AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › 2 Chronicles 3
◄ 2 Chronicles 2
2 Chronicles 3
דִבֿרֵי הַיָמִים ב 3
2 Chronicles 4 ►

1און שלמה האָט אָנגעהױבן בױען דאָס הױז פֿון ה׳ אין ירושָלַיִם אױפֿן באַרג מוֹרִיָה װאָס איז אױסגעקליבן געװאָרן פֿון זײַן פֿאָטער דָוִדן, אין דעם אָרט פֿון דָוִדן װוּ ער האָט צוגעגרײט, אין דעם דרעש-שײַער פֿון אָרנָן דעם יבֿוסי. 2און ער האָט אָנגעהױבן בױען אין צװײטן חודש, אין צװײטן טאָג, אין פֿירטן יאָר פֿון זײַן מלוכה.

3און דאָס זײַנען די גרונטפֿעסטן װאָס זײַנען געלײגט געװאָרן פֿון שלמהן בײַם בױען דאָס הױז פֿון אלֹקים: די לענג אין אײלן לױט דער פֿריערדיקער מאָס זעכציק אײלן, און די ברײט צװאַנציק אײלן.

4און דער פּאָליש װאָס פֿאָרנט – די לענג, פֿאַר ברײט פֿון דעם הױז, איז געװען צװאַנציק אײלן, און די הײך הונדערט און צװאַנציק; און ער האָט עס איבערגעצױגן פֿון אינעװײניק מיט רײנעם גאָלד. 5און דאָס גרױסע הױז האָט ער באַדעקט מיט ציפּרעסהאָלץ, און האָט עס באַלײגט מיט גוטן גאָלד, און אױסגעאַרבעט דערױף טײטלבײמער און קײטלעך. 6און ער האָט באַזעצט דאָס הױז מיט טײַערע שטײנער פֿון שײנקײט װעגן, און דאָס גאָלד איז געװען גאָלד פֿון פַּרוָיִם. 7און ער האָט באַדעקט דאָס הױז, די באַלקנס, די שװעלן, און זײַנע װענט, און זײַנע טירן, מיט גאָלד, און אױסגעקריצט כּרובֿים אױף די װענט.

8און ער האָט געמאַכט דאָס הױז פֿון דעם קָדשֵי-קָדשים; זײַן לענג, פֿאַר ברײט פֿון דעם הױז, צװאַנציק אײלן; און זײַן ברײט צװאַנציק אײלן; און ער האָט עס באַדעקט מיט גוטן גאָלד, זעקס הונדערט צענטנער. 9און די װאָג פֿון די נעגל איז געװען פֿופֿציק שֶקל גאָלד. און די אײבערקאַמערן האָט ער באַדעקט מיט גאָלד.

10און ער האָט געמאַכט אין דעם הױז פֿון קָדשֵי-קָדשים צװײ כּרובֿים פֿון בילדערװערק, און מע האָט זײ איבערגעצױגן מיט גאָלד. 11און די פֿליגלען פֿון די כּרובֿים, זײער לענג איז געװען צװאַנציק אײלן: אַ פֿליגל פֿון אײנעם, פֿון פֿינף אײלן, גרײכנדיק ביז דער װאַנט פֿון הױז, און דער אַנדער פֿליגל פֿון פֿינף אײלן גרײכנדיק ביזן פֿליגל פֿון דעם אַנדער כּרובֿ. 12און אַ פֿליגל פֿון דעם אַנדער כּרובֿ, פֿון פֿינף אײלן, האָט אָנגערירט די װאַנט פֿון הױז, און דער אַנדער פֿליגל פֿון פֿינף אײלן איז געװען באַהעפֿט צו דעם פֿליגל פֿון דעם אַנדער כּרובֿ. 13די פֿליגלען פֿון די דאָזיקע כּרובֿים פֿונאַנדערגעשפּרײטערהײט זײַנען געװען צװאַנציק אײלן; און זײ זײַנען געשטאַנען אױף זײערע פֿיס, מיט זײערע פּנימער אינעװײניק צו.

14און ער האָט געמאַכט דעם פָּרוֹכֶת פֿון בלאָער װאָל, און פּורפּל, און קאַרמין, און פֿײַנלײַנען; און ער האָט אױסגעאַרבעט דערױף כּרובֿים.

15און ער האָט געמאַכט פֿאַרן הױז צװײ זײַלן, פֿינף און דרײַסיק אײלן די הײך; און די קרױן װאָס אױף זײערע קעפּ, פֿינף אײלן.

16און ער האָט געמאַכט קײטן אין דבֿיר, און אַרױפֿגעטאָן אױף די קעפּ פֿון די זײַלן; און ער האָט געמאַכט הונדערט מילגרױמען און אַרײַנגעטאָן אין די קײטן.

17און ער האָט אױפֿגעשטעלט די זײַלן פֿאַר דעם הֵיכל, אײנעם פֿון דער רעכטער זײַט, און אײנעם פֿון דער לינקער זײַט; און ער האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון דעם רעכטן יָכין, און דעם נאָמען פֿון דעם לינקן בוֹעַז.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ 2 Chronicles 22 Chronicles 4 ►