1און דאָס זײַנען די נעמען פֿון די שבֿטים: פֿון צפֿון-עק לעבן דעם װעג פֿון חֶתלון ביז מע קומט קײן חַמָת, חַצַר-עֵינָן בײַ דעם געמאַרק פֿון דַמֶשֶׂק צו צפֿון, לעבן חַמָת. און עס זאָל זײַן פֿון מזרח-זײַט צו מערבֿ פֿאַר דָן, אײן חלק. 2און לעבן דעם געמאַרק פֿון דָן, פֿון מזרח-זײַט ביז מערבֿ-זײַט, אָשֵר, אײן חלק. 3און לעבן דעם געמאַרק פֿון אָשֵר, פֿון מזרח-זײַט און ביז מערבֿ-זײַט, נַפֿתָּלי, אײן חלק. 4און לעבן דעם געמאַרק פֿון נַפֿתָּלי, פֿון מזרח-זײַט ביז מערבֿ-זײַט, מנַשֶה, אײן חלק. 5און לעבן דעם געמאַרק פֿון מנַשֶה, פֿון מזרח-זײַט ביז מערבֿ-זײַט, אפֿרים, אײן חלק. 6און לעבן דעם געמאַרק פֿון אפֿרים, פֿון מזרח-זײַט און ביז מערבֿ-זײַט, ראובֿן, אײן חלק. 7און לעבן דעם געמאַרק פֿון ראובֿן, פֿון מזרח-זײַט ביז מערבֿ-זײַט, יהוּדה, אײן חלק.
8און לעבן דעם געמאַרק פֿון יהוּדה, פֿון מזרח-זײַט ביז מערבֿ-זײַט, זאָל זײַן די אָפּשײדונג {תְּרוּמָה} װאָס איר זאָלט אָפּשײדן, פֿינף און צװאַנציק טױזנט שטאַנגען די ברײט, און די לענג אַזױ װי אײנער פֿון די חלקים, פֿון מזרח-זײַט ביז מערבֿ-זײַט. און דאָס מִקדָש זאָל זײַן אין מיטן פֿון דעם. 9די אָפּשײדונג {תְּרוּמָה} װאָס איר װעט אָפּשײדן צו ה׳, זאָל זײַן די לענג פֿינף און צװאַנציק טױזנט, און די ברײט צען טױזנט. 10און פֿאַר די דאָזיקע, פֿאַר די כּהנים, זאָל די הײליקע אָפּשײדונג {תְּרוּמָה} זײַן: צו צפֿון פֿינף און צװאַנציק טױזנט, און צו מערבֿ צען טױזנט די ברײט, און צו מזרח צען טױזנט די ברײט, און צו דָרום פֿינף און צװאַנציק טױזנט די לענג; און דאָס מִקדָש פֿון ה׳ זאָל זײַן אין מיטן פֿון דעם. 11דער געהײליקטער טײל זאָל זײַן פֿאַר די כּהנים פֿון די קינדער פֿון צָדוֹק װאָס האָבן געהיט מײַן היטונג, װאָס האָבן נישט אַװעקגעבלאָנדזשעט, װען די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן אַװעקגעבלאָנדזשעט, אַזױ װי די לוִיִים האָבן אַװעקגעבלאָנדזשעט. 12און עס זאָל זײַן אַן אָפּשײדונג {תְּרוּמָה} פֿאַר זײ פֿון דער אָפּשײדונג {תְּרוּמָה} פֿון דעם לאַנד – אַ הײליקײט פֿון הײליקײטן, לעבן דעם געמאַרק פֿון די לוִיִים. 13און פֿאַר די לוִיִים, אַקעגן דעם געמאַרק פֿון די כּהנים, פֿינף און צװאַנציק טױזנט די לענג, און די ברײט צען טױזנט; איטלעכע לענג פֿינף און צװאַנציק טױזנט, און די ברײט צען טױזנט. 14און זײ זאָלן דערפֿון נישט פֿאַרקױפֿן, און מע זאָל נישט אױסבײַטן, און נישט איבערגעבן דאָס ערשטע פֿון דעם לאַנד, װאָרעם עס איז הײליק צו ה׳.
15און די פֿינף טױזנט װאָס בלײַבן אין דער ברײט, פֿאַר לענג פֿון די פֿינף און צװאַנציק טױזנט, דאָס זאָל זײַן װאָכעדיק, פֿאַר אַ שטאָט צום װױנען, און פֿאַר אַ פֿרײַען פּלאַץ; און די שטאָט זאָל זײַן אין מיטן פֿון דעם. 16און דאָס זײַנען אירע מאָסן; צפֿון-זײַט פֿיר טױזנט און פֿינף הונדערט, און דָרום-זײַט פֿיר טױזנט און פֿינף הונדערט, און פֿון מזרח-זײַט פֿיר טױזנט און פֿינף הונדערט, און מערבֿ-זײַט פֿיר טױזנט און פֿינף הונדערט. 17און אַ פֿרײַער פּלאַץ זאָל זײַן צו דער שטאָט: צו צפֿון צװײ הונדערט און פֿופֿציק, און צו דָרום צװײ הונדערט און פֿופֿציק, און צו מזרח צװײ הונדערט און פֿופֿציק, און צו מערבֿ צװײ הונדערט און פֿופֿציק. 18און װאָס בלײַבט איבער אין דער לענג, אַקעגן דער הײליקער אָפּשײדונג {תְּרוּמָה}, צען טױזנט צו מזרח, און צען טױזנט צו מערבֿ – דאָס װאָס איז אַקעגן דער הײליקער אָפּשײדונג {תְּרוּמָה}, זאָל דער אײַנקום דערפֿון זײַן פֿאַר ברױט פֿאַר די אַרבעטער פֿון דער שטאָט. 19און די װאָס אַרבעטן אין דער שטאָט, זאָלן עס באַאַרבעטן – פֿון אַלע שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל. 20די גאַנצע אָפּשײדונג {תְּרוּמָה}, פֿינף און צװאַנציק טױזנט אױף פֿינף און צװאַנציק טױזנט; פֿירעקעכדיק זאָלט איר אָפּשײדן די הײליקע אָפּשײדונג {תְּרוּמָה} מיט דעם אײגנטום פֿון דער שטאָט.
21און דאָס איבעריקע זאָל זײַן פֿאַר דעם פֿירשט; פֿון דער זײַט און פֿון יענער זײַט פֿון דער הײליקער אָפּשײדונג {תְּרוּמָה} און פֿון דעם אײגנטום פֿון דער שטאָט, אַקעגן די פֿינף און צװאַנציק טױזנט פֿון דער אָפּשײדונג {תְּרוּמָה} ביז דעם געמאַרק צו מזרח, און צו מערבֿ אַקעגן די פֿינף און צװאַנציק טױזנט ביז דעם געמאַרק צו מערבֿ, אַקעגן די חלקים, פֿאַר דעם פֿירשט; און די הײליקע אָפּשײדונג {תְּרוּמָה} מיט דעם מִקדָש פֿון הױז זאָל זײַן אין מיטן פֿון דעם. 22און דאָס אײגנטום פֿון די לוִיִים, און דאָס אײגנטום פֿון דער שטאָט, זאָל זײַן אין מיטן פֿון דעם װאָס פֿאַרן פֿירשט; צװישן דעם געמאַרק פֿון יהוּדה און צװישן דעם געמאַרק פֿון בנימין זאָל זײַן פֿאַר דעם פֿירשט.
23און די איבעריקע שבֿטים: פֿון מזרח-זײַט ביז מערבֿ-זײַט, בנימין, אײן חלק. 24און לעבן דעם געמאַרק פֿון בנימין, פֿון מזרח-זײַט ביז מערבֿ-זײַט, שמעון, אײן חלק. 25און לעבן דעם געמאַרק פֿון שמעון, פֿון מזרח-זײַט ביז מערבֿ-זײַט, יִשׂשָׂכָר, אײן חלק. 26און לעבן דעם געמאַרק פֿון יִשׂשָׂכָר, פֿון מזרח-זײַט ביז מערבֿ-זײַט, זבֿולון, אײן חלק. 27און לעבן דעם געמאַרק פֿון זבֿולון, פֿון מזרח-זײַט ביז מערבֿ-זײַט, גָד, אײן חלק. 28און לעבן דעם געמאַרק פֿון גָד, אין דָרום-זײַט צו דָרום, זאָל דער געמאַרק זײַן פֿון תָּמָר ביז די װאַסערן פֿון מריבֿת-קָדֵש, ביזן טײַך, ביז צום יַם-הַגָדול. 29דאָס איז דאָס לאַנד װאָס איר זאָלט אױסװאַרפֿן פֿאַר אַ נחלה צו די שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל, און דאָס זײַנען זײערע אײַנטײלונגען, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.
30און דאָס זײַנען די אױסלאָזן פֿון דער שטאָט: פֿון צפֿון-זײַט פֿיר טױזנט און פֿינף הונדערט שטאַנגען אױפֿן מאָס; 31און די טױערן פֿון דער שטאָט זאָלן זײַן אױף די נעמען פֿון די שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל; דרײַ טױערן צו צפֿון: דער טױער פֿון ראובֿן, אײנער; דער טױער פֿון יהוּדה, אײנער; דער טױער פֿון לֵוִי, אײנער. 32און צו מזרח-זײַט פֿיר טױזנט און פֿינף הונדערט, און דרײַ טױערן: דער טױער פֿון יוֹסף, אײנער; דער טױער פֿון בנימין, אײנער; דער טױער פֿון דָן, אײנער. 33און אין דָרום-זײַט פֿיר טױזנט און פֿינף הונדערט אױפֿן מאָס, און דרײַ טױערן: דער טױער פֿון שמעון, אײנער; דער טױער פֿון יִשׂשָׂכָר, אײנער; דער טױער פֿון זבֿולון, אײנער. 34מערבֿ-זײַט פֿיר טױזנט און פֿינף הונדערט; זײערע טױערן דרײַ: דער טױער פֿון גָד, אײנער; דער טױער פֿון אָשֵר, אײנער; דער טױער פֿון נַפֿתָּלי, אײנער. 35רונד אַרום, אַכצן טױזנט. און דער נאָמען פֿון דער שטאָט זאָל זײַן פֿון יענעם טאָג: ה׳ איז דאָרטן.[1]
1און איך האב געזען א נייעם הימל און א נייע ערד; ווארום דער ערשטער הימל און די ערשטע ערד זענען פארגאנגען; און דער ים איז מער נישטא. (ישעיהו סה, יז.) 2און די הייליקע שטאט ירושלים האב איך געזען אראפנידערן ביי אויס דעם הימל פון ה׳, צוגעגרייט ווי א כלה אויסגעצירט פאר איר מאן. 3און האב געהערט א הויך קול פון דעם כסא הכבוד, אזוי צו זאגן: זע, דאס משכן פון ה׳ איז מיט די מענטשן, און ער וועט וואוינען צווישן זיי, און זיי וועלן זיין זיינע פעלקער, און ה׳ אליין וועט זיין מיט זיי, 4און וועט אפווישן יעדע טרער פון זייערע אויגן; און דער טויט וועט שוין מער נישט עקזיסטירן; עס וועט מער נישט זיין קיין טרויער, קיין געשריי, קיין שמארץ; ווייל די ערשטע זאכן זענען פארביי. 5און דער, וועלכער זיצט אויפן כסא הכבוד, האט געזאגט: זע, איך מאך אלץ ניי! נאך האט ער געזאגט: שרייב! מחמת די דאזיקע ווערטער זענען באגלויבט און ווארהאפטיק! 6און האט צו מיר געזאגט: עס איז געשען. איך בין דער אלף און דער תוו, דער אנהויב און דער סוף. איך וועל געבן דעם דורשטיקן אויס דעם קוואל פון וואסער פון לעבן אומזיסט. 7ווער עס איז מנצח, דער וועט ירשענען די דאזיקע זאכן; און איך וועל זיין צו אים פאר א ג‑ט, און ער וועט זיין צו מיר א זון. 8די שרעקעוודיקע אבער און אומגלויביקע און אומווירדיקע און רוצחים און זונים און מכשפים און געצנדינער און אלע ליגנער, זייער חלק וועט זיין אין דעם טייך, וואס ברענט מיט פייער און שוועבל; דאס איז דער צווייטער טויט!
9און עס איז געקומען איינער פון די זיבן מלאכים, וועלכע האבן געהאט די זיבן געפעסן, וואס זענען געווען אנגעפילט מיט די זיבן לעצטע מכות, און האט גערעדט מיט מיר, אזוי צו זאגן: קום, איך וועל דיר ווייזן די כלה, דעם לעמעלעס ווייב. 10און האט מיך אוועקגעפירט אינם גייסט אויף א גרויסן און הויכן בארג, און מיר געוויזן די הייליקע שטאט ירושלים, אראפנידערן אויס דעם הימל פון ה׳, 11האבנדיק ה׳ס הערלעכקייט; איר ליכט איז געווען גלייך צום טייערן שטיין, ווי א יאספיס שטיין, לויטער קריסטאל; 12האבנדיק א גרויסע און הויכע מויער, מיט צוועלף טויערן, און אויף די טויערן צוועלף מלאכים; און נעמען זענען געווען אויפגעשריבן, וואס זענען די נעמען פון די צוועלף שבטים פון די קינדער ישראל; 13פון מזרח זייט דריי טויערן, און פון צפון זייט דריי טויערן, און פון דרום זייט דריי טויערן, און פון מערב זייט דריי טויערן. 14און די מויער פון דער שטאט האט צוועלף פונדאמענטן, און אויף זיי זענען די צוועלף נעמען פון די צוועלף שליחים פון דעם לעמעלע. 15און דער, וואס האט מיט מיר גערעדט, האט געהאט א מאסשטאב, א גאלדענעם שטעקן, כדי צו מעסטן די שטאט און אירע טויערן און איר מויער. 16און די שטאט ליגט פירעקיק, און איר לענג איז אזויפיל ווי איר ברייט; און ער האט געמאסטן די שטאט מיט דעם שטעקן, צוועלף טויזנט סטאדיען; איר לענג און ברייט און הויך זענען גלייך. 17און האט געמאסטן איר מויער, הונדערט און פיר און פערציק איילן, ווי די מאס פון א מענטשן, דאס הייסט פון א מלאך. 18און דער בוי פון איר מויער איז יאספיס; און די שטאט איז פון לויטער גאלד, ענלעך צו לויטער גלאז. 19די פונדאמענטן פון דער מויער פון דער שטאט זענען באצירט מיט כלערליי טייערע שטיינער. דער ערשטער פונדאמענט, א יאספיס; דער צווייטער, א שאפיר; דער דריטער, א אגאט; דער פערטער, א שמאראק; 20דער פיפטער, א סארדאניקס; דער זעקסטער, א רובין; דער זיבעטער, א כריזאליט; דער אכטער, א בעריל; דער ניינטער, א טאפאז; דער צענטער, א כריזאפראס; דער עלעפטער, א היאצינט; דער צוועלפטער, אן אמעטיסט. 21און די צוועלף טויערן זענען צוועלף פערל, איטלעכעס איינע טויער איז געווען פון איין פערל; און די גאס פון דער שטאט לויטער גאלד, ווי דורכזיכטיק גלאז. 22און קיין היכל האב איך אין איר נישט געזען; ווארום דער האר ג‑ט, כביכול, און דאס לעמעלע זענען איר היכל. 23און די שטאט דארף נישט האבן די זון, נישט די לבנה, זי צו באלויכטן; ווארום דער כבוד פון ה׳ האט געשיינט איבער איר, און דאס לעמעלע איז איר ליכט. (ישעיהו ס, יט.) 24און די פעלקער וועלן גיין אין איר ליכט; און די מלכים פון דער ערד ברענגען זייער הערלעכקייט צו איר. 25און אירע טויערן וועלן נישט פארשלאסן ווערן בייטאג; ווארום עס וועט דארטן נישט זיין קיין נאכט; 26און מען וועט ברענגען צו איר דעם כבוד און די פראכט פון די פעלקער; 27און עס וועט בשום אופן אין איר נישט אריינגיין קיין שום טמא זאך, און ווער עס טוט אומווירדיקייט און שקר; נאר די, וואס זענען איינגעשריבן אין דעם לעמעלעס ספר החיים.