1און עס איז געװען אין די טעג פֿון אָחָז דעם זון פֿון יוֹתָם דעם זון פֿון עוּזִיָהון, דעם מלך פֿון יהוּדה, איז רצין דער מלך פֿון אַרָם, און פֶּקַח דער זון פֿון רמַליָהון, דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל, אַרױפֿגעגאַנגען אױף ירושָלַיִם, אין מלחמה אױף איר, אָבער זײ האָבן זי נישט געקענט בײַקומען. 2און עס איז אָנגעזאָגט געװאָרן אין הױז פֿון דָוִד, אַזױ צו זאָגן: אַרָם לאַגערט אין אײנעם מיט אפֿרים. און זײַן האַרץ און דאָס האַרץ פֿון זײַן פֿאָלק האָט זיך געטרײסלט, אַזױ װי עס טרײסלען זיך די בײמער פֿון װאַלד פֿאַרן װינט.
3האָט ה׳ געזאָגט צו ישַעיָהון: גײ אַקאָרשט אַרױס אַנטקעגן אָחָזן, דו און דײַן זון שאָר-יָשובֿ, בײַם ברעג גראָבן פֿון דעם אױבערשטן טײַך, אױף דעם װעג פֿון װעשערפֿעלד, 4און זאָלסט זאָגן צו אים: זײַ געזעצט און רויִק, זאָלסט נישט מורא האָבן, און דײַן האַרץ זאָל נישט שלאַף װערן, פֿאַר די דאָזיקע צװײ רײכערדיקע עקן פֿײַערהעלצער; איבער דעם גרימצאָרן פֿון רצין און אַרָם, און דעם זון פֿון רמַליָהון. 5װײַל אַרָם האָט באַראָטן אױף דיר בײז, אפֿרים און דער זון פֿון רמַליָהון, אַזױ צו זאָגן: 6לאָמיר אַרױפֿגײן אױף יהוּדה און זי אײַנשרעקן – און לאָמיר זי אײַנברעכן פֿאַר אונדז, און לאָמיר מאַכן פֿאַר אַ מלך אין איר דעם זון פֿון טָבֿאֵלן –
10און ה׳ האָט װידער גערעדט צו אָחָזן, אַזױ צו זאָגן: 11בעט דיר אַ צײכן פֿון ה׳ דײַן ג-ט; בעט פֿון דער טיפֿעניש {שְׁאֹול}, אָדער פֿון אױבן אין דער הײך. 12האָט אָחָז געזאָגט: איך װעל נישט בעטן, און נישט פּרוּװן ה׳. 13האָט ער געזאָגט: הערט אַקאָרשט, איר הױז פֿון דָוִד: איז אײַך װינציק מיד צו מאַכן מענטשן, אַז איר װילט אױך מײַן ג-ט מיד מאַכן? 14דערום װעט אֲדֹנָי אַלײן אײַך געבן אַ צײכן: אָט װערט די עלמה יונגפֿרױ בתולה טראָגעדיק, און זי געבערט אַ זון,[3] און װעט רופֿן זײַן נאָמען עִמָנוּאֵל.[4] 15שמאַנט און האָניק װעט ער עסן, װען ער װעט װיסן פֿײַנט צו האָבן שלעכטס, און אױסצוקלײַבן גוטס. – 16יאָ, נאָך אײדער דער ייִנגל װעט װיסן פֿײַנט צו האָבן שלעכטס, און אױסצוקלײַבן גוטס, װעט פֿאַרלאָזן װערן די ערד װאָס דו שרעקסט זיך פֿאַר אירע צװײ מלכים. – 17ה׳ װעט ברענגען אױף דיר, און אױף דײַן פֿאָלק, און אױף דײַן פֿאָטערס הױז, טעג װאָס זײַנען נישט געװען פֿון דעם טאָג װאָס אפֿרים האָט זיך אָפּגעקערט פֿון יהוּדה – דעם מלך פֿון אשור.
18און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעט ה׳ אַ שמוצער טאָן צו דער פֿליג װאָס אין עק טײַכן פֿון מִצרַיִם, און צו דער בין װאָס אין לאַנד אשור. 19און זײ װעלן קומען, און װעלן אַלע רוען אין די װיסטע טאָלן און אין די שפּאַלטן פֿון פֿעלדזן, און אין אַלע דערנער און אין אַלע װילדע בײמלעך.
20אין יענעם טאָג װעט אֲדֹנָי אָפּגאָלן מיט דעם גאָלמעסער געדונגען אױף יענער זײַט טײַך – מיט דעם מלך פֿון אשור, דעם קאָפּ און די האָר פֿון די פֿיס, און אױך די באָרד װעט עס אַראָפּנעמען.
21און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, אַז אַ מאַן װעט אױפֿהאָדעװען אַ יונגע קו און צװײ שאָף, 22איז, פֿון פֿיל מילך װאָס זײ װעלן געבן, װעט ער עסן שמאַנט; װאָרעם שמאַנט און האָניק װעט עסן איטלעכער װאָס איז געבליבן אין לאַנד.
23און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, איז, איטלעכער אָרט װוּ עס זײַנען דאָ טױזנט װײַנשטאָקן װערט טױזנט זילבערשטיק, װעט פֿאַר דערנער און פֿאַר װילדגעװעקס זײַן. 24מיט פֿײַלן און מיט בױגן װעט מען קומען אַהין, װאָרעם דערנער און װילדגעװעקס װעט זײַן דאָס גאַנצע לאַנד. 25און אַלע בערג װאָס װערן מיט אַ גראָבאײַזן געגראָבן, װעסטו אַהין נישט קומען אױס מורא פֿאַר דערנער און װילדגעװעקס, נאָר עס װעט זײַן פֿאַר אָקסן אַרױסצולאָזן, און פֿאַר שאָף[5] צום טרעטן.
1דאס בוך פונם שטאמבוים פון יהושע/ישוע המשיחן, דעם זון פון דוד, דעם זון פון אברהם. 2אברהם האט געבוירן יצחקן, און יצחק האט געבוירן יעקבן, און יעקב האט געבוירן יהודהן און זיינע ברידער. 3און יהודה האט געבוירן פרצן און זרחן פון תמר. און פרץ האט געבוירן חצרון, און חצרון האט געבוירן רם. 4און רם האט געבוירן עמינדבן, און עמינדב האט געבוירן נחשון, און נחשון האט געבוירן שלמון, 5און שלמון האט געבוירן בועזן פון רחב, און בועז האט געבוירן עובדן פון רות, און עובד האט געבוירן ישי, 6און ישי האט געבוירן דוד המלך.
און דוד האט געבוירן שלמהן פון אוריהס ווייב, 7און שלמה האט געבוירן רחבעם, און רחבעם האט געבוירן אביה, און אביה האט געבוירן אסא, 8און אסא האט געבוירן יהושפטן, און יהושפט האט געבוירן יורם, און יורם האט געבוירן עזיהו, 9און עזיהו האט געבוירן יותם, און יותם האט געבוירן אחזן, און אחז האט געבוירן יחזקיהון, 10און יחזקיהו האט געבוירן מנשהן, און מנשה האט געבוירן אמון, און אמון האט געבוירן יאשיהו, 11און יאשיהו האט געבוירן יכניהו און זיינע ברידער, צו דער צייט פונם גלות בבל.
12און נאך דער פארטרייבונג קיין בבל האט יכניהו געבוירן שאלתיאלן, און שאלתיאל האט געבוירן זרובבלען, 13און זרובבל האט געבוירן אביהודן, און אביהוד האט געבוירן אליקים, און אליקים האט געבוירן עזורן, 14און עזור האט געבוירן צדוקן, און צדוק האט געבוירן יכין, און יכין האט געבוירן אליהודן, 15און אליהוד האט געבוירן אלעזרן, און אלעזר האט געבוירן מתן, און מתן האט געבוירן יעקבן, 16און יעקב האט געבוירן יוספן, דעם מאן פון מרים, פון וועלכער עס איז געבוירן געווארן יהושע/ישוע, וואס ווערט גערופן משיח.
17און אזוי זענען אלע דורות פון אברהם ביז דוד פערצן דורות; און פון דוד ביז צום גלות בבל פערצן דורות; און פונם גלות בבל ביז צו דעם משיח פערצן דורות.
18און די געבורט פון יהושע/ישוע המשיחן איז פארגעקומען אויף אזא אופן: ווען זיין מוטער מרים איז געווען פארקנסט צו יוספן, איידער זיי זענען זיך צוזאמענגעקומען, איז זי געפונען געווארן מעוברת פונם רוח הקודש. 19יוסף, איר מאן, איז אבער געווען א צדיק, און האט איר נישט געוואלט אנטון קיין חרפה, האט ער בדעה געהאט, שטילערהייט מיט איר זיך פאנאנדערצוגיין. 20און טראכטנדיק אזוי וועגן דעם, זע, א מלאך פון דעם האר (ה׳) האט זיך באוויזן צו אים אין א חלום, אזוי צו זאגן: יוסף בן דוד, פארכט דיך נישט צו נעמען מרים, דיין ווייב; מחמת דאס, וואס איז אין איר געשאפן געווארן, איז פונם רוח הקודש. 21און זי וועט געבוירן א זון, און דו זאלסט רופן זיין נאמען יהושע/ישוע; מחמת ער וועט ראטעווען זיין פאלק פון זייערע זינד. 22און דאס אלץ איז געשען, כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס עס איז געזאגט געווארן פון דעם האר (ה׳) דורך דעם נביא, אזוי צו זאגן:
וואס דער טייטש דערפון איז: ה׳ מיט אונדז. 24און ווען יוסף איז אויפגעשטאנען פון שלאף, האט ער געטאן, ווי דער מלאך פון דעם האר (ג‑ט) האט אים באפוילן, און ער האט גענומען צו זיך זיין ווייב; 25און האט זיך מיט איר נישט באהאפטן, ביז זי האט געבוירן א זון, און ער האט גערופן זיין נאמען יהושע/ישוע.