1און די גאַנצע אַרבעט װאָס שלמה האָט געמאַכט פֿאַר ה׳ס הױז איז געענדיקט געװאָרן. און שלמה האָט געבראַכט די געהײליקטע זאַכן פֿון זײַן פֿאָטער דָוִדן, און האָט דאָס זילבער, און דאָס גאָלד, און אַלע כּלים אַרײַנגעגעבן אין די שאַצקאַמערן פֿון הױז פֿון אלֹקים.
2דענצמאָל האָט שלמה אײַנגעזאַמלט די עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל, און אַלע הױפּטן פֿון די שבֿטים, די פֿירשטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, קײן ירושָלַיִם, כּדי אַרױפֿצוברענגען דעם אָרון פֿון ה׳ס ברית פֿון דָוִדס-שטאָט, דאָס איז צִיוֹן. 3און אַלע מענער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן זיך אײַנגעזאַמלט צום מלך אין דעם יוֹם-טובֿ, דאָס איז אין זיבעטן חודש. 4און אַלע עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען געקומען, און די לוִיִים האָבן געטראָגן דעם אָרון. 5און זײ האָבן אַרױפֿגעבראַכט דעם אָרון, און דעם אוֹהל-מוֹעד, און אַלע הײליקע כּלים װאָס אין געצעלט – די כּהנים און די לוִיִים האָבן זײ אַרױפֿגעבראַכט. 6און דער מלך שלמה און די גאַנצע עדה פֿון יִשׂרָאֵל װאָס זײַנען געװען אײַנגעזאַמלט אַרום אים פֿאַר דעם אָרון, האָבן געשלאַכט שאָף און רינדער, װאָס האָבן נישט געקענט געצײלט װערן און נישט באַרעכנט װערן פֿון פֿילקײט. 7און די כּהנים האָבן אַרײַנגעבראַכט דעם אָרון פֿון ה׳ס ברית אױף זײַן אָרט, אין דעם דבֿיר פֿון הױז, אין קָדשֵי-קָדשים, אונטער די פֿליגלען פֿון די כּרובֿים.
8װאָרעם די כּרובֿים האָבן אױסגעשפּרײט זײערע פֿליגלען איבער דעם אָרט פֿון אָרון, און די כּרובֿים האָבן איבערגעדעקט דעם אָרון און זײַנע שטאַנגען פֿון אױבן. 9און די שטאַנגען זײַנען געװען אַזױ לאַנג, אַז די שפּיצן פֿון די שטאַנגען אַרױס פֿון אָרון זײַנען געזען געװאָרן פֿאַרן דבֿיר, אָבער זײ זײַנען נישט געזען געװאָרן װײַטער אַרױס. און ער איז דאָרטן געבליבן ביז אױף הײַנטיקן טאָג.
10גאָרנישט איז אין אָרון געװען, נאָר די צװײ לוחות װאָס משה האָט אַרײַנגעטאָן אין חוֹרֵבֿ, בעת ה׳ האָט געשלאָסן {כרת}[1] אַ ברית מיט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װען זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם.
11און עס איז געװען, װי די כּהנים זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון הײליקטום – װאָרעם אַלע כּהנים װאָס האָבן זיך דאָרטן געפֿונען, האָבן זיך געהאַט געהײליקט, נישט אַכטנדיק אױף די אָפּטײלונגען; 12און די לוִיִים די זינגערס, זײ אַלע, אָסָף, הֵימָן, און ידותון, און זײערע זין און זײערע ברידער, אָנגעטאָן אין פֿײַנלײַנען, מיט צימבלען, און מיט גיטאַרן, און האַרפֿן, זײַנען געשטאַנען אין מזרח פֿון מזבח, און מיט זײ הונדערט און צװאַנציק כּהנים טרומײטערנדיק אױף טרומײטן – 13איז, װי די טרומײטערערס און די זינגערס האָבן אין אײנעם אַרױסגעלאָזט אײן קֹול צו לױבן און צו דאַנקען ה׳, און װי זײ האָבן אױפֿגעהױבן דעם קֹול מיט טרומײטן, און מיט צימבלען, און מיט כּלֵי-זֶמֶר, און געלױבט ה׳: װאָרעם ער איז גוט, װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד, אַזױ איז פֿול געװאָרן דאָס הױז מיט אַ װאָלקן – דאָס הױז פֿון ה׳. 14און די כּהנים האָבן נישט געקענט זיך שטעלן טאָן דעם דינסט פֿון װעגן דעם װאָלקן, װאָרעם די פּראַכט פֿון ה׳ האָט אָנגעפֿילט דאָס הױז פֿון האלֹקים.[2]