1אין דריטן יאָר פֿון כּוֹרֶש דעם מלך פֿון פָּרַס איז אַנטפּלעקט געװאָרן אַ װאָרט צו דָניאֵלן, װאָס זײַן נאָמען איז גערופֿן געװאָרן בלטשאַצַר; און דאָס װאָרט איז געװען אמת, און װעגן אַ לאַנגער צײַט; און ער האָט באַטראַכט דאָס װאָרט, און האָט פֿאַרשטאַנען די זעונג.
2אין יענע טעג האָב איך, דָניאֵל, געטרױערט דרײַ װאָכן צײַט. 3גלוסטיקע שפּײַז האָב איך נישט געגעסן, און פֿלײש און װײַן איז נישט געקומען אין מײַן מױל, און זאַלבן האָב איך זיך נישט געזאַלבט, ביז עס זײַנען פֿול געװאָרן דרײַ װאָכן צײַט. 4און אין פֿיר און צװאַנציקסטן טאָג פֿון ערשטן חודש, װען איך בין געװען בײַם ברעג פֿון גרױסן טײַך, דאָס איז חִדֶקֶל, 5האָב איך אױפֿגעהױבן מײַנע אױגן, און האָב געזען, ערשט אַ מאַן אָנגעקלײדט אין לײַנען, און זײַנע לענדן אַרומגעגורט מיט גאָלד פֿון אוּפָֿז, 6און זײַן לײַב אַזױ װי גאָלדשטײן, און זײַן פּנים אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון בליץ, און זײַנע אױגן אַזױ װי פֿלאַמען פֿײַער, און זײַנע אָרעמס און זײַנע פֿיס אַזױ װי דער אָנבליק פֿון בלאַנקן קופּער, און דער קֹול פֿון זײַנע װערטער אַזױ װי דער קֹול פֿון אַ מחנה. 7און איך, דָניאֵל, אַלײן האָב געזען די זעונג, אָבער די מענטשן װאָס מיט מיר האָבן נישט געזען די זעונג, נאָר אַ גרױסע ציטערניש איז אױף זײ געפֿאַלן, און זײ זײַנען אַנטלאָפֿן זיך צו באַהאַלטן. 8בין איך געבליבן אַלײן, און איך האָב געזען די דאָזיקע גרױסע זעונג, און אין מיר איז נישט געבליבן קײן כּוֹח, װאָרעם מײַן פֿאַרב האָט זיך אױף מיר שרעקלעך געביטן, און איך האָב מער נישט געהאַט קײן כּוֹח. 9און איך האָב געהערט דעם קֹול פֿון זײַנע װערטער; און װי איך האָב געהערט דעם קֹול פֿון זײַנע װערטער, אַזױ בין איך אַנטשלאָפֿן געװאָרן אױף מײַן פּנים, מיט מײַן פּנים צו דער ערד.
10ערשט אַ האַנט האָט מיך אָנגערירט, און האָט מיך געטרײסלט פֿאַר מײַנע קני און מײַנע האַנטפֿלעכן. 11און ער האָט צו מיר געזאָגט: דָניאֵל, דו באַליבטער מאַן, פֿאַרשטײ די װערטער װאָס איך רעד צו דיר, און שטײ אױף װוּ דו ביסט געשטאַנען, װאָרעם איך בין אַצונד געשיקט געװאָרן צו דיר. און װי ער האָט מיט מיר גערעדט דאָס דאָזיקע װאָרט, בין איך אױפֿגעשטאַנען ציטערנדיקערהײט. 12און ער האָט צו מיר געזאָגט: זאָלסט נישט מורא האָבן, דָניאֵל, װאָרעם פֿון דעם ערשטן טאָג אָן װאָס דו האָסט אָפּגעגעבן דײַן האַרץ צו פֿאַרשטײן, און זיך צו פּײַניקן פֿאַר דײַן ג-ט, זײַנען דײַנע װערטער געהערט געװאָרן, און איך בין געקומען פֿון װעגן דײַנע װערטער. 13אָבער דער שׂאַר פֿון מַלכות פָּרַס האָט זיך געשטעלט אַקעגן מיר אײן און צװאַנציק טעג, אָבער זע, מיכָאֵל,[1] אײנער פֿון די ערשטע שָׂרים, איז מיר געקומען צו הילף. אַזױ בין איך דאָרטן פֿאַרבליבן בײַ די מלכים פֿון פָּרַס. 14און איך בין געקומען דיר געבן צו פֿאַרשטײן װאָס װעט געשען צו דײַן פֿאָלק אין סוף פֿון די טעג; װאָרעם דאָס איז נאָך אַ זעונג אױף אַ צײַט.
15און װי ער האָט גערעדט צו מיר אַזױ װי די דאָזיקע װערטער, אַזױ האָב איך געקערט מײַן פּנים צו דער ערד, און בין אַנטשטומט געװאָרן. 16ערשט אַזױ װי אַ געשטאַלט פֿון מענטשנקינדער האָט מיך אָנגערירט אױף די ליפּן, און איך האָב געעפֿנט מײַן מױל, און איך האָב גערעדט און געזאָגט צו דעם װאָס איז געשטאַנען אַקעגן מיר: מײַן האַר, פֿון דער זעונג זײַנען װײען געקומען אױף מיר, און איך האָב מער נישט קײן כּוֹח. 17און װי קען דער דאָזיקער קנעכט פֿון מײַן האַר רעדן מיט דעם דאָזיקן האַר מײַנעם, אַז אין מיר האָט זיך אַצונד נישט אָפּגעשטעלט קײן כּוֹח, און קײן אָטעם איז אין מיר נישט געבליבן?
18האָט מיך װידער אָנגערירט אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון אַ מענטשן, און ער האָט מיך געשטאַרקט. 19און ער האָט געזאָגט: זאָלסט נישט מורא האָבן, באַליבטער מאַן! פֿריד צו דיר! זײַ שטאַרק און זײַ שטאַרק! און װי ער האָט צו מיר גערעדט, אַזױ בין איך געשטאַרקט געװאָרן, און איך האָב געזאָגט: זאָל מײַן האַר רעדן, װאָרעם האָסט מיך געשטאַרקט. 20האָט ער געזאָגט: װײסטו װעגן װאָס איך בין געקומען צו דיר? און אַצונד װעל איך זיך אומקערן מלחמה צו האַלטן מיט דעם שׂאַר פֿון פָּרַס; און װי איך גײ אַרױס, אָט װעט אָנקומען דער שׂאַר פֿון יָוָן.[2] 21אָבער איך װעל דיר זאָגן װאָס איז פֿאַרצײכנט[3] אין דעם געשריפֿטס פֿון אמת. און קײנער האַלט נישט מיט מיר אַקעגן די דאָזיקע, נאָר בלױז אײַער שׂאַר מיכָאֵל.
1די אנטפלעקונג פון יהושע/ישוע המשיחן, וועלכע ה׳ האט אים געגעבן, צו ווייזן צו זיינע קנעכט, וואס עס דארף געשען אין גיכן; און ער האט געשיקט און עס צו וויסן געטאן דורך זיין מלאך צו זיין קנעכט יוחנן, 2וועלכער האט עדות געזאגט אויף ה׳ס ווארט און אויף דעם עדות פון יהושע/ישוע המשיחן, אלץ, וואס ער האט געזען. 3וואויל דעם לייענער און די, וואס הערן די ווערטער פון דער נבואה און היטן אפ וואס שטייט געשריבן דערין; ווארום די צייט איז נאענט.
4יוחנן צו די זיבן קהלות אין (קליין) אזיען: חסד צו אייך און שלום פון אים, וועלכער איז און איז געווען און וועט קומען; און פון די זיבן גייסטער, וואס זענען פאר זיין כסא הכבוד; 5און פון יהושע/ישוע המשיחן, וועלכער איז דער באגלויבטער עדות, דער בכור פון די מתים, און דער הערשער איבער די מלכים פון דער ערד. צו אים, וועלכער האט אונדז ליב, און האט אונדז אויסגעלייזט פון אונדזערע זינד דורך זיין אייגן בלוט, 6און אונדז געמאכט פאר א קעניגרייך, כהנים צו ה׳ און זיין פאטער; צו אים זאל זיין דער כבוד און די מאכט לעלמי עולמים. אמן. 7זע, ער קומט מיט די וואלקנס (דניאל ז, יג.); און יעדעס אויג וועט אים זען, און די, וועלכע האבן אים דורכגעשטאכן (זכריה יב, י.); און עס וועלן קלאגן איבער אים אלע משפחות פון דער ערד. יא, אמן.
8איך בין אלף און תוו, זאגט דער האר ג‑ט, וועלכער איז און איז געווען און קומט, דער אלמעכטיקער. 9איך יוחנן, אייער ברודער און מיטאנטיילנעמער אין די יסורים און מלכות און סבלנות פון יהושען/ישוען, בין געווען אויף דער אינדזל, וואס הייסט פאטמאס, צוליב ה׳ס ווארט און דעם עדות זאגן פון יהושען/ישוען. 10איך בין געווען אינם גייסט אין דעם טאג פון דעם האר, און האב געהערט הינטער מיר א הויך קול, ווי פון א שופר, 11אזוי צו זאגן: וואס דו זעסט, דאס שרייב אין א ספר און שיק עס צו די זיבן קהלות: קיין עפעזוס און קיין סמירנא און קיין פערגאמוס און קיין טיאטירא און קיין סארדעס און קיין פילאדעלפיא און קיין לאאדיצעא. 12און איך האב מיך אומגעקערט, צו זען דאס קול, וואס האט גערעדט מיט מיר. און אומקערנדיק זיך, האב איך געזען זיבן מנורות פון גאלד; 13און אין דער מיט פון די מנורות איינעם, גלייך צום בר אנש (דניאל ז, יג.), אנגעטאן אין א לאנגן בעקעשע, און ארומגעגארטלט ארום דער ברוסט מיט א גאלדענעם גארטל. 14און זיין קאפ און זיינע האר זענען געווען ווייס, ווי ווייסע וואל, ווי שניי; און זיינע אויגן, ווי א פלאם פייער (דניאל ז, ט.); 15און זיינע פיס, ווי פיין קופער, בשעת עס גליט אין אויוון; און זיין קול, ווי דאס גערויש פון א סך וואסערן. 16און האט געהאט אין זיין רעכטער האנט זיבן שטערן; און פון זיין מויל גייט ארויס א מעסער-ווי צוויי-שארפיקע שווערד; און זיין פנים האט געשיינט ווי די זון אין איר מאכט. 17און ווען איך האב אים געזען, בין איך אנידערגעפאלן פאר זיינע פיס, ווי א מת. און ער האט געלייגט זיין רעכטע האנט אויף מיר, און געזאגט: האב נישט קיין מורא; איך בין דער ערשטער און דער לעצטער, 18און דער לעבעדיקער; איך בין געווען טויט, און אָט לעב איך לעלמי עולמים, און האב דעם שליסל פון טויט און פון שאול תחתית. 19שרייב דעריבער וואס דו האסט געזען, און וואס איז, און וואס וועט געשען נאך דעם; 20דעם סוד פון די זיבן שטערן, וועלכע דו האסט געזען אויף מיין רעכטער האנט, און די זיבן גאלדענע מנורות. די זיבן שטערן זענען מלאכים פון די זיבן קהלות; און די זיבן מנורות זענען די זיבן קהלות.