AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Nahum 1
◄ Micah 7
Nahum 1
נַחום 1
Nahum 2 ►

1די נבֿואה אױף נינוֵה; דאָס בוך פֿון דער זעונג פֿון נַחום דעם אֶלקוֹשי.

2אַ ג-ט אַן אֵל קַנֹּוא און אַ ראַכענעמער {נֹקֵם} איז ה׳,
ה׳ איז אַ ראַכענעמער און פֿול מיט גרימצאָרן,
ה׳ איז זיך נוקם אָן זײַנע פֿײַנט,
און ער האַלט דעם כּעס צו זײַנע שָׂונאים.
3ה׳ איז אײַנגעהאַלטן אין צאָרן,
און גרױס אין מאַכט,
ער לאָזט נישט פֿרײַ, ער װעט זיכער נישט לאָזן די שולדיקע אומבאַשטראָפֿט.
ה׳ – מיט װינט און מיט שטורעם איז זײַן װעג,
און װאָלקן דער שטױב פֿון זײַנע פֿיס.
4ער שרײַט אָן אױפֿן ים, און טריקנט אים אױס,
און אַלע טײַכן מאַכט ער טרוקן;
פֿאַרװעלקט װערט דער בָשָן און כַּרמֶל,
און די בליִונג פֿון לבֿנוֹן װערט פֿאַרװעלקט.
5די בערג ציטערן פֿאַר אים,
און די טאָלן טוען זיך װאַקלען,
און די ערד װערט אױפֿגעטרײסלט פֿון זײַן פּנים,
אי די װעלט אי אַלע װױנער אין איר.
6פֿאַר זײַן כּעס װער קען זיך שטעלן?
און װער קען באַשטײן אין זײַן גרימצאָרן?[1]
זײַן צאָרן גיסט זיך אױס װי פֿײַער,
און די פֿעלדזן װערן צעשטױסן פֿאַר אים.
7גוט איז ה׳,
פֿאַר אַ פֿעסטונג אין טאָג פֿון נױט;
און ער װײס די װאָס שיצן זיך אין אים.
8אָבער מיט אַ שטראָמיקער פֿלײצונג
װעט ער מאַכן אַ פֿאַרלענדונג פֿון איר אָרט,
און זײַנע פֿײַנט װעט נאָכיאָגן פֿינצטערניש.
9װאָס טראַכט איר אַקעגן ה׳?
אַ פֿאַרלענדונג װעט ער מאַכן,
די צרה װעט נישט אױפֿשטײן אַ צװײט מאָל.
10װאָרעם בעת זײ זײַנען װי דערנער אײַנגעפֿלאָכטענע,
און װי זײ שיכּורן פֿאַרשיכּורטע,
װעלן זײ אין גאַנצן פֿאַרצערט װערן װי טרוקענע שטרױ.
11פֿון דיר איז אַרױסגעקומען
דער װאָס טראַכט בײז אַקעגן ה׳,
װאָס באַראָט נידערטרעכטיקײט.
12אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:
װי געזונט און אַזױ פֿיל װי זײ זײַנען,
אַזױ װעלן זײ פֿאַרשניטן װערן און פֿאַרגײן;
הגם איך האָב דיך געפּײַניקט,
װעל איך מער דיך נישט פּײַניקן.
13און אַצונד װעל איך צעברעכן זײַן יאָכשטאַנג פֿון דיר,
און דײַנע בינדשטריק װעל איך צערײַסן.
14און ה׳ האָט באַפֿױלן װעגן דיר,
אַז פֿון דײַן נאָמען זאָל מער קײן זאָמען נישט זײַן;
פֿון הױז פֿון דײַן ג‑טס װעל איך פֿאַרשנײַדן {כרת}[2]
געשניצטע און געגאָסענע ג‑צן;
איך װעל דיר אַ קבֿר מאַכן,
װײַל דו ביסט צו שאַנד געװאָרן.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha Footnote2 Timothy 2 →

1דעריבער דו, מיין זון, שטארק דיך אין דעם חסד, וואס איז אין משיח יהושע/ישוע. 2און וואס דו האסט געהערט פון מיר פאר א סך עדות, דאס גיב איבער צו באגלויבטע מענטשן, וועלכע וועלן זיין פעאיק צו לערנען אויך אנדערע. 3לייד מיט ווי א גוטער זעלנער פונם משיח יהושע/ישוע. 4קיין זעלנער פארוויקלט זיך נישט אין די עסקים פון דעם לעבן; כדי ער זאל וואוילגעפעלן דעם אפיציר, 5וואס האט אים גענומען צום מיליטער. און ווען עמיצער ראנגלט זיך ווי אן אטלעט, ווערט ער נישט געקריינט, אויב ער האט זיך נישט געראנגלט לויט דעם געזעץ. 6דער פארמער, וואס פראצעוועט, זאל צום ערשט געניסן פון די פירות. 7פארשטיי וואס איך זאג; ווארום דער האר וועט דיר געבן חכמה אין יעדער זאך. 8געדענק יהושע/ישוע המשיחן, וועלכער איז אויפגעשטאנען פון די טויטע, איז פון דער זרע דוד, לויט מיין בשורה טובה; 9פאר וועלכער איך לייד אזש ביז קייטן, ווי א פארברעכער; נאר ה׳ס ווארט איז נישט געבונדן. 10דערפאר טראג איך אלץ איבער צוליב די אויסדערוויילטע, כדי זיי אויך זאלן דערגרייכן די ישועה אינם משיח יהושע/ישוע מיט אייביקן כבוד. 11עס איז א באגלויבט ווארט: ווארום אויב מיר זענען געשטארבן צוזאמען מיט אים, וועלן מיר אויך לעבן צוזאמען מיט אים; 12אויב מיר האבן סבלנות, וועלן מיר אויך קעניגן צוזאמען מיט אים; אויב מיר וועלן אים פארלייקענען, וועט ער אויך אונדז פארלייקענען; 13אויב מיר גלויבן נישט, בלייבט ער (אלץ) געטריי; ווארום ער קען זיך נישט פארלייקענען.

14דאס ברענג אלע צום זכרון, באשווערנדיק זיי פאר ה׳, זיך נישט צו צאנקען איבער ווערטער, וואס נוצט צו גארנישט, (בלויז) צום פארדארבן די צוהערער. 15גיב דיר די מי, זיך פארצושטעלן פאר ה׳ ווי אן אויסגעפרואווטער ארבעטער, וועלכער דארף זיך נישט שעמען, וואס טיילט אויס ריכטיק דאס ווארט פון אמת. 16מייד אבער אויס די אומווירדיקע און פוסטע רייד; ווארום זיי דערפירן נאך צו א סך מער רשעות, 17און זייער ווארט צעפרעסט ווי בראנד; פון זיי זענען הימענעוס און פילעטוס, 18וועלכע האבן אפגענייגט פון דעם אמת, זאגנדיק, אז עס איז שוין געווען תחית המתים; און קערן איבער די אמונה פון אייניקע. 19דאך ה׳ס שטארקער יסוד שטייט פעסט, האבנדיק דעם דאזיקן חותם: דער האר קען די, וועלכע זענען זיין, און: זאל זיך אפקערן פון אומגערעכטיקייט יעדער איינער, וואס רופט אָן דעם הארס נאמען. 20אין א גרויס הויז געפינען זיך נישט בלויז גאלדענע און זילבערנע כלים, נאר אויך הילצערנע און ליימענע; און די ערשטע צו כבוד און די לעצטע צו אומכבוד. 21ווען דעריבער עמיצער וועט זיך לייטערן פון די דאזיקע, וועט ער זיין א כלי צו כבוד, געהייליקט, נוצלעך פאר דעם האר, גרייט צו כלערליי מעשים טובים. 22אנטלויף אבער פון די יוגנטלעכע תאוות, און יאג נאך צדקות, אמונה, ליבע, שלום מיט די, וועלכע רופן אָן דעם האר אויס א לויטער הארץ. 23אבער נארישע און קינדישע מחלוקת זאלסטו אויסמיידן, וויסנדיק, אז זיי ברענגען ארויס קריגערייען. 24דעם הארס קנעכט אבער זאל זיך נישט קריגן, נאר זיין פריינדלעך לגבי אלעמען, פעאיק צו לערנען (אנדערע), א סבלן, 25וואס זאגט מיט עניוות שטראפרייד צו די ווידערשפעניקע; אפשר וועט ה׳ זיי שענקען תשובה, צום דערקענען דעם אמת, 26און ווידער ניכטער צו ווערן אויס דעם שׂטנס פאסטקע ארויס, וואס ער האט זיי געפאנגען צו זיין ווילן.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Micah 7Nahum 2 ►