AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › 2 Chronicles 4
◄ 2 Chronicles 3
2 Chronicles 4
דִבֿרֵי הַיָמִים ב 4
2 Chronicles 5 ►

1און ער האָט געמאַכט אַ קופּערנעם מזבח; צװאַנציק אײלן זײַן לענג, און צװאַנציק אײלן זײַן ברײט, און צען אײלן זײַן הײך.

2און ער האָט געמאַכט דעם ים אַ געגאָסענעם, צען אײלן פֿון ראַנד צו ראַנד, קײַלעכדיק רונד אַרום, און פֿינף אײלן די הײך; און אַ שנור פֿון דרײַסיק אײלן האָט אים אַרומגערינגלט רונד אַרום. 3און אונטער אים איז געװען די געשטאַלט פֿון רינדער װאָס האָבן אים אַרומגערינגלט רונד אַרום, צען אײלן, אַרומצירקלענדיק דעם ים רונד אַרום. אין צװײ צײלן זײַנען געװען די רינדער, אױסגעגאָסן אין אײן גוס מיט אים. 4ער איז געשטאַנען אױף צװעלף רינדער, דרײַ געקערט צו צפֿון, און דרײַ געקערט צו מערבֿ, און דרײַ געקערט צו דָרום, און דרײַ געקערט צו מזרח; און דער ים איז געװען איבער זײ פֿון אױבן; און אַלע זײערע הינטערלײַבער זײַנען געװען אינעװײניק צו. 5און זײַן גרעב איז געװען אַ האַנטברײט; און זײַן ראַנד איז געװען אַזױ װי די אַרבעט פֿון דעם ראַנד פֿון אַ בעכער, װי אַ בלום פֿון אַ ליליע; דרײַ טױזנט בַת האָט ער געהאַלטן.

6און ער האָט געמאַכט צען האַנטפֿאַסן, און אַװעקגעשטעלט פֿינף פֿון דער רעכטער זײַט, און פֿינף פֿון דער לינקער זײַט, אױף צו װאַשן דרינען; די זאַכן פֿון בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} פֿלעגט מען אָפּשװענקען אין זײ; אָבער דער ים איז געװען פֿאַר די כּהנים זיך צו װאַשן דרינען.

7און ער האָט געמאַכט צען גילדערנע מנוֹרות לױט זײער דין, און אַרײַנגעשטעלט אין הֵיכל, פֿינף פֿון דער רעכטער זײַט, און פֿינף פֿון דער לינקער זײַט.

8און ער האָט געמאַכט צען טישן, און אַװעקגעשטעלט אין הֵיכל, פֿינף פֿון דער רעכטער זײַט, און פֿינף פֿון דער לינקער זײַט. און ער האָט געמאַכט הונדערט גילדערנע שפּרענגבעקנס.

9און ער האָט געמאַכט דעם הױף פֿון די כּהנים, און דעם גרױסן פֿאָרהױף, און די טירן צו דעם פֿאָרהױף; און ער האָט איבערגעצױגן זײערע טירן מיט קופּער.

10און דעם ים האָט ער אַװעקגעשטעלט פֿון דער רעכטער זײַט צו מזרח, אַקעגן דָרום.

11און חורָם האָט געמאַכט די טעפּ, און די שופֿלען, און די שפּרענגבעקנס. אַזױ האָט חורָם געענדיקט מאַכן די אַרבעט װאָס ער האָט געהאַט צו מאַכן פֿאַר דעם מלך שלמה אין דעם הױז פֿון אלֹקים: 12די צװײ זײַלן, און די בעקנס, די צװײ בעקנס פֿון די קרױנען װאָס אױף די קעפּ פֿון די זײַלן; און די צװײ נעצן צו באַדעקן די בעקנס פֿון די קרױנען װאָס אױף די קעפּ פֿון די זײַלן; 13און די פֿיר הונדערט מילגרױמען פֿאַר די צװײ נעצן, צװײ צײלן מילגרױמען פֿאַר איטלעכער נעץ, צו באַדעקן די צװײ בעקנס פֿון די קרױנען װאָס איבער די זײַלן.

14און ער האָט געמאַכט די געשטעלן, און געמאַכט די האַנטפֿאַסן אױף די געשטעלן; 15דעם אײן ים, און די צװעלף רינדער אונטער אים; 16און די טעפּ, און די שופֿלען, און די גאָפּלען, און אַלע זײערע כּלים, האָט חורָם זײַן הױפּטמײנסטער געמאַכט פֿאַר דעם מלך שלמה פֿאַר ה׳ס הױז, פֿון בלאַנקן קופּער. 17אין דער געגנט פֿון יַרדן האָט זײ דער מלך אױסגעגאָסן, אין געדיכטער ערד, צװישן סוכּוֹת און צװישן צרֵדָה. 18און שלמה האָט געמאַכט פֿון אַלע די דאָזיקע כּלים זײער פֿיל, װײַל די װאָג פֿון דעם קופּער איז נישט געװען צו באַרעכענען.

19און שלמה האָט געמאַכט אַלע כּלים װאָס אין דעם הױז פֿון אלֹקים, און דעם גילדערנעם מזבח, און די טישן װאָס אױף זײ איז דאָס ברױט פֿון אָנגעזיכט {לחם הפּנים}; 20און די מנוֹרות מיט זײערע רערלעך, כּדי זײ זאָלן ברענען אַזױ װי דער דין פֿאַרן דבֿיר – פֿון עכטן גאָלד; 21און די בלומען, און די רערלעך, און די צװענגלעך, פֿון גאָלד, און דאָס פֿון בעסטן גאָלד; 22און די שנײַצמעסערס, און די שפּרענגבעקנס, און די שאָלן, און די פֿײַערפֿאַנען, פֿון עכטן גאָלד; און דער אײַנגאַנג פֿון הױז, זײַנע אינעװײניקסטע טירן צום קָדשֵי-קָדשים, און די טירן פֿון הױז צום הֵיכל, פֿון גאָלד.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ 2 Chronicles 32 Chronicles 5 ►