AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Daniel 1
◄ Esther 10
Daniel 1
דָניאֵל 1
Daniel 2 ►

1אין דריטן יאָר פֿון דער מלוכה פֿון יהוֹיָקים דעם מלך פֿון יהוּדה, איז געקומען נבֿוכַדנֶצַר דער מלך פֿון בָבֿל אױף ירושָלַיִם, און האָט געלעגערט אױף איר. 2און אֲדֹנָי האָט געגעבן אין זײַן האַנט יהוֹיָקים דעם מלך פֿון יהוּדה, און טײל פֿון די כּלים פֿון דאָס הױז האלֹקים, און ער האָט זײ געבראַכט קײן לאַנד שִנעָר, אין הױז פֿון זײַן ג-ט; און די כּלים האָט ער געבראַכט אין דער שאַצקאַמער פֿון זײַן ג-ט.

3און דער מלך האָט געהײסן אַשפּנַז דעם הױפּט פֿון זײַנע הױפֿדינער, ברענגען פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און פֿון דעם קיניגלעכן אָפּשטאַם, און פֿון די אַדללײַט, 4ייִנגלעך װאָס אין זײ איז נישטאָ קײן פֿעלער, און שײנע אױפֿן אױסזען, און באַהאַװנט אין אַלערלײ חכמות, און װױלקענעװדיק אין קענשאַפֿט, און פֿאַרשטאַנדיק אין װיסן, און װאָס האָבן בכּוֹח צו שטײן אין פּאַלאַץ פֿון מלך; און זײ לערנען דעם כּתבֿ און דעם לשון פֿון די כַּשׂדים. 5און דער מלך האָט זײ באַשטימט אַ טאָגטעגלעכע אױסקומעניש פֿון דעם מלכס שפּײַז, און פֿון דעם װײַן װאָס ער טרינקט, און געהײסן זײ דערציען דרײַ יאָר, און צום סוף פֿון זײ, זאָלן זײ זיך שטעלן פֿאַרן מלך.

6זײַנען געװען צװישן זײ פֿון די קינדער פֿון יהוּדה, דָניאֵל, חַנַניָה, מישָאֵל, און עַזַריָה. 7און דער הױפּט פֿון די הױפֿדינער האָט זײ געגעבן נעמען, און ער האָט געגעבן דָניאֵלן [דעם נאָמען] בלטשאַצַר, און חַנַניָהן – שַדרַך, און מישָאֵלן – מֵישַך, און עַזַריָהן – עַבֿד-נגוֹ.

8און דָניאֵל האָט זיך אַרײַנגענומען אין האַרצן, אַז ער זאָל זיך נישט פֿאַראומװערדיקן מיט דעם מלכס שפּײַז, און מיט דעם װײַן װאָס ער טרינקט, און ער האָט געבעטן פֿון דעם הױפּט פֿון די הױפֿדינער, אַז ער זאָל זיך נישט דאַרפֿן פֿאַראומװערדיקן. 9און האלֹקים האָט געגעבן דָניאֵלן גענאָד און דערבאַרעמונג בײַ דעם הױפּט פֿון די הױפֿדינער. 10אָבער דער הױפּט פֿון די הױפֿדינער האָט געזאָגט צו דָניאֵלן: איך האָב מורא פֿאַר מײַן האַר דעם מלך װאָס האָט באַשטימט אײַער שפּײַז און אײַער געטראַנק, טאָמער װעט ער זען אײַערע פּנימער אומעטיקער װי בײַ ייִנגלעך פֿון אײַער עלטער, און איר װעט פֿאַרשולדיקן מײַן קאָפּ פֿאַרן מלך. 11האָט דָניאֵל געזאָגט צו דעם טראַנקמײַסטער װאָס דער הױפּט פֿון די הױפֿדינער האָט געשטעלט איבער דָניאֵלן, חַנַניָהן, מישָאֵלן, און עַזַריָהן: 12פּרוּװ, איך בעט דיך, דײַנע קנעכט צען טעג, און זאָל מען אונדז געבן פֿון גרינס צום עסן, און װאַסער צום טרינקען. 13און זאָל באַװיזן װערן פֿאַר דיר אונדזער אױסזען און דאָס אױסזען פֿון די ייִנגלעך װאָס עסן דעם מלכס שפּײַז; און אַזױ װי דו װעסט זען, טו מיט דײַנע קנעכט. 14האָט ער צוגעהערט צו זײ אין דער דאָזיקער זאַך, און ער האָט זײ געפּרוּװט צען טעג. 15און צום סוף פֿון די צען טעג, האָט זײער אױסזען אױסגעװיזן בעסער, און זײ זײַנען געװען פֿעטער אױפֿן לײַב, פֿון אַלע ייִנגלעך װאָס האָבן געגעסן דעם מלכס שפּײַז. 16אַזױ פֿלעגט דער טראַנקמײַסטער אַװעקנעמען זײער שפּײַז, און דעם װײַן װאָס זײ זאָלן טרינקען, און פֿלעגט זײ געבן גרינס.

17און די דאָזיקע פֿיר ייִנגלעך, זײ האָט האלֹקים געגעבן קענשאַפֿט און פֿאַרשטאַנדיקײט אין אַלערלײ ספֿרים און חכמה; און דָניאֵל האָט פֿאַרשטאַנען יעטװעדער זעונג און חלומות. 18און צום סוף פֿון די טעג װאָס דער מלך האָט זײ געהײסן דענצמאָל ברענגען, האָט זײ דער הױפּט פֿון די הױפֿדינער געבראַכט פֿאַר נבֿוכַדנֶצַרן. 19און דער מלך האָט מיט זײ גערעדט; און צװישן זײ אַלעמען איז נישט געפֿונען געװאָרן אַזאַ װי דָניאֵל, חַנַניָה, מישָאֵל, און עַזַריָה; און זײ זײַנען געשטאַנען פֿאַרן מלך. 20און אין יעטװעדער זאַך פֿון פֿאַרשטאַנדיקער חכמה װאָס דער מלך האָט בײַ זײ געפֿרעגט, האָט ער זײ געפֿונען צען מאָל העכער װי אַלע חַרטומים און צױבערשפּרעכער װאָס אין זײַן גאַנצן קיניגרײַך.

21און דָניאֵל איז געבליבן ביז דעם ערשטן יאָר פֿון מלך כּוֹרֶש.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Esther 10Daniel 2 ►