1און דער גײַסט האָט מיך אױפֿגעהױבן, און האָט מיך געבראַכט צו דעם מזרח-טױער פֿון ה׳ס הױז װאָס איז געקערט צו מזרח; ערשט אין דעם אײַנגאַנג פֿון טױער זײַנען פֿינף און צװאַנציק מאַן; און איך האָב געזען צװישן זײ יַאַזַניָה דעם זון פֿון עַזורן, און פּלטיָהו דעם זון פֿון בנָיָהוּן, די האַרן פֿון פֿאָלק. 2און ער האָט צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, דאָס זײַנען די מענער װאָס טראַכטן אומרעכט, און עֵצהן בײזע עצות אין דער דאָזיקער שטאָט; 3װאָס זאָגן: נישט אַזױ באַלד! מע װעט נאָך בױען הײַזער! זי איז דער טאָפּ, און מיר זײַנען דאָס פֿלײש. 4דערום זאָג נבֿיאות אױף זײ, זאָג נבֿיאות, דו מענטשנקינד.
5און דער גײַסט פֿון ה׳ איז געפֿאַלן אױף מיר, און ער האָט צו מיר געזאָגט: זאָג: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: אַזױ האָט איר געזאָגט, הױז פֿון יִשׂרָאֵל, און װאָס אײַך קומט אױפֿן זינען דאָס װײס איך. 6איר האָט געמערט אײַערע דערשלאָגענע אין דער דאָזיקער שטאָט, און אָנגעפֿילט אירע גאַסן מיט דערשלאָגענע. 7דערום האָט אֲדֹנָי ה׳ אַזױ געזאָגט: אײַערע דערשלאָגענע װאָס איר האָט אַװעקגעלײגט אין איר, זײ זײַנען דאָס פֿלײש, און זי איז דער טאָפּ, אָבער אײַך װעט מען אַרױסציען פֿון איר. 8פֿאַר דער שװערד האָט איר מורא געהאַט, און אַ שװערד װעל איך ברענגען אױף אײַך, זאָגט אֲדֹנָי ה׳. 9און איך װעל אײַך אַרױסציען פֿון איר מיט, און װעל אײַך געבן אין דער האַנט פֿון פֿרעמדע, און װעל טאָן אױף אײַך אַ משפּט. 10דורך דער שװערד װעט איר פֿאַלן; אױפֿן געמאַרק פֿון יִשׂרָאֵל װעל איך אײַך משפּטן; און איר װעט װיסן אַז איך בין ה׳. 11זי װעט אײַך נישט זײַן צום טאָפּ, אָבער איר װעט זײַן אין איר צו פֿלײש; בײַם געמאַרק פֿון יִשׂרָאֵל װעל איך אײַך משפּטן. 12און איר װעט װיסן אַז איך בין ה׳, װאָס אין מײַנע חוקים זײַט איר נישט געגאַנגען, און מײַנע געזעצן האָט איר נישט געטאָן, נײַערט אַזױ װי די געזעצן פֿון די פֿעלקער װאָס רונד אַרום אײַך האָט איר געטאָן.
13און עס איז געװען, װי איך האָב נבֿיאות געזאָגט, אַזױ איז פּלטיָהו דער זון פֿון בנָיָהן געשטאָרבן; בין איך געפֿאַלן אױף מײַן פּנים, און איך האָב געשריִען אױף אַ הױכן קֹול, און האָב געזאָגט: װײ, ה׳ דו אֲדֹנָי, װילסטו אַ פֿאַרלענדונג מאַכן פֿון דעם איבערבלײַב פֿון יִשׂרָאֵל?
14איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 15מענטשנקינד, דײַנע ברידער, דײַנע ברידער, די מענטשן פֿון דײַן קרובֿישאַפֿט, און דאָס גאַנצע הױז פֿון יִשׂרָאֵל אין גאַנצן, װאָס די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם האָבן צו זײ געזאָגט: זײַט דערװײַטערט פֿון ה׳! דאָס איז אונדז דאָס לאַנד געגעבן געװאָרן פֿאַר אַ ירושה – 16דערום זאָגט: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: הגם איך האָב זײ דערװײַטערט צװישן די פֿעלקער, און הגם איך האָב זײ צעשפּרײט אין די לענדער, בין איך זײ אָבער פֿאַר אַ קלײן מִקדָש אין די לענדער װאָס זײ זײַנען געקומען אַהין. 17דערום זאָג: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: יאָ, איך װעל אײַך אײַנזאַמלען פֿון די אומות, און װעל אײַך צונױפֿקלײַבן פֿון די לענדער װאָס איר זײַט צעשפּרײט געװאָרן אין זײ, און איך װעל אײַך געבן די ערד פֿון יִשׂרָאֵל. 18און זײ װעלן קומען אַהין, און װעלן אָפּטאָן אַלע אירע מיאוסקײטן און אַלע אירע אומװערדיקײטן פֿון איר. 19און איך װעל זײ געבן אײן האַרץ, און אַ נײַ גײַסט[1] װעל איך אַרײַנגעבן אין אײַך; און איך װעל אָפּטאָן דאָס האַרץ פֿון שטײן פֿון זײער לײַב, און װעל זײ געבן אַ האַרץ פֿון פֿלײש; 20כּדי זײ זאָלן גײן אין מײַנע חוקים, און מײַנע געזעצן זאָלן זײ היטן און זײ טאָן; און זײ װעלן מיר זײַן צום פֿאָלק, און איך װעל זײ זײַן צום אלֹקים. 21און די װאָס זײער האַרץ גײט נאָך דעם האַרצן פֿון זײערע מיאוסקײטן און זײערע אומװערדיקײטן, װעל איך זײער װעג אױף זײער קאָפּ פֿאַרגעלטן, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.
22און די כּרובֿים האָבן אױפֿגעהױבן זײערע פֿליגלען, און די רעדער באַגלײַך מיט זײ; און די פּראַכט פֿון אלוקי יִשׂרָאֵל איז געװען איבער זײ פֿון אױבן. 23און די פּראַכט פֿון ה׳ האָט זיך אױפֿגעהױבן פֿון איבערן מיטן שטאָט, און האָט זיך געשטעלט אױף דעם באַרג װאָס אין מזרח פֿון שטאָט. 24און דער גײַסט האָט מיך אױפֿגעהױבן, און האָט מיך געבראַכט קײן כַּשׂדים צו די פֿאַרטריבענע, אין אַ זעונג דורך דעם גײַסט פֿון אלֹקים. און די זעונג װאָס איך האָב געזען, האָט זיך אױפֿגעהױבן פֿון מיר. 25און איך האָב גערעדט צו די פֿאַרטריבענע אַלע װערטער פֿון ה׳ װאָס ער האָט מיר באַװיזן.