AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Ezekiel 42
◄ Ezekiel 41
Ezekiel 42
יחֶזקֵאל 42
Ezekiel 43 ►

1און ער האָט מיך אַרױסגעפֿירט אין דעם אױסנװײניקסטן הױף אױפֿן װעג צו צפֿון, און האָט מיך געבראַכט צו די קאַמערן װאָס אַקעגן דעם אָפּגעזונדערטן אָרט, און װאָס אַקעגן דעם בנין, צו צפֿון, 2צו דער פֿאָדערזײַט, הונדערט אײלן די לענג, מיט דעם אײַנגאַנג אין צפֿון, און פֿופֿציק אײלן די ברײט, 3אַקעגן די צװאַנציק אײלן פֿון דעם אינעװײניקסטן הױף, און אַקעגן דער פֿלאַסטערונג פֿון דעם אױסנװײניקסטן הױף, מיט אַ באַלקאָן קעגן אַ באַלקאָן אין דריטן שטאָק. 4און פֿאַר די קאַמערן איז געװען אַ גאַנג, צען אײלן די ברײט אינעװײניקצו, אַ װעג פֿון אײן אײל; און זײערע אײַנגאַנגען זײַנען געװען צו צפֿון. 5און די אױבערשטע קאַמערן זײַנען געװען קירצער – װײַל די באַלקאָנען האָבן אַװעקגענומען פֿון זײ – פֿון די אונטערשטע און פֿון די מיטלסטע אין דעם בנין. 6װאָרעם דרײַגאָרנדיק זײַנען זײ געװען, און זײ האָבן נישט געהאַט קײן זײַלן אַזױ װי די זײַלן פֿון הױף, דערום איז אָפּגענומען געװאָרן, לגבי די אונטערשטע און די מיטלסטע, פֿון דעם באָדעם. 7און די מױער װאָס דרױסן אַקעגן די קאַמערן, צו דעם אױסנװײניקסטן הױף צו, פֿאָרנט פֿון די קאַמערן, איר לענג איז געװען פֿופֿציק אײלן. 8װאָרעם די לענג פֿון די קאַמערן װאָס צום אױסנװײניקסטן הױף צו איז געװען פֿופֿציק אײלן; אָבער זע, פֿאַר דעם הֵיכל איז געװען הונדערט אײלן. 9און אונטער די דאָזיקע קאַמערן איז געװען דער אײַנגאַנג פֿון מזרח, אַז מע איז געקומען צו זײ פֿון דעם אױסנװײניקסטן הױף.

10אין דער ברײט פֿון דער מױער פֿון הױף צו מזרח, פֿאַר דעם אָפּגעזונדערטן אָרט, און פֿאַר דעם בנין, זײַנען געװען קאַמערן, 11מיט אַ װעג פֿאַר זײ; אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון די קאַמערן װאָס צו צפֿון, אַזױ װי זײער לענג, און אַזױ װי זײער ברײט, מיט אַלע זײערע אַרױסגאַנגען, און אַזױ װי זײערע אײַנריכטונגען; און אַזױ װי זײערע טירן, 12אַזױ אױך זײַנען געװען די טירן פֿון די קאַמערן װאָס צו דָרום; אַ טיר איז געװען אין אָנהײב פֿון דעם װעג, דעם װעג װאָס גלײַך פֿאַר דער מױער, אַקעגן מזרח, װי מע קומט אין זײ אַרײַן.

13און ער האָט צו מיר געזאָגט: די קאַמערן פֿון צפֿון און די קאַמערן פֿון דָרום װאָס פֿאַר דעם אָפּגעזונדערטן אָרט, דאָס זײַנען די הײליקע קאַמערן, װאָס די כּהנים װאָס זײַנען נאָנט צו ה׳, זאָלן דאָרטן עסן די הײליקסטע הײליקײטן; דאָרטן זאָלן זײ אַװעקלײגן די הײליקסטע הײליקײטן, און דאָס שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה}, און דאָס זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}, און דאָס שולדאָפּפֿער {אָשָׁם},[1] װאָרעם דער אָרט איז הײליק. 14אַז זײ גײען אַרײַן, די כּהנים, זאָלן זײ נישט אַרױסגײן פֿון דעם הײליקטום אין דעם אױסנװײניקסטן הױף, נײַערט זײ זאָלן אַפֿריִער אַװעקלײגן דאָרטן זײערע קלײדער װאָס זײ דינען אין זײ, װאָרעם זײ זײַנען הײליק; און זײ זאָלן אָנטאָן אַנדערע קלײדער, און גענענען אין דעם הױף װאָס פֿאַרן פֿאָלק.

15און אַז ער האָט געענדיקט די מעסטונגען פֿון דעם אינעװײניקסטן הױז, האָט ער מיך אַרױסגעפֿירט דורך דעם טױער װאָס זײַן פֿאָדערזײַט איז געװען צו מזרח, און ער האָט עס אָפּגעמאָסטן רונד אַרום. 16ער האָט אָפּגעמאָסטן די מזרח-זײַט מיט דעם מעסטשטאַנג, פֿינף הונדערט שטאַנגען מיט דעם מעסטשטאַנג רונד אַרום. 17ער האָט אָפּגעמאָסטן די צפֿון-זײַט, פֿינף הונדערט שטאַנגען מיט דעם מעסטשטאַנג רונד אַרום. 18ער האָט אָפּגעמאָסטן די דָרום-זײַט, פֿינף הונדערט שטאַנגען מיט דעם מעסטשטאַנג. 19ער האָט זיך אומגעדרײט צו מערבֿ-זײַט, און האָט אָפּגעמאָסטן פֿינף הונדערט שטאַנגען מיט דעם מעסטשטאַנג. 20אױף פֿיר זײַטן האָט ער עס אָפּגעמאָסטן; עס האָט געהאַט אַ מױער רונד אַרום, די לענג פֿינף הונדערט, און די ברײט פֿינף הונדערט כּדי אָפּצושײדן צװישן הײליקן און אומהײליקן.

Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Ezekiel 41Ezekiel 43 ►