1און ער האָט מיך צוריקגעבראַכט אױפֿן װעג צום אױסנװײניקסטן טױער פֿון דעם מִקדָש װאָס איז געװען געקערט צו מזרח, און ער איז געװען פֿאַרשלאָסן. 2און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט: דער דאָזיקער טױער זאָל זײַן פֿאַרשלאָסן, עס זאָל נישט געעפֿנט װערן, און קײנער זאָל דורך אים נישט אַרײַנגײן, װאָרעם ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל איז אַרײַנגעגאַנגען דורך אים, דערום זאָל ער זײַן פֿאַרשלאָסן. 3דער פֿירשט, װײַל ער איז אַ פֿירשט, ער מעג זיצן דרינען צו עסן ברױט פֿאַר ה׳; דורכן פֿירהױז פֿון טױער זאָל ער אַרײַנגײן, און דורך אים זאָל ער אַרױסגײן.
4און ער האָט מיך געבראַכט דורך דעם טױער פֿון צפֿון צו דער פֿאָדערזײַט פֿון הױז, און איך האָב געזען, ערשט די פּראַכט פֿון ה׳ האָט אָנגעפֿילט דאָס הױז פֿון ה׳; בין איך געפֿאַלן אױף מײַן פּנים. 5און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, לײג צו דײַן האַרץ, און זע מיט דײַנע אױגן, און מיט דײַנע אױערן הער, אַלץ װאָס איך רעד מיט דיר װעגן אַלע געזעצן פֿון דעם הױז פֿון ה׳, און װעגן אַלע זײַנע דינים; און זאָלסט צולײגן דײַן האַרץ צו דעם אײַנגאַנג פֿון דעם הױז מיט אַלע אױסגאַנגען פֿון דעם מִקדָש. 6און זאָלסט זאָגן צו די װידערשפּעניקע, צו דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: גענוג אײַך פֿון אַלע אײַערע אומװערדיקײטן, הױז פֿון יִשׂרָאֵל, 7מיט אײַער ברענגען פֿרעמדגעבאָרענע, אומבאַשניטענע אין האַרצן און אומבאַשניטענע אין פֿלײש צו זײַן אין מײַן מִקדָש, כּדי עס צו פֿאַרשװעכן – מײַן הױז, װען איר זײַט מקריבֿ מײַן שפּײַז, דאָס פֿעטס און דאָס בלוט; און זײ האָבן פֿאַרשטערט מײַן ברית, צו אַלע אײַערע אַנדערע אומװערדיקײטן. 8און איר האָט נישט געהיט די היטונג פֿון מײַנע הײליקײטן, און האָט אײַך זײ געמאַכט פֿאַר היטער פֿון מײַן היטונג אין מײַן מִקדָש.
9אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: קײן פֿרעמד-געבאָרענער, אומבאַשניטן אין האַרצן און אומבאַשניטן אין פֿלײש, זאָל נישט אַרײַנקומען אין מײַן מִקדָש – קײן פֿרעמד-געבאָרענער װאָס צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 10נײַערט די לוִיִים װאָס האָבן זיך דערװײַטערט פֿון מיר, װען די יִשׂרָאֵל האָבן אַװעקגעבלאָנדזשעט, די װאָס האָבן אַװעקגעבלאָנדזשעט פֿון מיר נאָך זײערע אָפּגעטער, זײ זאָלן טראָגן זײער זינד; 11און זײ זאָלן זײַן משרתים אין מײַן מִקדָש, געשטעלטע בײַ די טױערן פֿון הױז, און משרתים פֿון דעם הױז; זײ זאָלן שעכטן דאָס בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} און דעם שלאַכטאָפּפֿער פֿאַרן פֿאָלק, און זײ זאָלן שטײן פֿאַר זײ, זײ צו באַדינען. 12װײַל זײ פֿלעגן זײ באַדינען פֿאַר זײערע אָפּגעטער, און פֿלעגן זײַן דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל פֿאַר אַ שטרױכלונג צו זינד, דערום האָב איך אױפֿגעהױבן מײַן האַנט װעגן זײ, זאָגט אֲדֹנָי ה׳, אַז זײ זאָל טראָגן זײער זינד; 13און זײ זאָלן נישט גענענען צו מיר צו טאָן כּהן-דינסט צו מיר, און צו גענענען צו אַלע מײַנע הײליקײטן, צו די הײליקסטע הײליקײטן; און זײ זאָלן טראָגן זײער שאַנד, און זײערע אומװערדיקײטן װאָס זײ האָבן געטאָן. 14און איך װעל זײ מאַכן פֿאַר היטער פֿון דער היטונג פֿון הױז, פֿאַר אַל זײַן דינסט, און פֿאַר אַלץ װאָס דאַרף געטאָן װערן אין אים.
15אָבער די כּהנים פֿון שבֿט לֵוִי, די קינדער פֿון צָדוֹק, װאָס האָבן געהיט די היטונג פֿון מײַן מִקדָש, װען די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן אַװעקגעבלאָנדזשעט פֿון מיר, זײ זאָלן גענענען צו מיר, מיר צו דינען, און זײ זאָלן שטײן פֿאַר מיר, מקריבֿ צו זײַן צו מיר דאָס פֿעטס און דאָס בלוט, זאָגט אֲדֹנָי ה׳. 16זײ זאָלן קומען אין מײַן מִקדָש, און זײ זאָלן גענענען צו מײַן טיש מיר צו דינען, און זײ זאָלן היטן מײַן היטונג. 17און עס זאָל זײַן, אַז זײ גײען אַרײַן אין די טױערן פֿון דעם אינעװײניקסטן הױף, זאָלן זײ אָנטאָן פֿלאַקסענע קלײדער, און װאָל זאָל נישט אַרױפֿקומען אױף זײ, װען זײ דינען אין די טױערן פֿון דעם אינעװײניקסטן הױף, אָדער אינעװײניק. 18פֿלאַקסענע קאָפּדעקן זאָלן זײַן אױף זײערע קעפּ, און לײַנענע הױזן זאָלן זײַן אױף זײערע לענדן; זײ זאָלן זיך נישט אָנטאָן מיט אַ שװיציקער זאַך. 19און אַז זײ גײען אַרױס אין דעם אױסנװײניקסטן הױף – אין דעם אױסנװײניקסטן הױף צום פֿאָלק, זאָלן זײ אױסטאָן זײערע קלײדער װאָס זײ דינען אין זײ, און זײ אַװעקלײגן אין די הײליקע קאַמערן, און אָנטאָן אַנדערע קלײדער, כּדי זײ זאָלן נישט מאַכן הײליק דאָס פֿאָלק מיט זײערע קלײדער. 20און זײער קאָפּ זאָלן זײ נישט גאָלן, און לאַנגע האָר זאָלן זײ נישט פֿאַרלאָזן; אָפּשערן זאָלן זײ זײערע קעפּ. 21און װײַן זאָל קײן כּהן נישט טרינקען, װען זײ גײען אַרײַן אין דעם אינעװײניקסטן הױף. 22און אַן אַלמנה און אַ גרושה זאָלן זײ זיך נישט נעמען פֿאַר װײַבער, נאָר בלױז יונגפֿרױען פֿון דעם זאָמען פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל; אָבער די אַלמנה װאָס איז אַן אַלמנה פֿון אַ כּהן, מעגן זײ נעמען. 23און זײ זאָלן מײַן פֿאָלק לערנען צװישן הײליקן און אומהײליקן, און זײ מאַכן װיסן צװישן רײנעם און אומרײנעם. 24און בײַ אַ שטרײַטזאַך זאָלן זײ שטײן צו משפּטן; מיט מײַנע משפּטים זאָלן זײ אים משפּטן; און מײַנע דינים און מײַנע געזעצן אין אַלע מײַנע יוֹם-טובֿים זאָלן זײ היטן, און מײַנע שבתים זאָלן זײ האַלטן הײליק. 25און צו אַ טױטן מענטשן זאָל ער נישט צוגײן צו װערן אומרײן; נאָר בלױז אָן אַ פֿאָטער, און אָן אַ מוטער, און אָן אַ זון, און אָן אַ טאָכטער, אָן אַ ברודער, און אָן אַ שװעסטער װאָס האָט נאָך נישט געהאַט קײן מאַן, מעגן זײ זיך פֿאַראומרײניקן. 26און נאָך זײַן רײניקונג זאָל מען אים צײלן זיבן טעג. 27און אין דעם טאָג װאָס ער קומט אין הײליקטום, אין דעם אינעװײניקסטן הױף, צו דינען אין הײליקטום, זאָל ער מקריבֿ זײַן זײַן זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.
28און דאָס זאָל זײ זײַן פֿאַר אַ נחלה: איך בין זײער נחלה; און קײן אײגנטום זאָלט איר זײ נישט געבן אין יִשׂרָאֵל: איך בין זײער אײגנטום. 29דאָס שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה}, און דאָס זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}, און דאָס שולדאָפּפֿער {אָשָׁם},[1] דאָס זאָלן זײ עסן; און איטלעכער חרם אין יִשׂרָאֵל זאָל געהערן צו זײ. 30און דאָס ערשטע פֿון אַלע ערשטצײַטיקע פֿון אַלץ, און איטלעכע אָפּשײדונג {תְּרוּמָה} פֿון װאָס עס איז, פֿון אַלע אײַערע אָפּשײדונגען, זאָל געהערן צו די כּהנים; אױך דאָס ערשטע פֿון אײַערע טײגמולטערס זאָלט איר געבן צום כּהן, כּדי צו מאַכן רוען אַ ברכה אױף דײַן הױז. 31קײן געפֿאַלנס און פֿאַרצוקטס פֿון פֿױגלען און פֿון בהמות זאָלן די כּהנים נישט עסן.
1עס איז א באגלויבט ווארט: אויב איינער שטרעבט צו דער שטעלע פון א משגיח, באגערט ער א גוטע זאך. 2דער משגיח דארף דעריבער זיין אָן א פעלער, א מאן פון איין פרוי, ניכטער, באשיידן, אן ענוו, א מכניס אורח, מסוגל לערער; 3נישט קיין טרינקער, נישט קיין שלעגער; נאר מילד, נישט קיין בעל מחלוקת, נישט קיין געלטליבהאבער; 4וואס הערשט וואויל מיט זיין אייגן הויז, האלטנדיק זיינע קינדער אין אונטערטעניקייט, מיט פולער ערווירדיקייט 5(אויב אבער איינער ווייסט נישט ווי צו הערשן איבער זיין אייגן הויז, וויאזוי זשע וועט ער זארגן איבער דער קהלה פון ה׳?); 6נישט קיין נייער תלמיד, כדי ער זאל נישט ווערן אויפגעבלאזן און אריינפאלן אין דעם משפט פון שׂטן. 7און ער דארף אויך האבן א גוטן שם פון די אינדרויסן, כדי ער זאל נישט אריינפאלן אין קיין חרפה און אין דעם שׂטנס נעץ. 8אויך אזוי מוזן די שמשים זיין ערווירדיקע (לייט), נישט קיין טאפלצונגיקע, נישט קיין ליבהאבער פון פיל וויין, נישט גענייגט נאך שענדלעכן געווין; 9וואס האלטן דעם סוד פון דער אמונה אין א לויטער געוויסן. 10און זאלן די דאזיקע קודם כל ווערן אויסגעפרובירט; שפעטער זאלן זיי דינען ווי שמשים, אויב זיי זענען אָן א פעלער. 11אויך אזוי דארפן די פרויען זיין ערווירדיק, נישט קיין רכילות רעדנערינס, ניכטער, געטריי אין אלעם. 12שמשים זאלן זיין מענער פון איין פרוי, וואס הערשן גוט איבער זייערע קינדער און איבער זייערע אייגענע הייזער; 13ווארום אויב זיי האבן גוט געדינט אלס שמשים, דערווערבן זיי זיך א גוטע שטופע און גרויס דרייסטקייט אין דער אמונה, וואס איז אינם משיח יהושע/ישוע.
14דאס שרייב איך דיר, האפנדיק צו דיר צו קומען אין גיכן, 15און אויב איך וועל מיך פארזאמען, כדי דו זאלסט וויסן וויאזוי מען דארף זיך אויפפירן אין ה׳ס הויז, וועלכעס איז די קהלה פון דעם לעבעדיקן ג‑ט, דער זייל און פונדאמענט פונם אמת. 16און נישט אפצולייקענען גרויס איז דער סוד פון יראת שמים: ער, וואס האט זיך אנטפלעקט אינם פלייש, איז גערעכטפערטיקט געווארן אינם גייסט, האט זיך באוויזן צו מלאכים, איז אנגעזאגט געווארן צו די אומות (העולם), געגלויבט אין דער וועלט, ארויפגענומען געווארן אין הערלעכקייט.