1און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט: נעם דיר אַ גרױסן טאָװל, און שרײַב אָן דערױף מיטן שריפֿט פֿון פֿאָלק: מַהֵר-שָלָל-חָש-בַז {דער זאַקרױב אײַלט, דער רױב קומט גיך}. 2און איך זאָל מיר שטעלן באַגלױבטע עדות, אוּרִיה דעם כּהן, און זכַריָהו דעם זון פֿון יבֶרֶכיָהון.
3און איך האָב גענענט צו דער נבֿיאה, און זי איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן אַ זון. און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט: רוף זײַן נאָמען: מַהֵר-שָלָל-חָש-בַז {דער זאַקרױב אײַלט, דער רױב קומט גיך}. 4װאָרעם אײדער דער ייִנגל װעט װיסן צו רופֿן טאַטע און מאַמע, װעט מען אַװעקטראָגן דעם פֿאַרמעג פֿון דַמֶשֶׂק, און דעם זאַקרױב פֿון שוֹמרוֹן, פֿאַרױס פֿאַר דעם מלך פֿון אשור.
5און ה׳ האָט נאָך װידער צו מיר גערעדט, אַזױ צו זאָגן:
11װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צו מיר מיט אַ שטאַרקער האַנט, און ער האָט מיך געװאָרנט, נישט צו גײן אין װעג פֿון דעם דאָזיקן פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: 12איר זאָלט נישט זאָגן בונט אױף אַלץ װאָס דאָס דאָזיקע פֿאָלק זאָגט בונט, און זײַן מורא זאָלט איר נישט מורא האָבן, און נישט פֿאָרכטן. 13ה׳ צבָֿאוֹת, אים זאָלט איר הײליקן, און ער זאָל זײַן אײַער מורא, און ער אײַער פֿאָרכט. 14און ער װעט זײַן פֿאַר אַ מִקדָש, אָבער אױך פֿאַר אַ שטײן פֿון אָנשטױסונג, און פֿאַר אַ פֿעלדז פֿון שטרױכלונג, פֿאַר בײדע הײַזער פֿון יִשׂרָאֵל; פֿאַר אַ נעץ און פֿאַר אַ פּאַסטקע פֿאַר דעם באַװױנער פֿון ירושָלַיִם.[1] 15און פֿיל צװישן זײ װעלן געשטרױכלט װערן, און פֿאַלן און צעבראָכן װערן, און געפֿאַנגען און באַצװוּנגען װערן.
16פֿאַרבינדן די װאָרעניש, פֿאַרחתמען די לערנונג צװישן מײַנע לערנערס! 17און איך װעל האָפֿן אױף ה׳ װאָס פֿאַרבאָרגט זײַן פּנים פֿון דעם הױז פֿון יעקבֿ, און װעל האָפֿן צו אים. 18אָט בין איך און די קינדער װאָס ה׳ האָט מיר געגעבן, פֿאַר סימנים און פֿאַר צײכנס אין יִשׂרָאֵל פֿון ה׳ צבָֿאוֹת װאָס רוט אױף באַרג צִיוֹן.
19און אַז זײ װעלן זאָגן צו אײַך: פֿרעגט בײַ די גײַסטער און בײַ די רוחות װאָס פּיפּסן און װאָס מורמלען, זאָלט איר זאָגן: דאַרף נישט אַ פֿאָלק פֿרעגן בײַ זײַן ג-ט? צו װאָס פֿרעגן פֿאַר די לעבעדיקע בײַ די טױטע? 20צו דער תּורה און צו דעם עדות, װען זײ זאָגן נישט אַזױ װי דאָס דאָזיקע װאָרט, אַזױ איז עס װײַל זײ האָט נישט קײן מאָרגן ליכט. 21און דורכגײן װעט דורך דאַנען אַ געדריקטער און אַ הונגעריקער; און עס װעט זײַן, אַז ער װעט הונגערן, װעט ער צערענען, און װעט שילטן זײַן מלך און זײַן ג-ט; און ער װעט זיך קערן צו דער הײך, 22און װעט קוקן צו דער ערד, ערשט נױט און פֿינצטערניש, אַנגסטיקע טונקלעניש, און חושכניש אױסגעשפּרײט.
23 װאָרעם עס בלײַבט נישט פֿינצטער, װוּ עס איז איצט יסורים: אין ערשטן מאָל האָט ער געבראַכט דאָס לאַנד זבֿולון און דאָס לאַנד נַפֿתָּלי אין חרפּה, און אין דעם לעצטן ברענגט ער כּבֿוד דעם װעג בײַם ים, פֿון דער אַנדער זײַט יַרדן, דעם גָליל פֿון די גוֹיִם.