1און ער האָט מיך צוריקגעבראַכט צו דעם אײַנגאַנג פֿון הױז, ערשט װאַסער גײט אַרױס פֿון אונטער דער שװעל פֿון הױז, צו מזרח, װאָרעם די פֿאָדערזײַט פֿון הױז איז געװען צו מזרח; און דאָס װאַסער האָט אַראָפּגענידערט פֿון אונטן, פֿון דער רעכטער זײַט פֿון הױז, אין דָרום פֿון מזבח. 2און ער האָט מיך אַרױסגעפֿירט דורכן צפֿון-טױער, און האָט מיך אַרױסגעפֿירט דורך דרױסן, צו דעם אױסנװײניקסטן טױער, אױף דעם װעג װאָס איז געקערט צו מזרח; ערשט װאַסער פֿליסט אַרױס פֿון דער רעכטער זײַט.
3װי דער מאַן איז אַרױסגעגאַנגען צו מזרח מיט אַ מעסטשנור אין זײַן האַנט, אַזױ האָט ער אָפּגעמאָסטן טױזנט אײלן, און האָט מיך דורכגעפֿירט דורכן װאַסער – װאַסער ביז די קנעכלעך. 4און ער האָט אָפּגעמאָסטן טױזנט, און האָט מיך דורכגעפֿירט דורכן װאַסער – װאַסער ביז די קני. און ער האָט אָפּגעמאָסטן טױזנט, און האָט מיך דורכגעפֿירט דורך װאַסער ביז די לענדן. 5און ער האָט אָפּגעמאָסטן טױזנט – אַ טײַך װאָס איך האָב נישט געקענט אַריבערגײן, װאָרעם דאָס װאַסער איז געװען הױך, אַ װאַסער צום שװימען, אַ טײַך װאָס איך האָב נישט געקענט אַריבערגײן. 6און ער האָט צו מיר געזאָגט: האָסטו געזען, מענטשנקינד? און ער האָט מיך געפֿירט, און האָט מיך געבראַכט צום ברעג פֿון טײַך.
7װי איך בין צוריקגעקומען, ערשט בײַם ברעג טײַך זײַנען פֿיל בײמער פֿון דער זײַט און פֿון יענער זײַט. 8און ער האָט צו מיר געזאָגט: דאָס דאָזיקע װאַסער גײט אַרױס צו דער מזרח-געגנט, און װעט אַראָפּנידערן אין דעם פּלױן, און אַז עס װעט אַרײַן אין ים, אין דעם ים פֿון דומפּיקע װאַסער, װעט דאָס װאַסער געהײלט {רפא}[1] װערן. 9און עס װעט זײַן, יעטװעדער לעבעדיקע באַשעפֿעניש װאָס ער װידמענט, װעט אָפּלעבן אומעטום װוּ די טײַכן װעלן קומען, און פֿיש װעלן זײַן זײער פֿיל, װײַל די דאָזיקע װאַסערן קומען אַהין, כּדי עס זאָל געהײלט {רפא}[2] װערן און אָפּלעבן אַלץ װוּהין דער טײַך װעט קומען. 10און עס װעט זײַן, פֿישערס װעלן שטײן בײַ אים פֿון עֵין-גֶדי און ביז עֵין-עֶגלַיִם; אױף אױסשפּרײטן נעצן װעט עס זײַן; פֿון אַלערלײ מינים װעלן זײַן זײערע פֿיש, אַזױ װי די פֿיש פֿון יַם-הַגָדול, זײער פֿיל. 11אָבער זײַנע זומפּן און זײַנע װאַסערגריבער װעלן נישט געזונט {רפא}[3] געמאַכט װערן; פֿאַר זאַלץ זײַנען זײ אָפּגעגעבן. 12און בײַ דעם טײַך װעלן אױסװאַקסן אױף זײַן ברעג, פֿון דער זײַט און פֿון יענער זײַט, אַלערלײ בײמער צום עסן; זײער בלאַט װעט נישט פֿאַרװעלקט װערן, און זײער פֿרוכט װעט נישט אױסגײן; אַלע חודש װעלן זײ צײַטיקן, װײַל זײערע װאַסערן, זײ גײען אַרױס פֿון מִקדָש; און זײער פֿרוכט װעט זײַן צום עסן, און זײער בלאַט פֿאַר אַ רפֿואה.[4]
13אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: דאָס איז דער געמאַרק, װי איר זאָלט מאַכן אַרבן דאָס לאַנד צו די צװעלף שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל, מיט צװײ חלקים פֿאַר יוֹסף. 14און איר זאָלט עס אַרבן אײנער אַזױ װי דער אַנדערער, װאָרעם איך האָב אױפֿגעהױבן מײַן האַנט, עס צו געבן צו אײַערע עלטערן; און דאָס דאָזיקע לאַנד זאָל אײַך פֿאַלן פֿאַר אַ נחלה.
15און דאָס איז דער געמאַרק פֿון דעם לאַנד: אין צפֿון-זײַט, פֿון יַם-הַגָדול דורך חֶתלון ביז מע קומט קײן צדָד; 16חַמָת, בֵרוֹתֶה, סִברַיִם װאָס צװישן דעם געמאַרק פֿון דַמֶשֶׂק און דעם געמאַרק פֿון חַמָת; חָצֵר הַתִּיכוֹן װאָס בײַם געמאַרק פֿון חַוְרָן. 17און דער געמאַרק פֿון ים אַהער זאָל זײַן חַצַר-עֵינון בײַם געמאַרק פֿון דַמֶשֶׂק, און אין צפֿון צו צפֿון איז דער געמאַרק פֿון חַמָת. דאָס איז די צפֿון-זײַט.
18און די מזרח-זײַט זאָלט איר מעסטן צװישן חַוְרָן און דַמֶשֶׂק און גִלעָד, און צװישן דעם לאַנד פֿון יִשׂרָאֵל, בײַם יַרדן, פֿון דעם געמאַרק ביז דעם מזרח-ים. דאָס איז די מזרח-זײַט.
19און די דָרום-זײַט צו דָרום איז פֿון תָּמָר ביז די װאַסערן פֿון מריבֿת-קָדֵש, ביז צום טײַך, ביז צום יַם-הַגָדול. דאָס איז די דָרום-זײַט צו דָרום.
20און די מערבֿ-זײַט איז דער יַם-הַגָדול, פֿון דעם געמאַרק ביז אַקעגן װוּ מע קומט קײן חַמָת. דאָס איז די מערבֿ-זײַט.
21און אַז איר װעט אײַך צעטײלן דאָס דאָזיקע לאַנד לױט די שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל, 22איז, זאָלט איר עס אױסװאַרפֿן פֿאַר אַ נחלה צו אײַך, און צו די פֿרעמדע װאָס װױנען צװישן אײַך, װאָס האָבן געבאָרן קינדער צװישן אײַך; און זײ זאָלן בײַ אײַך זײַן אַזױ װי אײַנגעבאָרענע צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; גלײַך מיט אײַך זאָל זײ פֿאַלן אַ נחלה צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 23און עס זאָל זײַן, צװישן דעם שבֿט װאָס דער פֿרעמדער װױנט בײַ אים, דאָרטן זאָלט איר געבן זײַן נחלה, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.
1און ער האט מיר געוויזן א שטראם פון וואסער פון לעבן, קלאר ווי קריסטאל, וואס איז ארויסגעגאנגען פון ה׳ס כסא הכבוד און פון דעם לעמעלע, 2אינמיטן פון איר גאס. און פון דער זייט און פון יענער זייט פון דעם טייך א בוים פון לעבן, וואס ברענגט צוועלף מינים פירות, און גיט יעדן חודש זיין פרוכט; און די בלעטער פון דעם בוים זענען פאר א רפואה צו די פעלקער. 3און עס וועט מער נישט זיין קיין קללה; און ה׳ס כסא הכבוד און דעם לעמעלע וועט זיין אין איר; און זיינע קנעכט וועלן אים דינען; 4און וועלן זען זיין פנים; און זיין נאמען וועט זיין אויף זייערע שטערנס. 5און קיין נאכט וועט מער נישט זיין; און מען דארף נישט דאס ליכט פון קיין לייכטער, נישט דאס ליכט פון דער זון; ווייל ג‑ט דער האר וועט לויכטן איבער זיי; און זיי וועלן קעניגן לעלמי עולמים.
6און ער האט צו מיר געזאגט: די דאזיקע ווערטער זענען באגלויבט און ווארהאפטיק; און דער האר, דער ג‑ט פון די גייסטער פון די נביאים, האט געשיקט זיין מלאך, צו ווייזן זיינע קנעכט, וואס עס דארף געשען אינגיכן— 7און זע, איך קום באלד—וואויל איז דעם, וועלכער היט אפ די ווערטער פון דער נבואה פון דעם דאזיקן ספר.
8און איך, יוחנן, בין דער, וואס האט געזען און געהערט די דאזיקע זאכן. און ווען איך האב זיי געהערט און געזען, בין איך אנידערגעפאלן, כדי זיך צו בוקן פאר די פיס פון דעם מלאך, וועלכער האט מיר זיי געוויזן. 9און ער האט צו מיר געזאגט: גיב אכטונג, טו דאס נישט! איך בין דיין מיטקנעכט און פון דיינע ברידער, די נביאים, און פון די, וואס היטן אפ די ווערטער, פון דעם דאזיקן ספר; צו ה׳ זאלסטו דיך בוקן!
10און ער האט צו מיר געזאגט: פארחתמע נישט די ווערטער פון דער נבואה פון דעם דאזיקן ספר; ווארום די צייט איז נאענט. 11ווער עס טוט אומרעכט, דער זאל ווייטער טאן אומרעכט; און דער טמא זאל ווייטער זיין טמא; און דער צדיק זאל ווייטער עוסק זיין אין צדקות; און דער קדוש זאל זיך ווייטער הייליקן! 12זע, איך קום באלד; און מיין שכר איז מיט מיר, צו פארגעלטן יעדן איינעם לויט זיין מעשים. 13איך בין דער אלף און דער תוו, דער ערשטער און דער לעצטער, דער אנהויב און דער סוף. 14וואויל איז די, וועלכע וואשן זייערע קליידער, כדי זיי זאלן האבן רשות צום עץ החיים, און זאלן אריינקומען דורך די טויערן אין דער שטאט אריין. 15אינדרויסן זענען די כלבים און די מכשפים און די זונים און די רוצחים און די געצנדינער, און יעדער איינער, וועלכער האט ליב און איז עוסק אין שקר.
16איך, יהושע/ישוע, האב געשיקט מיין מלאך, עדות צו זאגן צו אייך די דאזיקע זאכן פאר די קהלות. איך בין דער שורש און דער צמח (יהושע; זכריה ג, ח; ו, יא-יב.) פון דוד (ישעיהו יא, א, י.), דער העלער מארגנשטערן. 17און דער גייסט און די כלה זאגן: קום! און זאל דער הערער זאגן: קום! און דער דורשטיקער זאל קומען; און ווער עס וויל זאל נעמען פונם וואסער פון לעבן אומזיסט.
18איך זאג עדות צו יעדן איינעם, וועלכער הערט די ווערטער פון דער נבואה פון דעם דאזיקן ספר: ווען עמיצער וועט צולייגן צו זיי, וועט ה׳ ארויפלייגן אויף אים די מכות, וואס שטייען געשריבן אין דעם דאזיקן ספר; 19און אויב עמיצער וועט אוועקנעמען פון די ווערטער פון דעם ספר פון דער דאזיקער נבואה, וועט ה׳ אוועקנעמען זיין חלק פון דעם בוים פון לעבן און פון דער הייליקער שטאט, דערפון וואס שטייט געשריבן אין דעם דאזיקן ספר.
20דער עדות פון די דאזיקע זאכן זאגט: יא, איך קום באלד. אמן; קום האר יהושע/ישוע!
21דער חסד פון דעם האר יהושע/ישוע זאל זיין מיט אייך אלעמען. אמן.