AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Psalms 106
◄ Psalms 105
Psalms 106
תְּהִלִּים 106
Psalms 107 ►
1הַלְלוּ יָהּ (ה׳).
גיט אַ דאַנק צו ה׳, װאָרעם ער איז גוט,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
2װער קען אױסרעדן די גבֿורות פֿון ה׳?
מאַכן הערן זײַן גאַנצן לױב?
3װױל צו די װאָס היטן גערעכטיקײט,
צו דעם װאָס טוט רעכט אין יעטװעדער צײַט.
4געדענק מיך, ה׳, װען דו באַװיליקסט דײַן פֿאָלק,
דערמאָן מיך אין דײַן הילף;
5כּדי איך זאָל זען דאָס גוטס פֿון דײַנע אױסדערװײלטע,
זיך פֿרײען אין דער פֿרײד פֿון דײַן פֿאָלק,
זיך רימען אין אײנעם מיט דײַן אַרב.
6מיר האָבן געזינדיקט אַזױ װי אונדזערע עלטערן,
מיר האָבן פֿאַרבראָכן, מיר האָבן שלעכטס געטאָן.
7אונדזערע עלטערן אין מִצרַיִם האָבן נישט באַטראַכט דײַנע װוּנדער,
זײ האָבן נישט געדאַכט אָן דײַנע פֿיל חסדים,
און האָבן װידערשפּעניקט בײַם ים, בײַם ים-סוףֿ.
8אָבער ער האָט זײ געהאָלפֿן פֿון זײַן נאָמען װעגן,
כּדי צו לאָזן װיסן זײַן גבֿורה.
9און ער האָט אָנגעשריִען אױפֿן ים-סוףֿ, און ער איז געװאָרן טרוקן,
און ער האָט זײ געפֿירט דורך די תּהומען װי דורך אַ סטעפּ.
10און ער האָט זײ געהאָלפֿן פֿון דעם שׂונאס האַנט,
און זײ אױסגעלײזט פֿון דער האַנט פֿון פֿײַנט.
11און די װאַסערן האָבן צוגעדעקט זײערע דריקער,
נישט אַן אײנציקער פֿון זײ איז געבליבן.
12און זײ האָבן געגלױבט[1] אין זײַנע װערטער,
זײ האָבן געזונגען זײַן לױב.
13גיך האָבן זײ פֿאַרגעסן זײַנע טוּונגען;
זײ האָבן נישט געהאַרט אױף זײַן עצה.
14און זײ האָבן געגלוסט אַ גלוסטונג אין דער מדבר,
און געפּרוּװט אֵל אין דער װיסטע.
15און ער האָט זײ געגעבן זײער פֿאַרלאַנג,
אָבער ער האָט געשיקט אַ מאָגערקײט אין זײער נשמות.
16און זײ האָבן זיך מקנא געװען אָן משהן אין לאַגער,
און אָן אַהרֹן דעם הײליקן פֿון ה׳.
17האָט די ערד זיך געעפֿנט, און אײַנגעשלונגען דָתָנען,
און צוגעדעקט דאָס געזעמל פֿון אַבֿירָמען.
18און אַ פֿײַער האָט זיך אָנגעצונדן אין זײער געזעמל,
אַ פֿלאַם האָט פֿאַרברענט די רשעים.
19זײ האָבן געמאַכט אַ קאַלב אין חוֹרֵבֿ,
און זיך געבוקט צו אַ געגאָסענעם געץ.
20און זײ האָבן פֿאַרביטן זײער כּבֿוד אױף דער געשטאַלט
פֿון אַן אָקס װאָס עסט גראָז.
21זײ האָבן פֿאַרגעסן אָן אֵל זײער העלפֿער,
װאָס האָט געטאָן גרױסע זאַכן אין מִצרַיִם,
22װוּנדער אין לאַנד פֿון חָם,
פֿאָרכטיקע זאַכן בײַם ים-סוףֿ.
23און ער האָט געװאָלט זײ פֿאַרטיליקן,
װען נישט משה זײַן אױסדערװײלטער
װאָלט זיך געשטעלט פֿאַר אים אין דעם בראָך,
אָפּצוהאַלטן זײַן גרימצאָרן פֿון אומברענגען.
24און זײ האָבן פֿאַראַכט דאָס גלוסטיקע לאַנד,
נישט געגלױבט[2] אין זײַן װאָרט.
25און זײ האָבן געמורמלט אין זײערע געצעלטן,
נישט צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון ה׳.
26און ער האָט אױפֿגעהױבן זײַן האַנט װעגן זײ,
זײ צו מאַכן פֿאַלן אין דער מדבר,
27און צעװאַרפֿן זײער זאָמען צװישן די פֿעלקער,
און זײ צעשפּרײטן אין די לענדער.
28און זײ האָבן זיך באַהעפֿט אָן דעם בַעַל פֿון פּעוֹר,
און געגעסן שלאַכטאָפּפֿער צו טױטע.
29און זײ האָבן דערכּעסט מיט זײערע מעשׂים,
און אַ מגפֿה האָט אױסגעבראָכן צװישן זײ.
30און פּינְחס איז אױפֿגעשטאַנען, און האָט אַ משפּט געטאָן,
און די מגפֿה איז פֿאַרהאַלטן געװאָרן.
31און עס איז אים גערעכנט[3] געװאָרן צו גערעכטיקײט,
אױף דור-דורות ביז אײביק.
32און זײ האָבן דערצערנט בײַ די װאַסערן פֿון מריבֿה,
און משהן איז געשען בײז פֿון װעגן זײ;
33װאָרעם זײ האָבן פֿאַרביטערט זײַן רוּחַ,
און ער האָט זיך אַרױסגערעדט מיט זײַנע ליפּן.
34זײ האָבן נישט פֿאַרטיליקט די פֿעלקער,
אַזױ װי ה׳ האָט זײ אָנגעזאָגט.
35און זײ האָבן זיך געמישט מיט די פֿעלקער,
און זיך אָפּגעלערנט זײערע מעשׂים.
36און זײ האָבן געדינט זײערע געצנבילדער,
װאָס זײַנען געװאָרן אַ שטרױכלונג פֿאַר זײ.
37און זײ האָבן געשלאַכט זײערע זין
און זײערע טעכטער צו די שֵדים,
38און האָבן פֿאַרגאָסן אומשולדיק בלוט,
דאָס בלוט פֿון זײערע זין און זײערע טעכטער,
װאָס זײ האָבן געשלאַכט צו די געצנבילדער פֿון כּנַעַן;
און דאָס לאַנד איז זינדיק געװאָרן דורך בלוט.
39און זײ זײַנען געװאָרן אומרײן דורך זײערע מעשׂים,
און פֿאַרפֿירט געװאָרן אין זײערע טוּונגען.
40און דער צאָרן[4] פֿון ה׳ האָט געגרימט אױף זײַן פֿאָלק,
און ער האָט פֿאַראומװערדיקט זײַן אַרב.
41און ער האָט זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון די פֿעלקער,
און זײערע שָׂונאים האָבן געװעלטיקט איבער זײ.
42און זײערע פֿײַנט האָבן זײ געדריקט,
און זײ זײַנען אונטערטעניק געװאָרן אונטער זײער האַנט.
43פֿיל מאָל פֿלעגט ער זײ מציל זײַן,
אָבער זײ פֿלעגן װידערשפּעניקן אין זײער באַראָט,
און זײַנען אַראָפּגעקומען דורך זײער זינד.
44און ער האָט צוגעזען זײער נױט,
אַז ער האָט געהערט זײער געשרײ.
45און ער האָט זײ געדענקט זײַן ברית,
און זיך באַדאַכט לױט זײַן גרױס גענאָד.
46און ער האָט זײ געגעבן דערבאַרעמונג
בײַ אַלע זײערע פֿאַנגער.
47העלף אונדז, ה׳ אלוקינו,
און זאַמל אונדז אײַן פֿון די פֿעלקער,
צו דאַנקען דײַן הײליקן נאָמען,
זיך צו רימען מיט דײַן לױב.
48ברוך ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל
פֿון אײביקײט און ביז אײביקײט,
און זאָל דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָגן: אָמן!
הַלְלוּ יָהּ (ה׳).
Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteLuke 23 →

1און זייער גאנצע עדה איז אויפגעשטאנען, און אים אוועקגעפירט צו פילאטוסן. 2און זיי האבן אנגעהויבן אים צו באשולדיקן, אזוי צו זאגן: דעם דאזיקן האבן מיר געפונען פארפירן אונדזער פאלק, און ער פארווערט צו צאלן שטייערן צום קיסר; ער זאגט אויך, אז ער איז דער (רבי) מלך המשיח. 3און פילאטוס האט אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: דו ביסט דער קעניג פון די יידן? און ער האט ענטפערנדיק געזאגט צו אים: דו זאגסט עס! 4האט פילאטוס געזאגט צו די הויפט כהנים און צו די המונים מענטשן; איך געפין נישט קיין שום שולד אין דעם דאזיקן מענטשן! 5זיי אבער האבן זיך געהאלטן דערביי, און געזאגט: ער העצט אויף דאס פאלק, לערנט איבערן גאנצן (לאנד) יהודה, און אנהויבנדיק פון גליל אזש ביז אהער! 6און ווי פילאטוס האט דאס געהערט, האט ער געפרעגט, צי דער מענטש איז א גלילי, 7און דערוויסנדיק זיך, אז ער איז פון הורדוסנס ממשלה, האט ער אים אוועקגעשיקט צו הורדוסן, וועלכער איז אליין אויך געווען אין ירושלים אין די דאזיקע טעג.

8און הורדוס האט זיך זייער געפריידט, זעענדיק יהושען/ישוען; ווארום שוין א לאנגע צייט ווי ער האט אים גערן געוואלט זען, צוליב דעם וואס ער האט געהערט וועגן אים, און האט געהאפט צו זען עפעס אן אות געטאן פון אים. 9און ער האט אים געשטעלט א סך קשיות; ער אבער האט אים גארנישט געענטפערט. 10און די הויפט כהנים און די סופרים זענען געשטאנען און האבן אים אייפערדיק אנגעקלאגט. 11און הורדוס מיט זיינע זעלנער האבן אים פאראכט און אפגעשפאט פון אים, און אנטוענדיק אים אין א פראכטפול מלבוש, האט ער אים צוריקגעשיקט צו פילאטוסן. (ישעיהו נג, ז-ח.) 12און הורדוס און פילאטוס זענען געווארן פריינד איינער מיטן אנדערן אין דעם זעלביקן טאג; ווארום פריער האט געהערשט א שנאה צווישן זיי.

13און פילאטוס האט צוזאמענגערופן די הויפט כהנים און די שרים און דאס פאלק. 14און צו זיי געזאגט: איר האט אהערגעברענגט דעם דאזיקן מענטשן פאר מיר, ווי א פאלקספארפירער; און זע, איך האב אים אויסגעפארשט פאר אייך, און האב נישט געפונען אין דעם דאזיקן מענטשן קיין שום שולד, וואס שייך דעם, וואס איר קלאגט אים אָן; 15ניין, אפילו הורדוס אויך נישט; ווארום ער האט אים צוריקגעשיקט צו אונדז; און זע, ער האט גארנישט געטאן, פארוואס ער זאל זיין חייב מיתה. 16איך וועל אים דעריבער לאזן געבן שלעק, און אפלאזן. 17און ער האט געמוזט אפלאזן פאר זיי איינעם אויף יום טוב. 18און דער גאנצער המון האט געשריגן, אזוי צו זאגן: אוועק מיט דעם דאזיקן, און באפריי אונדז בר‑אבאן! 19וועלכער איז אריינגעווארפן געווארן אין געפענקעניש אריין צוליב אן אויפשטאנד, וואס איז פארגעקומען אין דער שטאט, און צוליב א מערדעריי. 20און ווידער האט פילאטוס אויסגערופן צו זיי, וועלנדיק אפלאזן יהושען/ישוען; 21זיי אבער האבן געשריגן, אזוי צו זאגן: אויפהענגען אים אויף דער בוים! אויפהענגען אים אויף דער בוים! 22און צום דריטן מאל האט ער צו זיי געזאגט: וואס פאר א בייז האט ער דען געטאן? איך האב נישט געפונען קיין שום טויט שולד אין אים; איך וועל אים דעריבער לאזן געבן שלעק און באפרייען. 23זיי אבער האבן אנגעהאלטן מיט הויכע קולות, פאדערנדיק, אז ער זאל אים אויפהענגען אויף א בוים. און די געשרייען זייערע האבן גובר געווען. 24און פילאטוס האט געמשפט, אז זייער פאדערונג זאל געשען. 25און האט באפרייט דעם, וואס איז אריינגעווארפן געווארן אין געפענקעניש אריין צוליב אן אויפשטאנד און מערדעריי, וועמען זיי האבן באגערט; יהושען/ישוען אבער האט ער איבערגעגעבן צו זייער ווילן.

26און ווי זיי האבן אים אוועקגעפירט, האבן זיי געכאפט א געוויסן שמעון פון קירניה, קומענדיק פונם פעלד, און האבן ארויפגעלייגט אויף אים דעם בוים, אז ער זאל אים טראגן נאך יהושען/ישוען. 27און עס האט אים נאכגעפאלגט א גרויסער המון עם און פרויען, וואס האבן אים באקלאגט און באוויינט. 28יהושע/ישוע אבער האט זיך אויסגעדרייט צו זיי און געזאגט: טעכטער פון ירושלים, וויינט נישט איבער מיר; נאר וויינט ליבער איבער זיך אליין, און איבער אייערע קינדער! 29ווייל זע, עס קומען טעג, אין וועלכע מען וועט זאגן: וואויל איז די עקרות, און די לייבער, וואס האבן נישט געבוירן, און די בריסטן, וואס האבן נישט געגעבן צו זויגן! 30דעמאלט וועט מען אנהויבן צו זאגן צו די בערג: פאלט אויף אונדז! און צו די בערגלעך: דעקט אונדז צו! 31ווייל אויב מען טוט דאס צום גרינעם האלץ, וואס וועט שוין געשען צום פארדארטן?

32און צוויי אנדערע, פארברעכער, זענען געפירט געווארן צוזאמען מיט אים געטייט צו ווערן.

33און ווען זיי זענען געקומען צו דעם ארט, וואס מען רופט עס גלגלתא, האבן זיי אים דארט אויפגעהאנגען אויף א בוים, און די פארברעכער, דעם אויף דער רעכטער זייט און דעם אויף דער לינקער זייט. (ישעיהו נג, יב.) 34יהושע/ישוע אבער האט געזאגט: פאטער, פארגיב זיי, ווארום זיי ווייסן נישט, וואס זיי טאן! זיי אבער האבן זיך צעטיילט זיינע קליידער און געווארפן גורל. (תהלים כב, יח.) 35און דאס פאלק איז געשטאנען און האט עס צוגעזען. און אויך די שרים האבן אפגעשפאט פון אים, אזוי צו זאגן: אנדערע האט ער געהאלפן; זאל ער זיך אליין העלפן, אויב ער איז דער משיח, דער אויסדערוויילטער פון ה׳! 36און אויך די זעלנער האבן אים אויסגעלאכט, צוקומענדיק צו אים, און ברענגענדיק עסיק פאר אים. (תהלים סט, כא.) 37און האבן געזאגט: אויב דו ביסט דער קעניג פון די יידן, ראטעווע דיך אליין! 38און איבער אים איז אויך געווען אן אויפשריפט: דאס איז דער קעניג פון די יידן.

39איינער אבער פון די פארברעכער, וואס זענען געהענגט געווארן, האט אים געלעסטערט, אזוי צו זאגן: צי ביסטו דען נישט דער משיח? ראטעווע זשע דיך אליין און אונדז! 40נאר דער אנדערער האט ענטפערנדיק אנגעשריגן אויף אים, און געזאגט: דו האסט אויך נישט קיין מורא פאר ה׳, ביסט דאך אין דעם זעלביקן משפט! 41מיר טאקע מיט רעכט; ווארום מיר האבן באקומען דאס, וואס אונדזערע מעשים זענען ווערט געווען; ער אבער האט דאך נישט געטאן קיין שום עוולה! 42און האט געזאגט: יהושע/ישוע, געדענק מיך, ווען דו קומסט אין דיין מלכות אריין! 43און ער האט צו אים געזאגט: באמת זאג איך דיר: היינט וועסטו זיין מיט מיר אין גן עדן!

44און עס איז שוין געווען ארום דער זעקסטער שעה, און א פינצטערניש איז געקומען איבערן גאנצן לאנד ביז דער ניינטער שעה. 45און די זון איז פארפינסטערט געווארן, און דאס פרוכת פון היכל האט זיך צעריסן אין צווייען אין דער מיט. 46און יהושע/ישוע האט א געשריי געטאן מיט א הויך קול, און געזאגט: פאטער, אין דיינע הענט גיב איך איבער מיין גייסט! און דאס זאגנדיק, האט ער אויסגעהויכט זיין אטעם. (תהלים לא, ה.) 47ווי אבער דער אפיציר האט געזען, וואס עס איז געשען, האט ער אפגעגעבן כבוד צו ה׳, אזוי צו זאגן: דער דאזיקער מענטש איז באמת געווען א צדיק! 48און אלע המונים מענטשן, וואס זענען זיך צונויפגעקומען צו דער דאזיקער זעונג, זעענדיק די זאכן, וואס זענען געשען, האבן זיך געשלאגן אויף דער ברוסט און זיך אומגעקערט. 49עס זענען אבער געשטאנען אלע זיינע באקאנטע פונדערווייטנס, און די פרויען, וועלכע האבן אים נאכגעפאלגט פון גליל, און האבן דאס צוגעזען.

50און זע, א געוויסער מאן מיטן נאמען יוסף, וועלכער איז געווען א יועץ, אן איש טוב וצדיק, 51(ער איז נישט געווען איינשטימיק מיט זייער עצה און מיט זייער טאן) פון הרמתים, א יידישע שטאט, וועלכער האט געהאפט אויף דעם קעניגרייך פון ה׳; 52ער איז געגאנגען צו פילאטוסן און האט געבעטן פון אים ישועס גוף. 53און האט אים אראפגענומען, אים איינגעוויקלט אין א ליילעך, און געלייגט אין א קבר, אויסגעהאקט אין א פעלדזן, וואו עס איז נאך קיינמאל קיינער נישט געלייגט געווארן. 54און דער טאג איז געווען ערב שבת, און דער שבת האט שוין געהאלטן ביים צופאלן. 55די פרויען אבער, וואס האבן אים באגלייט פון גליל, זענען נאכגעגאנגען, און האבן געזען דאס קבר, און וויאזוי זיין קערפער איז געלייגט געווארן. 56און האבן זיך אומגעקערט, און צוגעגרייט בשמים און זאלבן.

און שבת האבן זיי גערוט לויט דעם געבאט (פון דער תורה).

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 105Psalms 107 ►