AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Isaiah 29
◄ Isaiah 28
Isaiah 29
יְשַעְיָה 29
Isaiah 30 ►
1װײ, אַריאֵל, אַריאֵל, שטאָט װוּ דָוִד האָט גערוט!
מערט אַ יאָר אױף אַ יאָר,
זאָלן די יוֹם-טובֿים זיך אַרומדרײען,
2און איך װעל דריקן אַריאֵל,
און עס װעט זײַן אַ קלאָג און אַ קלאָגעניש,
און ער װעט מיר זײַן אַזױ װי אַן אַריאֵל.
3און איך װעל לאַגערן אַרום דיר װי אַ ראָד,
און װעל דיך באַלעגערן מיט אַן ערדװאַל,
און אױפֿשטעלן אױף דיר באַלעגערװערק.
4און נידעריק פֿון דער ערד װעסטו רעדן,
און טיף פֿון שטױב װעט קומען דײַן װאָרט;
און װי אַ גײַסט פֿון דער ערד װעט זײַן דײַן קֹול,
און פֿון שטױב װעט פּיפּסן דײַן װאָרט.
5אָבער די דינע שטױב װעט װערן דער המון פֿון דײַנע פֿײַנט,
און װי שפּרײ װאָס פֿאַרגײט דער המון פֿון די מאַכטיקע;
און פּלוצים-פּלוצלינג װעט עס געשען.
6פֿון ה׳ צבָֿאוֹת װעט קומען די שטראָף,
מיט דונער און מיט ערדציטערניש און גרױס געפּילדער,
שטורעם און געװיטער און פֿלאַמפֿײַער װאָס פֿאַרצערט.
7און אַזױ װי אַ חלום, אַ זעונג פֿון דער נאַכט,
װעט זײַן דער המון פֿון אַלע פֿעלקער
װאָס האַלטן מלחמה אױף אַריאֵל –
אי אַלע װאָס האַלטן מלחמה אױף איר,
אי די באַלעגערפֿעסטונג אַרום איר,
אי די װאָס דריקן זי.
8און עס װעט זײַן:
אַזױ װי אַ הונגעריקן חלומט זיך, ערשט ער עסט,
און ער כאַפּט זיך אױף, און זײַן לײַב איז לײדיק,
און אַזױ װי אַ דאָרשטיקן חלומט זיך, ערשט ער טרינקט,
און ער כאַפּט זיך אױף, ערשט ער איז שלאַף,
און זײַן זעל איז פֿאַרשמאַכט,
אַזױ װעט זײַן דער המון פֿון אַלע פֿעלקער,
װאָס האַלטן מלחמה אױף באַרג צִיוֹן.
9פֿאַרדולט אײַך און זײַט צעדולט!
פֿאַרבלענדט אײַך און זײַט בלינד!
איר װאָס זײַט שכּור און נישט פֿון װײַן,
װאָס שאָקלט זיך און נישט פֿון טרונק.
10װאָרעם ה׳ האָט אױסגעגאָסן אױף אײַך
אַ גײַסט פֿון הינערפּלעט,
און האָט צוגעמאַכט אײַערע אױגן, די נבֿיאים,
און אײַערע קעפּ, די זעערס, האָט ער פֿאַרדעקט.

11און די זעונג פֿון אַלץ דינג איז פֿאַר אײַך אַזױ װי װערטער פֿון אַ פֿאַרחתמעטן געשריפֿטס, װאָס אַז מע גיט עס צו דעם װאָס קען געשריפֿטס, אַזױ צו זאָגן: לײען דאָס, איך בעט דיך, זאָגט ער: איך קען נישט, װאָרעם עס איז פֿאַרחתמעט. 12און אַז דאָס געשריפֿטס װערט געגעבן צו דעם װאָס קען נישט קײן געשריפֿטס, אַזױ צו זאָגן: לײען דאָס, איך בעט דיך, זאָגט ער: איך קען נישט קײן געשריפֿטס.

13און אֲדֹנָי האָט געזאָגט:
װײַל דאָס דאָזיקע פֿאָלק האָט גענענט מיט זײַן מױל,
און מיט זײַנע ליפּן מיך געערלעכט,
אָבער זײַן האַרץ האָט ער דערװײַטערט פֿון מיר,
און זײער מורא פֿאַר מיר
איז װי אַן אײַנגעלערנט געבאָט פֿון מענטשן,
14דערום זע, איך טו נאָך מער פֿאַרװוּנדערן דאָס דאָזיקע פֿאָלק,
װוּנדערלעך פֿאַרװוּנדערן;
און פֿאַרלאָרן װערן װעט די חכמה פֿון זײַנע חכמים,
און די פֿאַרשטאַנדיקײט פֿון זײַנע פֿאַרשטאַנדיקע װעט פֿאַרהױלן װערן.[1]
15װײ, די װאָס פֿאַרהױלן טיף זײער באַראָט פֿון ה׳,
און אין דער פֿינצטער זײַנען זײערע מעשׂים,
און זײ זאָגן: װער זעט אונדז?
און װער װײס אונדז?
16די פֿאַרקערטקײט אײַערע!
צי איז דער טעפּער װי לײם גערעכנט,
אַז דאָס װערק זאָל זאָגן אױף זײַן מײַנסטער:
ער האָט מיך נישט געמאַכט?
און דער באַשאַף זאָל זאָגן אױף זײַן באַשעפֿער:
ער פֿאַרשטײט נישט?
17פֿאַר װאָר, אין נאָך אַ קלײן װײַלע,
װעט דער לבֿנוֹן פֿאַרקערט װערן אין אַ פֿרוכטגאָרטן,
און דער פֿרוכטגאָרטן װעט פֿאַר אַ װאַלד גערעכנט װערן.
18און די טױבע אין יענעם טאָג
װעלן הערן די װערטער פֿון אַ בוך,
און פֿון חושך און פֿינצטערניש
װעלן זען די אױגן פֿון בלינדע.
19און די פֿאַרליטענע װעלן מערן זײער שׂימחה אין ה׳,
און די באַדערפֿטיקע צװישן מענטשן
װעלן מיטן הײליקן פֿון יִשׂרָאֵל זיך פֿרײען.
20װאָרעם אַװעק דער מאַכטיקער,
און פֿאַרלענדט װעט זײַן דער שפּעטער,
און פֿאַרשניטן {כרת}[2] אַלע װאָס לױערן אױף אומרעכט;
21די װאָס מאַכן שולדיק אַ מענטשן מיט אַ װאָרט,
און דעם שטראָפֿזאָגער לײגן זײ אַ שטרױכלונג אין טױער,
און פֿאַרדרײען מיט נישט דעם גערעכטן.

22דערום האָט ה׳, װאָס האָט אױסגעלײזט אבֿרהמען, אַזױ געזאָגט אױפֿן הױז פֿון יעקבֿ:

אַצונד װעט נישט פֿאַרשעמט װערן יעקבֿ,
און אַצונד װעט זײַן פּנים נישט בלאַס װערן;
23יאָ, אַז ער װעט זען זײַנע קינדער,
דאָס װערק פֿון מײַנע הענט, אין זײַן מיט,
װי זײ הײליקן מײַן נאָמען;
װאָרעם זײ װעלן הײליקן דעם הײליקן פֿון יעקבֿ,
און אלוקי יִשׂרָאֵל װעלן זײ פֿאָרכטן.
24און די פֿאַרפֿירטע אין גײַסט װעלן װיסן צו פֿאַרשטײן,
און די מורמלער װעלן לערנען אַ מוסר.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteMatthew 11 →

1און עס איז געשען, ווען יהושע/ישוע האט געענדיקט באפעלן זיינע צוועלף תלמידים, איז ער פון דארטן אוועק צו לערנען און אויסצורופן אין זייערע שטעט.

2ווען אבער יוחנן האט געהערט אין תפיסה די מעשים פון דעם משיח, האט ער געשיקט דורך זיינע תלמידים. 3און געזאגט צו אים: ביסטו דער, וואס זאל קומען, אדער האבן מיר צו ווארטן אויף אן אנדערן? 4און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט צו זיי: גייט און דערציילט יוחנן וואס איר הערט און זעט: 5בלינדע זען, און לאמע גייען ארום, מצורעדיקע ווערן גערייניקט, און טויבע הערן, און טויטע שטייען אויף, און צו ארעמעלייט ווערט אנגעזאגט די גוטע בשורה. 6און וואויל איז דעם, וואס וועט נישט שטרויכלען אין מיר! 7און בשעת די דאזיקע זענען אוועקגעגאנגען, האט יהושע/ישוע אנגעהויבן צו זאגן צו די המונים מענטשן וועגן יוחנן: וואס זענט איר ארויסגעגאנגען אין דער מדבר אריין זען? א שטעקל געשאקלט פון ווינט? 8נאר וואס דען זענט איר ארויסגעגאנגען זען? א מענטשן אנגעטאן אין פיינע מלבושים? זע, די וואס טראגן פיינע מלבושים, זענען אין די הייזער פון די מלכים! 9נאר וואס דען זענט איר ארויסגעגאנגען? צו זען א נביא? יא, איך זאג אייך, און מער ווי א נביא. 10דאס איז ער, וועגן וועמען עס שטייט געשריבן:

זע, איך שיק מיין שליח פאר דיין פנים,
ער וועט צוגרייטן דיין וועג פאר דיר.
(מלאכי ג, א.)

11באמת זאג איך אייך, עס איז נישט אויפגעשטאנען צווישן די ילודי אשה קיין גרעסערער ווי יוחנן פון דער (ירדן) מקווה. דאך איז דער קלענסטער אין דעם מלכות השמים גרעסער ווי ער. 12אבער פון די טעג פון יוחנן פון דער (ירדן) מקווה ביז איצט ליידט דאס מלכות השמים געוואלד, און די, וואס טאן געוואלד רייסן עס צו זיך. 13מחמת אלע נביאים און די תורה האבן נבואות געזאגט ביז יוחנן. 14און אויב איר ווילט עס אננעמען, איז ער אליהו, וואס דארף קומען. 15ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן! 16צו וועמען אבער זאל איך פארגלייכן דאס דאזיקע דור? עס איז גלייך צו קינדער, וואס זיצן אויף די מארקן און רופן צו זייערע חברים, 17און זאגן; מיר האבן געשפילט פאר אייך אויף פייפלעך, און איר האט נישט געטאנצט; מיר האבן געזונגען קלאגלידער, און איר האט נישט געוויינט! 18מחמת יוחנן איז געקומען, האט נישט געגעסן און נישט געטרונקען, און מען זאגט: ער האט א בייזן גייסט! 19דער בר אנש איז געקומען, עסט און טרינקט יא; און מען זאגט: זע, א מענטש א זולל וסובא, א פריינד פון שטייער אויפמאנער און חוטאים! און דאך איז די חכמה גערעכטפערטיקט פון אירע מעשים.

20דעמאלט האט ער אנגעהויבן צו מוסרן די שטעט, אין וועלכע דאס רוב פון זיינע וואונדער זענען געשען, ווייל זיי האבן נישט תשובה געטאן. 21וויי צו דיר, כורזין! וויי צו דיר, בית‑צידה! ווייל אויב אין צור און צידון וואלטן געשען די וואונדער, וואס זענען געשען ביי אייך, וואלטן זיי שוין לאנג צוריק געהאט תשובה געטאן אין זאק און אין אש. 22דאך זאג איך אייך, עס וועט זיין גרינגער פאר צור און צידון אין טאג פון משפט, ווי פאר אייך! 23און דו, כפר‑נחום, ביז צום הימל וועסטו זיין דערהייבט? ביז צו שאול תחתית וועסטו אראפנידערן. ווייל אויב אין סדום וואלטן געשען די וואונדער, וואס זענען געשען אין דיר, וואלט זי שטיין געבליבן ביז צום היינטיקן טאג! 24דאך זאג איך אייך, אז עס וועט זיין גרינגער פאר דעם לאנד פון סדום אינם טאג פון משפט, ווי פאר דיר!

25אין יענער צייט האט יהושע/ישוע ענטפערנדיק געזאגט: איך לויב דיך, פאטער, האר פון הימל און ערד, אז דו האסט פארבארגן די דאזיקע זאכן פון די חכמים און נבונים, און זיי אנטפלעקט צו קליינע קינדער! 26יא, פאטער, ווייל אזוי איז עס געווען וואוילגעפעלן פאר דיר. 27אלץ איז מיר איבערגעגעבן געווארן פון מיין פאטער, און קיינער קען נישט דעם זון אחוץ דער פאטער; און קיינער קען נישט דעם פאטער אחוץ דער זון, און וועמען דער זון וויל אים מגלה זיין. 28קומט צו מיר אלע, וואס הארעווען שווער און זענען באלאסטעט, און איך וועל אייך געבן רו. 29נעמט מיין יאך אויף זיך, און לערנט פון מיר; ווייל איך בין אן ענו און פון א נידריק געמיט, און איר וועט געפינען מנוחה פאר אייערע נשמות. 30מחמת מיין יאך איז אנגענעם, און מיין לאסט איז גרינג!

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Isaiah 28Isaiah 30 ►