1די נבֿואה אױף מִצרַיִם:
זע, ה׳ רײַט אױף אַ װאָלקן אַ פֿלינקן,
און ער קומט קײן מִצרַיִם;
און די אָפּגעטער פֿון מִצרַיִם װעלן זיך טרײסלען פֿאַר אים,
און דאָס האַרץ פֿון מִצרַיִם װעט צעגײן אין אים.
2און איך װעל אָנרײצן מִצרַיִם אױף מִצרַיִם,
און זײ װעלן מלחמה האַלטן איטלעכער קעגן זײַן ברודער,
אַ שטאָט קעגן אַ שטאָט, אַ קיניגרײַך קעגן אַ קיניגרײַך.
3און אױסגעלײדיקט װעט װערן דער גײַסט פֿון מִצרַיִם אין איר,
און איר עצה װעל איך צונישט מאַכן;
און זײ װעלן פֿאָרשן בײַ די אָפּגעטער, און בײַ די פּרעפּלער,
און בײַ די גײַסטער, און בײַ די רוחות.
4און איך װעל איבערענטפֿערן מִצרַיִם
אין דער האַנט פֿון אַ האַרטן האַר,
און אַ שטרענגער מלך װעט געװעלטיקן איבער זײ,
זאָגט דער האַר, ה׳ צבָֿאוֹת.
5און די װאַסערן װעלן אױסגײן פֿון ים,
און דער טײַך װעט אױסגעטריקנט און טרוקן װערן.
6און דומפּיק װעלן װערן די טײַכן,
פֿאַרמינערט און אױסגעטריקנט װערן די פֿלוסן פֿון מִצרַיִם;
רוהרן און אַיִר װערן פֿאַרװעלקט.
7הױל װערט בײַם נילוס, בײַם ראַנד פֿונעם נילוס,
און אַל דאָס פֿאַרזײטע בײַם נילוס
װערט פֿאַרטריקנט, פֿאַרװײט, און נישטאָ.
8און קלאָגן װעלן די פֿישער,
און טרױערן װעלן אַלע װאָס װאַרפֿן אַ װענטקע אין נילוס,
און די װאָס שפּרײטן אַ נעץ אױפֿן װאַסער װערן פֿאַרשניטן.
9און פֿאַרשעמט װעלן װערן
די אַרבעטער פֿון געקאַמטן פֿלאַקס,
און די װעבער פֿון װײסצײַג.
10און אירע גרינדונגן װעלן זײַן צעדריקט {דכא};
[1]
אַלע לױנאַרבעטער באַטריבט אין געמיט.
11לױטער נאַרן זײַנען די האַרן פֿון צוֹעַן,
די קליגסטע יוֹעצים פֿון פַּרעהן זײַנען אַ נאַרישער באַראָט.
װי קענט איר זאָגן צו פַּרעהן:
אַ זון פֿון חכמים בין איך,
אַ זון פֿון מלכים פֿאַרצײַטיקע?
12װוּ זײַנען זײ דען דײַנע חכמים?
זאָלן זײ אַקאָרשט דיר זאָגן;
און לאָמען װיסן װאָס ה׳ צבָֿאוֹת
האָט באַראָטן אױף מִצרַיִם.
13פֿאַרנאַרישט זײַנען די האַרן פֿון צוֹעַן,
אָפּגענאַרט זײַנען די האַרן פֿון נוֹף;
פֿאַרפֿירט האָבן מִצרַיִם
די פּנֵי פֿון אירע שבֿטים.
14ה׳ האָט אַרײַנגעגאָסן אין איר
אַ גײַסט פֿון פֿאַרדרײעניש;
און זײ האָבן געמאַכט מִצרַיִם זיך װאַקלען אין אַל זײַן טוּונג
װי אַ שכּור טוט זיך װאַקלען בײַ זײַן ברעכן.
15און אין מִצרַיִם װעט נישט זײַן אַן אױפֿטו
װאָס אַ קאָפּ אָדער אַן עק,
אַ טײטלצװײַג אָדער אַ טײַכריטל זאָל אױפֿטאָן.
16אין יענעם טאָג װעט מִצרַיִם זײַן אַזױ װי װײַבער, און ער װעט ציטערן און אַנגסטן פֿאַרן פֿאָך פֿון דער האַנט פֿון ה׳ צבָֿאוֹת, װאָס ער טוט פֿאָכן אױף אים. 17און דאָס לאַנד פֿון יהוּדה װעט װערן פֿאַר מִצרַיִם אַ שרעקעניש; װען נאָר מע װעט עס אים דערמאָנען, װעט ער אַנגסטן פֿאַר דעם באַראָט פֿון ה׳ צבָֿאוֹת, װאָס ער טוט באַראָטן אױף אים.
18אין יענעם טאָג װעלן זײַן אין לאַנד מִצרַיִם פֿינף שטעט װאָס רעדן די שפּראַך פֿון כּנַעַן, און שװערן צו ה׳ צבָֿאוֹת; די שטאָט פֿון צעשטערונג {עִיר-שֶמֶש} װעט אײנע גערופֿן װערן.
19אין יענעם טאָג װעט זײַן אַ מזבח צו ה׳ אין מיטן לאַנד מִצרַיִם, און אַ זײַלשטײן צו ה׳ בײַ איר געמאַרק. 20און עס װעט זײַן צום צײכן און צום עדות פֿאַר ה׳ צבָֿאוֹת אין לאַנד מִצרַיִם; אַז זײ װעלן שרײַען צו ה׳ פֿון װעגן דריקער, װעט ער זײ שיקן אַ העלפֿער און אַ שטרײַטער, און ער װעט זײ מציל זײַן. 21און ה׳ װעט זיך לאָזן דערקענען צו מִצרַיִם, און די מִצרַיִם װעלן דערקענען ה׳ אין יענעם טאָג, און דינען מיט שלאַכטאָפּפֿער און שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה}, און מנדר זײַן אַ נדר צו ה׳ און באַצאָלן. 22און ה׳ װעט פּלאָגן מִצרַיִם – פּלאָגן און הײלן {רפא}[2]; און אַז זײ װעלן זיך אומקערן צו ה׳, װעט ער זיך איבערבעטן צו זײ, און זײ הײלן.
23אין יענעם טאָג װעט זײַן אַ װעג פֿון מִצרַיִם קײן אשור, און אשור װעט קומען אין מִצרַיִם, און מִצרַיִם אין אשור, און מִצרַיִם װעט דינען ה׳ מיט אשור.
24אין יענעם טאָג װעט יִשׂרָאֵל זײַן אַ דריטער צו מִצרַיִם און צו אשור, אַ בענטשונג אין מיטן פֿון דער ערד; 25װײַל ה׳ צבָֿאוֹת האָט אים געבענטשט, אַזױ צו זאָגן: געבענטשט זאָל זײַן מײַן פֿאָלק מִצרַיִם, און דאָס װערק פֿון מײַנע הענט, אשור, און מײַן אַרבונג, יִשׂרָאֵל.