AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Ezekiel 40
◄ Ezekiel 39
Ezekiel 40
יחֶזקֵאל 40
Ezekiel 41 ►

1אין פֿינף און צװאַנציקסטן יאָר פֿון אונדזער גלות, אין אָנהײב יאָר, אין צענטן טאָג פֿון חודש, אין פֿערצנטן יאָר נאָך דעם װי די שטאָט איז געשלאָגן געװאָרן, גענױ אין דעם דאָזיקן טאָג, איז געװען אױף מיר די האַנט פֿון ה׳, און ער האָט מיך אַהין געבראַכט. 2אין זעונגען פֿון אלֹקים האָט ער מיך געבראַכט קײן ארץ-יִשׂרָאֵל, און ער האָט מיך אַראָפּגעלאָזט אױף אַ זײער הױכן באַרג, און אױף אים איז געװען אַזױ װי דאָס געבױ פֿון אַ שטאָט, אין דָרום. 3און ער האָט מיך אַהין געבראַכט, ערשט דאָרטן איז אַ מאַן װאָס זײַן אױסזען איז אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון קופּער, און אַ פֿלאַקסענע שנור איז אין זײַן האַנט, און אַ מעסטשטאַנג; און ער שטײט אין טױער. 4און דער מאַן האָט צו מיר גערעדט: מענטשנקינד, זע מיט דײַנע אױגן, און מיט דײַנע אױערן הער, און לײג צו דײַן האַרץ צו אַלץ װאָס איך װײַז דיר, װאָרעם כּדי דיר צו װײַזן ביסטו געבראַכט געװאָרן אַהער; דערצײל אַלץ װאָס דו זעסט צו דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל.

5און זע, אַ מױער איז געװען דרױסן פֿון דעם הױז רונד אַרום; און אין דער האַנט פֿון דעם מאַן איז געװען אַ מעסטשטאַנג פֿון זעקס אײלן, איטלעכע פֿון אַן אײל מיט אַ האַנטברײט; און ער האָט אָפּגעמאָסטן די ברײט פֿון דעם בנין, אײן שטאַנג, און די הײך אײן שטאַנג. 6און ער איז געקומען צו אַ טױער װאָס זײַן פֿאָדערזײַט איז געװען צו מזרח, און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען אױף זײַנע טרעפּ, און האָט אָפּגעמאָסטן די שװעל פֿון דעם טױער, אײן שטאַנג די ברײט – די אײן שװעל, אײן שטאַנג די ברײט. 7און איטלעכער אַלקער איז געװען אײן שטאַנג די לענג, און אײן שטאַנג די ברײט, און צװישן די אַלקערס פֿינף אײלן; און די שװעל פֿון דעם טױער לעבן דעם פֿירהױז פֿון טױער פֿון אינעװײניק איז געװען אײן שטאַנג. 8און ער האָט אָפּגעמאָסטן דאָס פֿירהױז פֿון טױער פֿון אינעװײניק, אײן שטאַנג. 9און ער האָט אָפּגעמאָסטן דאָס פֿירהױז פֿון טױער, אַכט אײלן, און זײַנע טירזײַלן, צװײ אײלן; און דאָס פֿירהױז פֿון טױער איז געװען פֿון אינעװײניק. 10און די אַלקערס פֿון דעם טױער צו מזרח זײַנען געװען דרײַ פֿון דער זײַט, און דרײַ פֿון דער אַנדער זײַט; אײן מאָס פֿאַר זײ דרײַען, און אײן מאָס פֿאַר די טירזײַלן פֿון דער זײַט און פֿון דער אַנדער זײַט. 11און ער האָט אָפּגעמאָסטן די ברײט פֿון דעם טױעראײַנגאַנג, צען אײלן; די לענג פֿון טױער, דרײַצן אײלן. 12און אַן אַרומצאַם איז געװען פֿאַר די אַלקערס, אײן אײל פֿון דער זײַט, און אײן אײל אַרומצאַם פֿון דער אַנדער זײַט; און די אַלקערס זײַנען געװען זעקס אײלן פֿון דער זײַט, און זעקס אײלן פֿון דער אַנדער זײַט. 13און ער האָט אָפּגעמאָסטן דעם טױער, פֿון דעם דאַך פֿון אײן אַלקער צו דעם אַנטקעגנדיקן דאַך, פֿינף און צװאַנציק אײלן די ברײט; אַן עפֿענונג קעגן אַן עפֿענונג. 14און ער האָט געמאַכט די טירזײַלן זעכציק אײלן, ביז אױף די טירזײַלן פֿון הױף אין די טױערן רונד אַרום. 15און פֿון דער פֿאָדערזײַט פֿון דעם אײַנגאַנגטױער ביז דער פֿאָדערזײַט פֿון דעם אינעװײניקסטן פֿירהױז פֿון טױער איז געװען פֿופֿציק אײלן. 16און שמאָלע פֿענצטער זײַנען געװען אין די אַלקערס, און אין זײערע טירזײַלן, אינעװײניקצו צום טױער רונד אַרום, און אַזױ אין די געװעלבן; און פֿענצטער רונד אַרום אינעװײניקצו; און אױף די טירזײַלן טײטלבײמער.

17און ער האָט מיך געבראַכט אין דעם אױסנװײניקסטן הױף, ערשט דאָרטן זײַנען קאַמערן, און אַ פֿלאַסטערונג איז געמאַכט אין הױף רונד אַרום; דרײַסיק קאַמערן אױף דער פֿלאַסטערונג. 18און די פֿלאַסטערונג איז געװען בײַ דער זײַט פֿון די טױערן אַקעגן דער לענג פֿון די טױערן – די אונטערשטע פֿלאַסטערונג. 19און ער האָט אָפּגעמאָסטן די ברײט, פֿון פֿאַר דעם אונטערשטן טױער ביז פֿאַר דעם אינעװײניקסטן הױף פֿון אױסנװײניק, הונדערט אײלן, אין מזרח און אין צפֿון.

20אױך דעם טױער פֿון דעם אױסנװײניקסטן הױף װאָס זײַן פֿאָדערזײַט איז געװען צו צפֿון, האָט ער אױסגעמאָסטן, זײַן לענג און זײַן ברײט. 21און זײַנע אַלקערס זײַנען געװען דרײַ פֿון דער זײַט און דרײַ פֿון דער אַנדער זײַט; און זײַנע טירזײַלן און זײַנע געװעלבן אַזױ װי די מאָס פֿון דעם ערשטן טױער; פֿופֿציק אײלן זײַן לענג, און די ברײט פֿינף און צװאַנציק אײלן. 22און זײַנע פֿענצטער, און זײַנע געװעלבן, און זײַנע טײטלבײמער, אַזױ װי די מאָס פֿון דעם טױער װאָס זײַן פֿאָדערזײַט איז געװען צו מזרח; און אױף זיבן טרעפּ איז מען אַרױפֿגעגאַנגען אין אים; און זײַנע געװעלבן זײַנען געװען פֿאַר זײ. 23און אַ טױער צום אינעװײניקסטן הױף איז געװען קעגן טױער צו צפֿון, און צו מזרח; און ער האָט אָפּגעמאָסטן פֿון טױער צו טױער הונדערט אײלן.

24און ער האָט מיך געפֿירט צו דָרום, ערשט דאָרטן איז אַ טױער צו דָרום; און ער האָט אָפּגעמאָסטן זײַנע טירזײַלן און זײַנע געװעלבן אַזױ װי יענע מאָסן. 25און פֿענצטער זײַנען געװען אין אים, און אין זײַנע געװעלבן רונד אַרום, אַזױ װי יענע פֿענצטער; פֿופֿציק אײלן די לענג, און די ברײט פֿינף און צװאַנציק אײלן. 26און זיבן טרעפּ זײַנען געװען זײַן אַרױפֿגאַנג, און זײַנע געװעלבן זײַנען געװען פֿאַר זײ; און ער האָט געהאַט טײטלבײמער, אײנעם פֿון דער זײַט, און אײנעם פֿון דער אַנדער זײַט, אױף זײַנע טירזײַלן. 27און אַ טױער איז געװען צום אינעװײניקסטן הױף אַקעגן דָרום; און ער האָט אָפּגעמאָסטן פֿון טױער צו טױער אַקעגן דָרום הונדערט אײלן.

28און ער האָט מיך געבראַכט צום אינעװײניקסטן הױף דורך דעם טױער פֿון דָרום, און ער האָט אָפּגעמאָסטן דעם טױער פֿון דָרום אַזױ װי יענע מאָסן. 29און זײַנע אַלקערס, און זײַנע טירזײַלן, און זײַנע געװעלבן, זײַנען געװען אַזױ װי יענע מאָסן; און פֿענצטער זײַנען געװען אין אים, און אין זײַנע געװעלבן רונד אַרום; פֿופֿציק אײלן די לענג, און די ברײט פֿינף און צװאַנציק אײלן. 30און געװעלבן זײַנען געװען רונד אַרום; די לענג איז געװען פֿינף און צװאַנציק אײלן, און די ברײט פֿינף אײלן. 31און זײַנע געװעלבן זײַנען געװען צום אױסנװײניקסטן הױף צו, און טײטלבײמער זײַנען געװען אױף זײַנע טירזײַלן; און אַכט טרעפּ זײַנען געװען זײַן אַרױפֿגאַנג.

32און ער האָט מיך געבראַכט אין דעם אינעװײניקסטן הױף אַקעגן מזרח, און ער האָט אָפּגעמאָסטן דעם טױער אַזױ װי יענע מאָסן. 33און זײַנע אַלקערס, און זײַנע טירזײַלן, און זײַנע געװעלבן, זײַנען געװען אַזױ װי יענע מאָסן; און פֿענצטער זײַנען געװען אין אים, און אין זײַנע געװעלבן רונד אַרום; די לענג פֿופֿציק אײלן, און די ברײט פֿינף און צװאַנציק אײלן. 34און זײַנע געװעלבן זײַנען געװען צום אױסנװײניקסטן הױף צו, און טײטלבײמער זײַנען געװען אױף זײַנע טירזײַלן, פֿון דער זײַט און פֿון דער אַנדער זײַט; און אַכט טרעפּ זײַנען געװען זײַן אַרױפֿגאַנג.

35און ער האָט מיך געבראַכט צו דעם טױער פֿון צפֿון, און האָט אָפּגעמאָסטן אַזױ װי יענע מאָסן – 36זײַנע אַלקערס, און זײַנע טירזײַלן, און זײַנע געװעלבן; און פֿענצטער זײַנען געװען אין אים רונד אַרום; די לענג פֿופֿציק אײלן, און די ברײט פֿינף און צװאַנציק אײלן. 37און זײַנע טירזײַלן זײַנען געװען צום אױסנװײניקסטן הױף צו, און טײטלבײמער זײַנען געװען אױף זײַנע טירזײַלן, פֿון דער זײַט און פֿון דער אַנדער זײַט; און אַכט טרעפּ זײַנען געװען זײַן אַרױפֿגאַנג.

38און אַ קאַמער איז געװען, מיט איר אײַנגאַנג אין די טירזײַלן פֿון די טױערן; דאָרטן זאָל מען אָפּשװענקען דאָס בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}. 39און אין דעם פֿירהױז פֿון טױער זײַנען געװען צװײ טישן פֿון דער זײַט, און צװײ טישן פֿון דער אַנדער זײַט, צו שעכטן אױף זײ דאָס בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, און דאָס זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}, און דאָס שולדאָפּפֿער {אָשָׁם}.[1] 40און אױף אײן זײַט פֿון דרױסן, װי מע גײט אַרױף צום אײַנגאַנג פֿון צפֿון-טױער, זײַנען געװען צװײ טישן, און אױף דער אַנדער זײַט פֿון דעם פֿירהױז װאָס צום טױער צװײ טישן. 41פֿיר טישן פֿון דער זײַט, און פֿיר טישן פֿון דער אַנדער זײַט, בײַן זײַט פֿון טױער – אַכט טישן װאָס אױף זײ זאָל מען שעכטן. 42און פֿיר טישן פֿאַרן בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, פֿון געהאַקטע שטײנער, די לענג אַן אײל און אַ האַלב, און די ברײט אַן אײל און אַ האַלב, און די הײך אַן אײל, װאָס אױף זײ זאָל מען אַװעקלײגן די כּלים װאָס מע שעכט מיט זײ דאָס בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} און דאָס שלאַכטאָפּפֿער. 43און האָקן פֿון אײן האַנטברײט זײַנען געװען באַפֿעסטיקט אינעװײניק רונד אַרום; און אױף די טישן האָט געזאָלט זײַן דאָס פֿלײש פֿון דעם קָרבָּן.

44און דרױסן פֿון דעם אינעװײניקסטן טױער זײַנען געװען קאַמערן פֿאַר די זינגערס אין דעם אינעװײניקסטן הױף װאָס בײַן זײַט פֿון צפֿון-טױער, און זײער פֿאָדערזײַט איז געװען צו דָרום; אײנע בײַן זײַט פֿון מזרח-טױער מיט דער פֿאָדערזײַט צו צפֿון. 45און ער האָט צו מיר געזאָגט: די דאָזיקע קאַמער װאָס איר פֿאָדערזײַט איז צו דָרום, איז פֿאַר די כּהנים װאָס היטן די היטונג פֿון הױז. 46און די קאַמער װאָס איר פֿאָדערזײַט איז צו צפֿון, איז פֿאַר די כּהנים, װאָס היטן די היטונג פֿון מזבח; דאָס זײַנען די קינדער פֿון צָדוֹק, די פֿון די קינדער פֿון לֵוִי װאָס גענענען צו ה׳, אים צו דינען.

47און ער האָט אױסגעמאָסטן דעם הױף, די לענג הונדערט אײלן, און די ברײט הונדערט אײלן, פֿירעקעכדיק; און דער מזבח איז געװען פֿאַרן הױז.

48און ער האָט מיך געבראַכט צום פּאָליש פֿון דעם הױז, און האָט אָפּגעמאָסטן די טירזײַלן פֿון דעם פּאָליש, פֿינף אײלן דער זײַט, און פֿינף אײלן פֿון דער אַנדער זײַט; און די ברײט פֿון דעם טױער, דרײַ אײלן פֿון דער זײַט, און דרײַ אײלן פֿון דער אַנדער זײַט. 49די לענג פֿון דעם פּאָליש צװאַנציק אײלן, און די ברײט עלף אײלן; און מיט טרעפּ איז מען אַרױפֿגעגאַנגען צו אים; און זײַלן זײַנען געװען לעבן די טירזײַלן, אײנער פֿון דער זײַט, און אײנער פֿון דער אַנדער זײַט.

Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Ezekiel 39Ezekiel 41 ►