AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Ezekiel 9
◄ Ezekiel 8
Ezekiel 9
יחֶזקֵאל 9
Ezekiel 10 ►

1און אַ הױכער קֹול האָט אױסגערופֿן אין מײַן אױער, אַזױ צו זאָגן: מאַכט גענענען די װאָס זײַנען באַפֿאַלערס אױף דער שטאָט, און איטלעכן מיט זײַן צעשטערגעצײַג אין זײַן האַנט. 2ערשט זעקס מענער זײַנען אָנגעקומען פֿון דעם װעג פֿון דעם אױבערשטן טױער װאָס איז געקערט צו צפֿון, און איטלעכער מיט זײַן ברעכגעצײַג אין זײַן האַנט, און אײן מאַן צװישן זײ אָנגעטאָן אין לײַנען מיט אַ שרײַבערס טינטהאָרן אױף זײַנע לענדן. און זײ זײַנען געקומען, און האָבן זיך געשטעלט לעבן דעם קופּערנעם מזבח.

3און די פּראַכט פֿון אלוקי יִשׂרָאֵל האָט זיך אױפֿגעהױבן פֿון איבער דעם כּרובֿ װאָס זי איז אױף אים געװען, צו דעם שװעל פֿון הױז; און ער האָט גערופֿן צו דעם מאַן אָנגעטאָן אין לײַנען, װאָס אַ שרײַבערס טינטהאָרן איז געװען אױף זײַנע לענדן. 4און ה׳ האָט צו אים געזאָגט: גײ דורך אין מיטן שטאָט, אין מיטן ירושָלַיִם, און זאָלסט אָנצײכענען אַ צײכן אױף די שטערנס פֿון די מענטשן װאָס זיפֿצן און קרעכצן אױף אַלע אומװערדיקײטן װאָס װערן געטאָן אין איר. 5און צו יענע האָט ער געזאָגט פֿאַר מײַנע אױערן: גײט דורך אין שטאָט הינטער אים, און שלאָגט; אײַער אױג זאָל נישט שױנען, און איר זאָלט נישט דערבאַרעמען. 6אַ זקן, אַ בחור און אַ מײדל, און קלײנע קינדער און װײַבער, זאָלט איר הרגען צום טױט, נאָר צו קײן מענטשן װאָס אױף אים איז דער צײכן פֿון אַ תּ, זאָלט איר נישט גענענען; און פֿון מײַן מִקדָש זאָלט איר אָנהײבן. האָבן זײ אָנגעהױבן פֿון די אַלטע לײַט װאָס פֿאַרן הױז. 7און ער האָט צו זײ געזאָגט: פֿאַראומרײניקט דאָס הױז, און פֿילט אָן די הױפֿן מיט דערשלאָגענע; גײט אַרױס! און זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען, און האָבן געשלאָגן אין שטאָט. 8און עס איז געװען, װי זײ האָבן געשלאָגן, און איך בין געבליבן אַלײן, אַזױ בין איך געפֿאַלן אױף מײַן פּנים, און איך האָב געשריִען, און געזאָגט: װײ, ה׳ דו אֲדֹנָי, װילסטו אומברענגען דעם גאַנצן איבערבלײַב פֿון יִשׂרָאֵל מיט װאָס דו גיסט אױס דײַן גרימצאָרן אױף ירושָלַיִם?

9האָט ער צו מיר געזאָגט: די זינד פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל און יהוּדה איז זײער זײער גרױס, און דאָס לאַנד איז אָנגעפֿילט מיט בלוט, און די שטאָט איז פֿול מיט אומגערעכטיקײט, װאָרעם זײ זאָגן: פֿאַרלאָזן האָט ה׳ דאָס לאַנד, און ה׳ זעט נישט. 10דערום װעט אױך מײַן אױג נישט שױנען, און איך װעל נישט דערבאַרעמען; זײער װעג װעל איך פֿאַרגעלטן אױף זײער קאָפּ.

11ערשט דער מאַן אָנגעטאָן אין לײַנען װאָס דער טינטהאָרן איז געװען אױף זײַנע לענדן, האָט געבראַכט אַן ענטפֿער, אַזױ צו זאָגן: איך האָב געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס דו האָסט מיר באַפֿױלן.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Ezekiel 8Ezekiel 10 ►