AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Ezekiel 43
◄ Ezekiel 42
Ezekiel 43
יחֶזקֵאל 43
Ezekiel 44 ►

1און ער האָט מיך צוגעפֿירט צו דעם טױער – דעם טױער װאָס איז געװען געקערט צו מזרח. 2ערשט די פּראַכט פֿון אלוקי יִשׂרָאֵל איז אָנגעקומען פֿון דעם װעג פֿון מזרח, און זײַן קֹול איז געװען אַזױ װי דער קֹול פֿון גרױסע װאַסערן, און די ערד האָט אױפֿגעלוכטן פֿון זײַן פּראַכט, 3און דאָס אױסזען פֿון דער זעונג װאָס איך האָב געזען, איז געװען אַזױ װי די זעונג װאָס איך האָב געזען װען איך בין געקומען צו צעשטערן די שטאָט; און די זעונגען זײַנען געװען אַזױ װי די זעונג װאָס איך האָב געזען בײַם טײַך כּבֿר; און איך בין געפֿאַלן אױף מײַן פּנים. 4און די פּראַכט פֿון ה׳ איז אַרײַנגעגאַנגען אין הױז דורך דעם טױער װאָס זײַן פֿאָדערזײַט איז געװען צו מזרח. 5און גײַסט האָט מיך אױפֿגעהױבן, און האָט מיך געבראַכט אין דעם אינעװײניקסטן הױף, ערשט די פּראַכט פֿון ה׳ האָט אָנגעפֿילט דאָס הױז.

6און איך האָב געהערט רעדן צו מיר פֿון הױז, און אַ מאַן איז געשטאַנען לעבן מיר. 7און ער האָט צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, דאָס איז דער אָרט פֿון מײַן טראָן,[1] און דער אָרט פֿון מײַנע פֿוסטריט, װאָס איך װעל דאָרטן רוען צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אױף אײביק; און דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל װעלן מער נישט פֿאַראומרײניקן מײַן הײליקן נאָמען, זײ און זײערע מלכים, מיט זײער זנות, און מיט די פּגָרים פֿון זײערע מלכים אױף זײערע בָמות; 8מיט זײער שטעלן זײער שװעל לעבן מײַן שװעל, און זײער בײַשטידל לעבן מײַן בײַשטידל, מיט בלױז אַ װאַנט צװישן מיר און צװישן זײ; און זײ פֿלעגן פֿאַראומרײניקן מײַן הײליקן נאָמען מיט זײערע אומװערדיקײטן װאָס זײ האָבן געטאָן, װאָס דערום האָב איך זײ פֿאַרלענדט אין מײַן צאָרן. 9אַצונד װעלן זײ דערװײַטערן פֿון מיר זײער זנות, און די פּגָרים פֿון זײערע מלכים, און איך װעל רוען צװישן זײ אױף אײביק.

10דו מענטשנקינד, דערצײל דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל װעגן דעם הױז, כּדי זײ זאָלן זיך שעמען מיט זײערע זינד; און זאָלן זײ נאָכמעסטן דעם פּלאַן. 11און אַז זײ װעלן זיך שעמען מיט אַלץ װאָס זײ האָבן געטאָן, מאַך זײ װיסן דאָס געמעל פֿון דעם הױז און זײַן געשטעל, און זײַנע אױסגאַנגען און זײַנע אײַנגאַנגען, און אַלע זײַנע געמעלן, און אַלע זײַנע געזעצן, יאָ, אַלע זײַנע געמעלן, און אַלע זײַנע דינים, און שרײַב אױף פֿאַר זײערע אױגן, כּדי זײ זאָלן אָפּהיטן אַל זײַן געמעל און אַלע זײַנע געזעצן, און זײ טאָן. 12דאָס איז דער דין פֿון דעם הױז: זײַן גאַנצער געמאַרק אױפֿן שפּיץ באַרג רונד אַרום זאָל זײַן אַ הײליקסטע הײליקײט. זע, דאָס איז דאָס געזעץ פֿאַר דעם הױז.

13און דאָס זײַנען די מאָסן פֿון דעם מזבח אין אײלן – איטלעכע אײל אַן אײל מיט אַ האַנטברײט; דער גרונט אַן אײל, און אַן אײל די ברײט, און זײַן ראַנד בײַ זײַן ברעג רונד אַרום אײן שפּאַן; און דאָס איז דאָס אונטערגעשטעל פֿון מזבח. 14און פֿון דעם גרונט אױף דער ערד ביזן אונטערשטן אָפּשפּרונג צװײ אײלן, און די ברײט אײן אײל; און פֿון דעם קלענערן אָפּשפּרונג ביזן גרעסערן אָפּשפּרונג פֿיר אײלן, און די ברײט אַן אײל. 15און דער פֿײַעראָרט פֿיר אײלן, און פֿון דעם פֿײַעראָרט און אַרױף צו פֿיר הערנער. 16און דער פֿײַעראָרט צװעלף די לענג אױף צװעלף די ברײט, פֿירעקעכדיק אין זײַנע פֿיר זײַטן. 17און דער אָפּשפּרונג פֿערצן די לענג אױף פֿערצן די ברײט, אױף זײַנע פֿיר זײַטן; און דער ראַנד רונד אַרום אים אַ האַלבע אײל; און דער גרונט צו אים אַן אײל רונד אַרום; און זײַנע טרעפּ געקערט צו מזרח.

18און ער האָט צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: דאָס זײַנען די געזעצן פֿון מזבח אין דעם טאָג װאָס ער װערט געמאַכט, כּדי אױפֿצוברענגען אױף אים בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, און צו שפּרענגען[2] אױף אים בלוט. 19זאָלסט געבן צו די כּהנים פֿון שבֿט לֵוִי װאָס זײַנען פֿון דעם זאָמען פֿון צָדוֹק, די װאָס זײַנען נאָנט צו מיר צו דינען, זאָגט אֲדֹנָי ה׳, אַ יונגן אָקס פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}.

20און זאָלסט נעמען פֿון זײַן בלוט, און אַרױפֿטאָן אױף זײַנע פֿיר הערנער, און אױף די פֿיר װינקלען פֿון דעם אָפּשפּרונג, און אױף דעם ראַנד רונד אַרום; און זאָלסט אים רײניקן, און מכַפּר זײַן אױף אים. 21און זאָלסט נעמען דעם אָקס, דאָס זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}, און מע זאָל אים פֿאַרברענען אין אַ באַשטימטן אָרט פֿון הױז, דרױסן פֿון מִקדָש. 22און אױפֿן צװײטן טאָג זאָלסטו מקריבֿ זײַן אַ ציגנבאָק אָן אַ פֿעלער פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}, און מע זאָל רײניקן דעם מזבח, אַזױ װי מע האָט גערײניקט מיטן אָקס. 23אַז דו ענדיקסט רײניקן, זאָלסטו מקריבֿ זײַן אַ יונגן אָקס אָן אַ פֿעלער, און אַ װידער פֿון שאָף אָן אַ פֿעלער. 24און זאָלסט זײ גענענען פֿאַר ה׳, און די כּהנים זאָלן אַרױפֿװאַרפֿן אױף זײ זאַלץ, און זײ אױפֿברענגען פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} צו ה׳. 25זיבן טעג זאָלסטו מאַכן אַ ציגנבאָק אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} איטלעכן טאָג; אױך אַ יונגן אָקס, און אַ װידער פֿון שאָף, אָן אַ פֿעלער, זאָל מען מאַכן. 26זיבן טעג זאָל מען מכַפּר זײַן אױפֿן מזבח, און אים רײניקן און אים הײליקן. 27און אַז מע װעט ענדיקן די טעג, איז, פֿון אַכטן טאָג און װײַטער זאָלן די כּהנים מאַכן אױפֿן מזבח אײַערע בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} און אײַערע פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים}, און איך װעל אײַך באַװיליקן, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.

Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Ezekiel 42Ezekiel 44 ►