ה׳), און וויין און שארפע געטראנקען וועט ער נישט טרינקען, און שוין פון זיין מוטערס לייב אָן וועט ער זיין פול מיט דעם רוח הקודש. 16און א סך פון די קינדער ישראל וועט ער צוריקפירן צום האר, דעם ג‑ט זייערן. 17און ער וועט פארויסגיין פאר אים אינם גייסט און אין דער מאכט פון אליהו, צוריק צו קערן די הערצער פון די פאטערס צו די קינדער און די ווידערשפעניקע—צו דער פארשטענדיקייט פון צדיקים, צו שאפן א צוגעגרייט פאלק פאר דעם האר (ה׳). (מלאכי ד, ה-ו; ישעיהו מ, ג.) 18און זכריה האט געזאגט צו דעם מלאך; לויט וואס וועל איך דאס דאזיקע דערקענען? ווארום איך בין א זקן און מיין ווייב איז אויך שוין אין אירע עלטערע יארן. 19און דער מלאך האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: איך בין גבריאל (דניאל ח, טז; ט, כא.), וואס שטייט פאר ה׳, און בין געשיקט געווארן צו רעדן צו דיר און דיר אנצוזאגן די גוטע בשורה פון די דאזיקע זאכן. 20און זע, דו וועסט זיין שטום און נישט קענען רעדן ביז צום טאג ווען די דאזיקע זאכן וועלן געשען, ווייל דו האסט נישט געגלויבט מיינע ווערטער, וועלכע וועלן דערפילט ווערן אין זייער צייט. 21און דאס פאלק האט געווארט אויף זכריהן, און האט זיך געוואונדערט וואס ער זוימט זיך אינם היכל, 22און ווען ער איז ארויסגעקומען האט ער נישט געקענט רעדן צו זיי; און זיי האבן פארשטאנען, אז ער האט געזען א חזיון אינם היכל; און ער האט זיך פארשטענדיקט מיט זיי דורך צייכנס, און איז פארבלייבן שטום. 23און עס איז געשען, ווען די טעג פון זיין אפריכטן די עבודה זענען דערפילט געווארן, איז ער אהיים געגאנגען.
24און נאך די דאזיקע טעג איז אלישבע, זיין ווייב, טראגעדיק געווארן, און זי האט זיך פארבארגן פינף חדשים, אזוי צו זאגן: 25אזוי האט דער האר (ג‑ט) מיר געטאן אין די טעג ווען ער האט אויף מיר געקוקט אוועקצונעמען מיין חרפה צווישן מענטשן.
26און אין דעם זעקסטן חודש איז דער מלאך גבריאל געשיקט געווארן פון ה׳ קיין גליל אין א שטאט אריין וואס האט געהייסן נצרת, 27צו א יונגפרוי בתולה וואס איז געווען פארקנסט צו א מאן מיט דעם נאמען יוסף, אויס דעם בית דוד; און די יונגפרוי בתולה האט געהייסן מרים. 28און אריינקומענדיק צו איר האט ער געזאגט: שלום דיר, דו מיט גנאד באשענקטע, דער האר (ה׳) איז מיט דיר. 29זי האט זיך אבער דערשראקן איבער דעם ווארט, און האט זיך געטראכט, וואס זאל די דאזיקע באגריסונג באטייטן? 30און דער מלאך האט צו איר געזאגט: פארכט דיך נישט, מרים; ווארום דו האסט געפונען חן ביי ה׳, 31און זע, דו וועסט מעוברת ווערן און געבוירן א זון, און דו זאלסט רופן זיין נאמען יהושע/ישוע, 32ער וועט זיין גרויס, און וועט גערופן ווערן זון פון דעם אויבערשטער; און דער האר ג‑ט וועט אים געבן דעם טראן פון זיין פאטער דוד; 33און ער וועט קעניגן איבער דעם הויז פון יעקב אויף אייביק, און זיין מלכות וועט נישט האבן קיין סוף. (ישעיהו ט, ו-ז.) 34און מרים האט געזאגט צום מלאך: וויאזוי וועט דאס דאזיקע זיין, איך קען דאך נישט קיין מאן? 35און דער מלאך האט ענטפערנדיק געזאגט צו איר: דער רוח הקודש וועט קומען איבער דיר, און דעם אויבערשטנס גבורה וועט דיך באשאטן; דערפאר וועט דאס געבוירענע (קינד) אויך גערופן ווערן הייליק, זון פון דעם אויבערשטער. (ישעיהו ז, יד.) 36און זע, אלישבע, די קרובה דיינע, אויך זי איז טראגעדיק מיט א זון אויף איר עלטער, און זי, וועמען מען האט גערופן עקרה, איז שוין אין זעקסטן חודש; 37ווייל קיין זאך איז נישט אוממעגלעך פאר ה׳. 38און מרים האט געזאגט: זע, איך בין די דינסטמויד פון דעם האר (ג‑ט); זאל מיר געשען לויט דיין ווארט. און דער מלאך איז אוועקגעגאנגען פון איר.
39און מרים איז אויפגעשטאנען אין די דאזיקע טעג און איז אייליק אוועקגעגאנגען צום בארגלאנד, צו א שטאט אין יהודה; 40און איז אריינגעגאנגען אין זכריהס הויז און האט אפגעגעבן שלום אלישבען. 41און עס איז געשען, ווי אלישבע האט געהערט מרימס באגריסונג, האט דאס קינד א שפרונג געטאן אין איר לייב; און אלישבע איז פול געווארן מיט דעם רוח הקודש, 42און האט אויפגעהויבן איר קול מיט א הויך געשריי, און געזאגט: געבענטשט ביסטו צווישן פרויען, און געבענטשט איז די פרוכט פון דיין לייב. 43און פארוואס איז דאס דאזיקע מיר געשען, אז די מוטער פון מיין האר זאל קומען צו מיר? 44ווארום זע, ווי דאס קול פון דיין באגריסונג איז געקומען אין מיינע אויערן אריין, האט דאס קינד א שפרונג געטאן מיט שמחה אין מיין לייב. 45און אז וואויל איז איר וואס האט געגלויבט, אז עס וועט זיין א דערפילונג צו דעם, וואס איז איר געזאגט געווארן פונם האר (ה׳). 46און מרים האט געזאגט:
56און מרים איז געבליבן ביי איר אן ערך דריי חדשים, און האט זיך אומגעקערט אהיים.
57פאר אלישבען אבער האט זיך דערפילט די צייט פון איר קימפעט, און זי האט געבוירן א זון. 58און אירע שכנים און קרובים האבן געהערט, אז דער האר (ה׳) האט איר ארויסגעוויזן גרויס חסד, און האבן זיך געפריידט מיט איר. 59און עס איז געשען, דעם אכטן טאג איז מען געקומען מל זיין דאס קינד, און מען האט אים א נאמען געגעבן נאך זיין פאטער זכריה. 60און זיין מוטער האט ענטפערנדיק געזאגט: ניין; נאר ער זאל הייסן יוחנן. 61און זיי האבן צו איר געזאגט: אין דיין משפחה איז דאך נישטא קיינער, וואס האט דעם דאזיקן נאמען! 62און זיי האבן געוואונקען צו זיין פאטער, ווי וואלט ער געוואלט אים א נאמען געבן. 63און ער האט געבעטן א שרייב טעוועלע און האט אויפגעשריבן, אזוי צו זאגן; זיין נאמען איז יוחנן! און אלע האבן זיך געוואונדערט. 64און אין אן אויגנבליק האבן זיך זיין מויל און צונג געעפנט; און ער האט גערעדט, לויבנדיק ה׳. 65און א מורא איז געקומען אויף אלע זייערע שכנים, און אין דעם גאנצן בארגלאנד פון יהודה האט מען גערעדט פון אלע די דאזיקע זאכן. 66און אלע, וואס האבן דאס געהערט, האבן עס זיך גענומען צום הארצן, אזוי צו זאגן: וואס וועט דאס דאזיקע קינד זיין? ווארום אויך די האנט פון דעם האר (ה׳) איז געווען מיט אים.
67און זכריה, זיין פאטער, איז פול געווארן מיט דעם רוח הקודש און האט נבואות געזאגט, אזוי צו זאגן:
80און דאס קינד איז געוואקסן און איז שטארק געווארן אינם גייסט, און איז געווען אין מדבריות ביז צום טאג פון זיין באווייזן זיך צו ישראל.