1אָבער איך בין, אין ערשטן יאָר פֿון דָריָוֶש פֿון מָדַי, אױפֿגעשטאַנען פֿאַר אַן אָנהאַלט און פֿאַר אַ שטאַרקײט צו אים.
2און אַצונד װעל איך דיר אָנזאָגן דעם אמת. זע, נאָך דרײַ מלכים װעלן אױפֿשטײן פֿון פָּרַס, און דער פֿירטער[1] װעט פֿאַרמאָגן גרױסע עשירות מער פֿון אַלע; און װײַל ער װעט שטאַרק זײַן דורך זײַן עשירות, װעט ער דערװעקן אַלעמען אַקעגן מַלכות יָוָן. 3און אַ מלך אַ גיבור[2] װעט אױפֿשטײן, און װעט געװעלטיקן אַ גרױסע געװעלטיקײט, און װעט טאָן לױט זײַן װילן. 4און אַז ער װעט אױפֿשטײן, װעט זײַן מלוכה צעבראָכן װערן, און װעט צעטײלט װערן צו אַלע װינטן פֿון הימל, אָבער נישט צו זײַנע נאָכקומער, און נישט אַזױ װי זײַן געװעלטיקײט װאָס ער האָט געװעלטיקט; װאָרעם זײַן מלוכה װעט אױסגעװאָרצלט װערן, און פֿאַר אַנדערע, נישט פֿאַר די דאָזיקע.
5און דער מלך פֿון דָרום[3] װעט װערן שטאַרק, אָבער אײנער פֿון זײַנע האַרן װעט זיך שטאַרקן איבער אים, און װעט געװעלטיקן; אַ גרױסע געװעלטיקײט װעט זײַן זײַן געװעלטיקײט. 6און אין סוף פֿון די יאָרן װעלן זײ זיך באַהעפֿטן; און די טאָכטער פֿון דעם מלך פֿון דָרום װעט קומען צו דעם מלך פֿון צפֿון, כּדי צו מאַכן אַן אױסגלײַך, אָבער איר אָרעם װעט נישט אָנהאַלטן די מאַכט; אױך ער און זײַן אָרעם װעט נישט באַשטײן; און זי, און די װאָס האָבן זי געבראַכט, און דער װאָס האָט זי געבאָרן, און דער װאָס האָט געהאַלטן מיט איר, װעלן איבערגעגעבן װערן, אין יענע צײַטן.
7אָבער אײנער פֿון די ריטלעך פֿון אירע װאָרצלען װעט אױפֿשטײן אױף זײַן אָרט, און ער װעט קומען אױפֿן חיל, און װעט אַרײַנגײן אין דער פֿעסטונג פֿון דעם מלך פֿון צפֿון,[4] און ער װעט אױספֿירן קעגן זײ, און װעט בײַקומען. 8און אױך זײערע אלֹקים, מיט זײערע געגאָסענע געצן, מיט זײערע גלוסטיקע כּלים פֿון זילבער און גאָלד, װעט ער ברענגען אין געפֿאַנגענשאַפֿט קײן מִצרַיִם; און ער װעט יאָרן לאַנג אַװעקשטײן פֿון דעם מלך פֿון צפֿון. 9און ער װעט קומען אין דעם קיניגרײַך פֿון דעם מלך פֿון דָרום, אָבער ער װעט זיך אומקערן אין זײַן לאַנד.
10און זײַנע זין װעלן זיך אױפֿרירן, און זײ װעלן אײַנזאַמלען אַ סך גרױסע חַיָלות, און ער װעט קומען און װעט פֿלײצנדיק דורכגײן; דערנאָך װעט ער װידערקערן, און מלחמה האַלטן ביז צו זײַן פֿעסטונג. 11און דער מלך פֿון דָרום װעט װערן דערביטערט, און ער װעט אַרױסגײן, און װעט מלחמה האַלטן מיט אים, מיט דעם מלך פֿון צפֿון; און יענער װעט אױפֿשטעלן אַ גרױסע מחנה, אָבער די מחנה װעט איבערגעגעבן װערן אין זײַן האַנט. 12און װי ער װעט אַװעקנעמען די מחנה, אַזױ װעט זיך דערהײבן זײַן האַרץ, און ער װעט מאַכן פֿאַלן צענדליקער טױזנט, אָבער ער װעט נישט גובֿר זײַן. 13און דער מלך פֿון צפֿון װעט װידער אױפֿשטעלן אַ מחנה גרעסער פֿון דער ערשטער; און אין סוף פֿון אַ צײַט יאָרן װעט ער קומען מיט אַ גרױסן חיל, און מיט פֿיל פֿאַרמעג.
14און אין יענע צײַטן װעלן פֿיל זיך שטעלן אַקעגן דעם מלך פֿון דָרום, און די פֿאַרשײטע יונגען פֿון דײַן פֿאָלק װעלן זיך דערהײבן אױפֿצושטעלן די זעונג, אָבער זײ װעלן געשטרױכלט װערן. 15און דער מלך פֿון צפֿון װעט קומען, און װעט אָנשיטן אַן ערדװאַל, און װעט באַצװינגען די שטאָט פֿון פֿעסטונגען; און די אָרעמס פֿון דָרום װעלן נישט קענען באַשטײן, און זײַן געקליבענע מאַנשאַפֿט װעט נישט האָבן קײן כּוֹח צו באַשטײן. 16און דער װאָס װעט קומען אױף אים, װעט טאָן לױט זײַן װילן, און קײנער װעט נישט באַשטײן פֿאַר אים; און ער װעט שטײן אין דעם שײנעם לאַנד מיט פֿאַרלענדונג אין זײַן האַנט. 17און ער װעט קערן זײַן פּנים צו קומען אין מאַכט איבער זײַן גאַנצן קיניגרײַך, און װעט מאַכן מיט אים אַן אױסגלײַכעניש, און װעט אים געבן אַ יונגפֿרױ, כּדי עס צו צעשטערן; אָבער דאָס װעט נישט באַשטײן, און עס װעט נישט װערן זײַנס. 18און ער װעט קערן זײַן פּנים צו די אינדזלען, און ער װעט באַצװינגען פֿיל, אָבער אַ פֿירשט װעט מאַכן אױפֿהערן זײַן לעסטערונג; נײן, ער װעט נאָך אומקערן זײַן לעסטערונג אױף אים אַלײן. 19און ער װעט קערן זײַן פּנים צו די פֿעסטונגען פֿון זײַן אײגענעם לאַנד, אָבער ער װעט געשטרױכלט װערן און פֿאַלן, און װעט זיך מער נישט געפֿינען.
20און אױף זײַן אָרט װעט אױפֿשטײן אײנער װאָס װעט מאַכן דורכגײן אַ דריקער דורך דער פּראַכט פֿון דעם קיניגרײַך; אָבער אין אַ קורצער צײַט װעט ער צעבראָכן װערן, און נישט אין צאָרן, און נישט אין מלחמה. 21און אױף זײַן אָרט װעט אױפֿשטײן אַ ניבֿזה {בזה}[5], װאָס מע האָט נישט אַרױפֿגעטאָן אױף אים דעם גלאַנץ פֿון מלוכה; און ער[6] װעט קומען אין מיטן פֿון שלום, און װעט קריגן די מלוכה מיט גלאַטע רײד. 22און די אָרעמס פֿון דער פֿלײצונג װעלן אַװעקגעפֿלײצט װערן פֿון פֿאַר אים, און זײ װעלן צעבראָכן װערן, און אױך דער פֿירשט פֿון ברית. 23און נאָך דעם װי מע װעט זיך פֿאַרבינדן מיט אים, װעט ער באַגײן אַ באַטרוג; און ער װעט שטײַגן און װערן שטאַרק מיט װינציק פֿאָלק. 24אין מיטן פֿון שלום און אין די פֿעסטע ערטער פֿון דער מדינה װעט ער קומען, און ער װעט טאָן װאָס זײַנע עלטערן און זײַנע עלטערנס עלטערן האָבן נישט געטאָן; רױב און פֿאַנג און פֿאַרמעג װעט ער פֿונאַנדערצעשיטן צו זײ; און אַקעגן פֿעסטונגען װעט ער אױסקלערן זײַנע תּחבוּלות, אָבער נאָר ביז אַ צײַט. 25און ער װעט דערװעקן זײַן קראַפֿט און זײַן מוט אַקעגן דעם מלך פֿון דָרום מיט אַ גרױסן חיל; און דער מלך פֿון דָרום װעט זיך אַרױסרירן אין מלחמה מיט זײער אַ גרױסן און שטאַרקן חיל; אָבער ער װעט נישט באַשטײן, װאָרעם מע װעט אױסקלערן אַקעגן אים תּחבוּלות. 26און די װאָס עסן זײַן שפּײַז, װעלן אים צעברעכן, און זײַן חיל װעט מען אַװעקפֿלײצן, און פֿיל דערשלאָגענע װעלן פֿאַלן. 27און דאָס האַרץ פֿון בײדע מלכים װעט זײַן צום בײזן, און בײַ אײן טיש װעלן זײ רעדן ליגן, אָבער עס װעט נישט באַגליקן, װאָרעם אַ סוף איז נאָך פֿאַראַן צו דער באַשטימטער צײַט. 28און ער װעט זיך אומקערן אין זײַן לאַנד מיט אַ גרױס פֿאַרמעג, און זײַן האַרץ װעט זײַן אַקעגן דעם הײליקן ברית; און ער װעט אָפּטאָן, און זיך אומקערן אין זײַן לאַנד.
29אין דער באַשטימטער צײַט װעט ער װידער קומען קײן דָרום, אָבער דאָס לעצטע מאָל װעט נישט זײַן אַזױ װי דאָס ערשטע. 30װאָרעם שיפֿן פֿון כִּתּים װעלן קומען אױף אים, און ער װעט אײַנגעשראָקן װערן, און װעט זיך אומקערן, און ער װעט צערענען אױף דעם הײליקן ברית, און װעט אױספֿירן; און אַז ער װעט זיך אומקערן װעט ער אַכטן אױף די װאָס פֿאַרלאָזן דעם הײליקן ברית. 31און אָרעמס פֿון אים װעלן אױפֿשטײן, און װעלן פֿאַרשװעכן די מִקדָש פֿעסטונג, און זײ װעלן אָפּטאָן דעם שטענדיקן קָרבָּן, און װעלן אַרײַנשטעלן די אומװערדיקײט װאָס צעגרױלט. 32און די װאָס פֿאַרברעכן קעגן ברית, װעט ער מאַכן זינדיק דורך גלאַטע רײד; אָבער דאָס פֿאָלק װאָס קען זײַן ג-ט, װעט זיך האַלטן פֿעסט, און װעט אױספֿירן. 33און די פֿאַרשטאַנדיקע פֿון פֿאָלק װעלן מאַכן פֿיל צו פֿאַרשטײן; אָבער זײ װעלן פֿאַלן דורכן שװערד, און דורך פֿלאַם, און דורך געפֿאַנגענשאַפֿט, און דורך רױב, פֿיל טעג. 34און אַז זײ װעלן פֿאַלן, װעלן זײ געהאָלפֿן װערן אַ קלײן הילף; און פֿיל װעלן זיך באַהעפֿטן צו זײ מיט גלאַטע רײד. 35און פֿון די פֿאַרשטאַנדיקע װעלן פֿאַלן, כּדי צו לײַטערן צװישן זײ, און צו קלערן, און צו רײניקן, ביז דער צײַט פֿון קֶץ; װאָרעם עס װעט נאָך געדױערן ביז דער באַשטימטער צײַט.
36און דער מלך[7] װעט טאָן לױט זײַן װילן, און ער װעט זיך דערהײבן און זיך גרײסן איבער איטלעכן ג-ט, און אַקעגן דעם ג-ט פֿון די ג‑טער װעט ער רעדן פֿאַרשײַט; און ער װעט באַגליקן, ביז דער צאָרן װעט זיך ענדיקן; װאָרעם װאָס איז נִגזר געװאָרן, מוז געשען. 37ער װעט אױך נישט אַכטן אױף די ג‑טער פֿון זײַנע עלטערן, און אױף דער גלוסטיקײט פֿון פֿרױען, און אױף קײן ג-ט װעט ער נישט אַכטן, נאָר איבער אַלעמען װעט ער זיך גרײסן. 38נאָר דעם ג-ט פֿון פֿעסטונגען װעט ער טאָן כּבֿוד אױף זײַן אָרט; יאָ, אַ ג-ט װאָס זײַנע עלטערן האָבן נישט געקענט, װעט ער טאָן כּבֿוד מיט גאָלד און מיט זילבער, און מיט טײַער געשטײן, און מיט גלוסטיקע זאַכן. 39און ער װעט אַרבעטן אױף שטאַרקע פֿעסטונגען מיט אַ פֿרעמדן ג-ט, צו די װאָס ער װעט אָנדערקענען װעט ער מערן כּבֿוד; און ער װעט זײ מאַכן געװעלטיקן איבער פֿילן, און ערד װעט ער זײ צעטײלן צום לױן.
40און אין דער צײַט פֿון קֶץ, װעט זיך צונױפֿשטױסן מיט אים דער מלך פֿון דָרום, און דער מלך פֿון צפֿון װעט שטורעמען אױף אים מיט רײַטװעגן, און מיט רײַטער, און מיט פֿיל שיפֿן; און ער װעט קומען אין די לענדער, און װעט פֿלײצנדיק דורכגײן. 41און ער װעט קומען אין דעם שײנעם לאַנד, און פֿיל לענדער װעלן פֿאַלן, נאָר די דאָזיקע װעלן ניצול װערן פֿון זײַן האַנט: אֶדוֹם, און מוֹאָבֿ, און דער הױפּטטײל פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן. 42און ער װעט אױסשטרעקן זײַן האַנט אױף די לענדער, און דאָס לאַנד מִצרַיִם װעט נישט אַנטרונען װערן. 43און ער װעט געװעלטיקן איבער די שאַצן פֿון גאָלד און זילבער, און איבער אַלע גלוסטיקע זאַכן פֿון מִצרַיִם; און די לובֿים און די כּוּשים װעלן זײַן צו זײַנע טריט. 44אָבער הערונגען פֿון מזרח און פֿון צפֿון װעלן אים דערשרעקן; און ער װעט אַרױסגײן מיט גרױס גרימצאָרן צו פֿאַרטיליקן און צו פֿאַרװיסטן פֿיל. 45און ער װעט אױפֿשטעלן די געצעלטן פֿון זײַן פּאַלאַץ צװישן די ימען און דעם באַרג פֿון הײליקער שײנקײט. און ער װעט קומען צו זײַן סוף, און קײנער װעט אים נישט העלפֿן.
1און עס איז געקומען איינער פון די זיבן מלאכים, וועלכע האבן געהאט די זיבן געפעסן, און האט גערעדט מיט מיר, אזוי צו זאגן: קום, איך וועל דיר ווייזן דאס משפט פון דער גרויסער זונה, וואס זיצט אויף פיל וואסערן; 2מיט וועלכער די מלכים פון דער ערד האבן מזנה געווען, און די איינוואוינער פון דער ערד האבן זיך אנגעשיכורט מיט דעם וויין פון איר זנות. 3און ער האט מיך אוועקגעפירט אינם גייסט אין א מדבר אריין; און איך האב געזען א פרוי זיצן אויף א שארלאך רויטער חיה, פול מיט נעמען פון לעסטערונג, און מיט זיבן קעפ און צען הערנער. 4און די פרוי איז געווען אנגעטאן אין פורפור און שארלאך, און אויסגעצירט מיט גאלד און איידלשטיינער און פערל, און האט געהאט א גאלדענעם בעכער אין איר האנט, פול פון אומווירדיקייטן און די אומזויבערקייטן פון איר זנות, 5און אויף איר שטערן איז געווען אויפגעשריבן א נאמען, א סוד; בבל די גרויסע, די מוטער פון די זונות און פון די אומווירדיקייטן פון דער ערד. 6און איך האב געזען די פרוי שכור מיט דעם בלוט פון די קדושים, און מיט דעם בלוט פון ישועס עדות. און זעענדיק זי, בין איך נשתומם געווארן מיט א גרויסער דערשטוינונג. 7און דער מלאך האט צו מיר געזאגט; פארוואס ביסטו נשתומם געווארן? איך וועל דיר אויסזאגן דעם סוד פון דער פרוי, און פון דער חיה, וואס טראגט זי און וואס האט די זיבן קעפ און די צען הערנער. 8די חיה, וואס דו האסט געזען, איז געווען, און איז (מער) נישטא, און וועט ארויפשטייגן אויס דעם תהום און גיין צו פארדארבונג. און די איינוואוינער אויף דער ערד, וועמעס נאמען איז נישט פארשריבן אין דעם ספר החיים פון בריאת העולם אָן, וועלן זיך וואונדערן, ווען זיי וועלן זען די חיה, אז זי איז געווען און איז (מער) נישטא און וועט ווידער זיין. 9דא איז דער זין, וואס האט חכמה: די זיבן קעפ זענען זיבן בערג, אויף וועלכע די פרוי זיצט; 10און זענען זיבן מלכים; פינף זענען געפאלן, איינער איז דא, דער אנדערער איז נאך נישט געקומען; און ווען ער וועט קומען, מוז ער בלייבן א קורצע צייט. 11און די חיה, וואס איז געווען און איז (מער) נישטא, איז אליין אויך דער אכטער, און איז פון די זיבן; און גייט צו פארדארבונג. 12און די צען הערנער, וואס דו האסט געזען, זענען צען מלכים, וועלכע האבן נאך נישט באקומען קיין קעניגרייך; נאר זיי באקומען ממשלה ווי מלכים מיט דער חיה אויף איין שעה. 13די דאזיקע האבן איין מיינונג, און געבן זייער כוח און ממשלה צו דער חיה. 14זיי וועלן מלחמה האלטן מיט דעם לעמעלע, און דאס לעמעלע וועט זיי מנצח זיין, ווייל עס איז האר איבער הארן, און קעניג איבער קעניגן; און די, וועלכע זענען מיט אים, זענען גערופענע און אויסדערוויילטע און געטרייע. 15און ער זאגט צו מיר: די וואסערן, וואס דו האסט געזען, וואו די זונה זיצט, זענען פעלקער און המונים מענטשן און אומות און לשונות. 16און די צען הערנער, וואס דו האסט געזען, און די חיה, זיי וועלן האסן די זונה, און וועלן זי מאכן וויסט און נאקעט, און וועלן פארצערן איר פלייש, און זי פארברענען אין פייער. 17ווארום ה׳ האט עס זיי געגעבן אין זייערע הערצער אריין, צו טאן זיין עצה, און צו מאכן איין דעה, און צו געבן זייער קעניגרייך צו דער חיה, ביז ה׳ס ווערטער וועלן דערפילט ווערן. 18און די פרוי, וואס דו האסט געזען, איז די גרויסע שטאט, וואס האט א מלכות איבער די מלכים פון דער ערד.