AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Isaiah 32
◄ Isaiah 31
Isaiah 32
יְשַעְיָה 32
Isaiah 33 ►
1זע, מיט רעכטפֿאַרטיקײט װעט קיניגן דער קיניג,
און האַרן – זײ װעלן הערשן מיט גערעכטיקײט.
2און איטלעכער װעט זײַן
װי אַ באַהעלטעניש פֿון װינט,
און אַ פֿאַרבאָרגעניש פֿון גוסרעגן;
װי אַ בעכן װאַסער אין אַ טריקעניש,
װי דער שאָטן פֿון אַ שװערן פֿעלדז
אין אַ פֿאַרשמאַכטן לאַנד.
3און נישט פֿאַרקלעפּט זײַן װעלן די אױגן פֿון די זעער,
און די אױערן פֿון די הערער װעלן פֿאַרנעמען.
4און דאָס האַרץ פֿון די איבעראײַלטע װעט פֿאַרשטײן צו װיסן,
און די צונג פֿון די שטאַמלער װעט רעדן געלױפֿיק קלאָר.
5און דעם געמײנעם װעט מען נישט רופֿן מער אַדלמאַן,
און אױפֿן גײציקן װעט מען נישט זאָגן מער נַדיבֿן.
6װאָרעם דער געמײנער רעדט געמײן,
און זײַן האַרץ אַרבעט אומרעכט, צו טאָן פֿאַלשקײט,
און צו רעדן װעגן ה׳ מיט גענאַר;
צו לאָזן לײדיק דעם לײַב פֿון דעם הונגעריקן,
און דעם טראַנק פֿון דעם דאָרשטיקן צו מינערן.
7און דער גײציקער, זײַנע געצײַג זײַנען שלעכט,
בײזע מחשבֿות באַראָט ער,
אומצוברענגען דעם אָרעמאַן מיט רײד פֿון ליגן,
אַפֿילו װען דער אבֿיון טענהט גערעכט.
8אָבער דער אַדלמאַן באַראָט אַדלקײט,
און אױף אַדלקײט װעט ער באַשטײן.
9איר רויִקע װײַבער, שטײט אױף,
הערט מײַן קֹול, איר זיכערע טעכטער,
פֿאַרנעמט מײַן זאָג.
10טעג און יאָרן װעט איר ציטערן,
איר זיכערע,
װאָרעם די לעז איז פֿאַרלענדט,
קײן אײַנזאַמלונג װעט נישט קומען.
11שױדערט, איר רויִקע,
ציטערט, איר זיכערע;
טוט אײַך אױס און אַנטבלױזט אײַך,
און גורט זאַק אױף די לענדן,
12אױף די בריסט זיך שלאָגנדיק,
איבער די גלוסטיקע פֿעלדער,
איבערן פֿרוכטיקן װײַנשטאָק;
13איבער דער ערד פֿון מײַן פֿאָלק,
פֿאַרװאַקסן מיט דערנער און װילדגעװעקס;
יאָ, איבער אַלע הײַזער פֿון לוסטיקײט,
איבערן פֿרײלעכן כּרך.
14װאָרעם דער פּאַלאַץ איז פֿאַרלאָזט,
דער טומל פֿון שטאָט האָט אױפֿגעהערט;
דער ערדװאַל און דער טורעם זײַנען פֿאַר הײלן אױף אײביק,
אַ פֿרײד פֿאַר װאַלדאײזלען,
אַ פֿיטערונג פֿאַר סטאַדעס.
15ביז אױסגעגאָסן װעט װערן אױף אונדז
דער רוּחַ הקדש פֿון דער הײך,
און דער מדבר װעט װערן אַ פֿרוכטגאָרטן,
און דער פֿרוכטגאָרטן װעט פֿאַר אַ װאַלד גערעכנט װערן.
16און אין מדבר װעט רוען גערעכטיקײט,
און רעכטפֿאַרטיקײט װעט װױנען אין פֿרוכטגאָרטן.
17און דאָס װערק פֿון רעכטפֿאַרטיקײט װעט זײַן שלום,
און דער אױפֿטו פֿון רעכטפֿאַרטיקײט –
רו און זיכערקײט אױף אײביק.
18און מײַן פֿאָלק װעט זיצן אין אַ װױנונג פֿון שלום,[1]
און אין װױנערטער זיכערע,
און אין רוּונגען שטילע.
19און מע װעט זיך צעשפּרײטן
אױף דעם אַראָפּגאַנג פֿון װאַלד,
און ביז אין דער נידערונג װעט נידערן די שטאָט.
20װױל צו אײַך װאָס זײט בײַ אַלע װאַסערן,
װאָס לאָזט אַרױס פֿרײַ דעם פֿוס פֿון דעם אָקס און דעם אײזל.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteJames 3 →

1זאלן נישט פיל פון אייך ווערן רבנים, ברידער מיינע, וויסנדיק, אז מיר וועלן באקומען א הארבער משפט. 2ווארום אין א סך זאכן שטרויכלען מיר אלע. אויב עמיצער שטרויכלט נישט אין קיין ווארט, איז ער א שלמותדיקער מענטש, בכוח צו האלטן אפילו דעם גאנצן גוף אין דער צוים. 3און אויב מיר לייגן אריין ציימלעך אין די מיילער פון די פערד, כדי זיי צו מאכן געהארכזאם צו אונדז, פירן מיר אויך דעם גאנצן קערפער זייערן. 4אָט אויך די שיפן, הגם זיי זענען אזוי גרויס און ווערן געטריבן פון שטארקע ווינטן, ווערן דאך געלענקט פון דעם קלענסטן רודער, וואואהין דער שטייערמאן וויל. 5פונקט אזוי איז אויך די צונג א קליין אבר, און בארימט זיך מיט גרויסע זאכן. זע, וואס פאר א גרויסן וואלד א קליין פייערל קען אנצינדן! 6אויך די צונג איז א פייער; ווי א וועלט פון אומגערעכטיקייט שטייט זי צווישן אונדזערע אברים, זי באפלעקט דעם גאנצן קערפער און צינדט אָן דעם לויף פון לעבן און ווערט (אליין) אנגעצונדן פונם גיהנום. 7ווארום יעדן מיני חיות און עופות, שרצים און באשעפענישן אין ים, איז דער מענטשלעכער מין געצאמט און האט געצאמט געווען; 8די צונג אבער קען קיין מענטש נישט באצווינגען; אן אומרואיק שלעכטס, פול אנגעפילט מיט דעם סם המות. 9מיט איר לויבן מיר דעם האר (ג‑ט) און פאטער; און מיט איר פלוכן מיר די מענטשן, וועלכע זענען באשאפן געווארן אין ה׳ס געשטאלט. 10פון דעם זעלביקן מויל קומט ארויס א ברכה און א קללה. ברידער מיינע, אזוי דארף עס נישט זיין. 11צי שפרודלט דען דער קוואל פון דער זעלביקער עפענונג דאס זיסע (וואסער) און דאס ביטערע? 12צי קען דען, ברידער מיינע, א פייגנבוים ברענגען איילבערטן, אדער א וויינשטאק פייגן? אויך קען א געזאלצענער (קוואל) נישט געבן קיין זיס וואסער.

13ווער איז א חכם און א פארשטאנדיקער צווישן אייך? זאל ער ארויסווייזן זיינע מעשים דורך זיין גוטער פירונג מיט עניוותדיקייט פון חכמה. 14אויב אבער איר האט ביטערע קנאה און צאנקעריי אין אייער הארץ, זאלט איר זיך נישט בארימען, און זייט נישט פאלש צום אמת. 15די דאזיקע חכמה קומט נישט אראפ פון אויבן, נאר איז ערדיש, גשמיותדיק, טייוולאניש. 16ווארום וואו עס איז פאראן קנאה און צאנקעריי, דארטן איז מהומה און אלדאס בייז. 17די חכמה אבער, וואס איז פון אויבן, איז קודם כל לויטער, דאן פרידלעך, באשיידן, נאכגעביק, פול מיט רחמים און גוטע פירות, אומפארטייאיש, נישט צבועקיש. 18און די פרוכט פון גערעכטיקייט ווערט געזייעט אין שלום פאר די, וואס מאכן שלום.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Isaiah 31Isaiah 33 ►