AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Numbers 11
◄ Numbers 10
Numbers 11
במִדְבר 11
Numbers 12 ►

1און דאָס פֿאָלק האָט זיך באַקלאָגט אױף שלעכטס אין די אױערן פֿון ה׳, און ה׳ האָט געהערט, און זײַן צאָרן {אַף}[1] האָט געגרימט, און אַ פֿײַער פֿון ה׳ האָט געברענט צװישן זײ, און האָט פֿאַרצערט בײַם עק לאַגער. 2האָט דאָס פֿאָלק געשריען צו משהן, און משה האָט מתפּלל געװען צו ה׳, און דאָס פֿײַער האָט זיך געזעצט. 3און מע האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון יענעם אָרט תַּבֿעֵרָה, װײַל אַ פֿײַער פֿון ה׳ האָט געברענט צװישן זײ.

4און די צונױפֿגעלאָפֿענע װאָס צװישן זײ האָבן געגלוסט אַ גלוסטונג; און אױך די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן װידער געװײנט, און זײ האָבן געזאָגט: װען מע זאָל אונדז געבן עסן פֿלײש! 5מיר געדענקען די פֿיש װאָס מיר פֿלעגן עסן אין מִצרַיִם אומזיסט, די פּלוצערן, און די קירבעס, און דאָס גרינס, און די ציבעלעס, און די קנאָבל. 6און אַצונד איז אונדזער זעל פֿאַרטריקנט; נישטאָ קײן זאַך; בלױז אױפֿן מַן זײַנען אונדזערע אױגן.

7און דער מַן איז געװען אַזױ װי קאָריאַנדערזאָמען, און זײַן אָנבליק אַזױ װי דער אָנבליק פֿון בדוֹלַך. 8דאָס פֿאָלק האָט זיך פֿאַרשפּרײט, און האָט עס אױפֿגעקליבן, און געמאָלן אין אַ האַנטמיל, אָדער געשטױסן אין אַ שטײסל, און געקאָכט אין אַ טאָפּ, אָדער געמאַכט דערפֿון קוכנס און דער טעם דערפֿון איז געװען װי דער טעם פֿון אַן אײלקיכל. 9און װי דער טױ האָט אַראָפּגענידערט אױפֿן לאַגער בײַ נאַכט, פֿלעגט אַראָפּנידערן דערױף דער מַן.

10און משה האָט געהערט דאָס פֿאָלק װײנען משפּחות-װײַז, איטלעכער פֿאַר דעם אײַנגאַנג פֿון זײַן געצעלט, און דער צאָרן פֿון ה׳ האָט זײער געגרימט, און עס איז געװען שלעכט אין די אױגן פֿון משהן. 11און משה האָט געזאָגט צו ה׳: פֿאַר װאָס טוסטו שלעכטס דײַן קנעכט, און פֿאַר װאָס האָב איך געפֿונען אומחן אין דײַנע אױגן, אַרױפֿצולײגן אױף מיר די לאַסט פֿון דעם דאָזיקן גאַנצן פֿאָלק? 12האָב איך דען געטראָגן דאָס דאָזיקע גאַנצע פֿאָלק, צי איך האָב עס געבאָרן, װאָס דו זאָגסט צו מיר: טראָג עס אין דײַן בוזעם, אַזױ װי אַ דערציער טראָגט אַ זױגעדיקן, צו דעם לאַנד װאָס דו האָסט צוגעשװאָרן זײערע עלטערן? 13פֿון װאַנען האָב איך פֿלײש, צו געבן דעם דאָזיקן גאַנצן פֿאָלק, װאָס זײ װײנען אױף מיר, אַזױ צו זאָגן: גיב אונדז פֿלײש, מיר זאָלן עסן? 14איך אַלײן קען נישט טראָגן דאָס דאָזיקע גאַנצע פֿאָלק, װאָרעם עס איז צו שװער פֿאַר מיר. 15און אױב דו טוסט אַזױ צו מיר, הרגען הרגע מיך, איך בעט דיך, אױב איך האָב געפֿונען חֵן אין דײַנע אױגן, און לאָמיך נישט זען מײַן אומגליק.

16האָט ה׳ געזאָגט צו משהן: זאַמל מיר אײַן זיבעציק מאַן פֿון די עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל, די װאָס דו װײסט אַז זײ זײַנען די עלטסטע פֿון פֿאָלק, און זײַנע אױפֿזעערס, און זאָלסט זײ נעמען צום אוֹהל-מוֹעד, און זײ זאָלן זיך דאָרטן שטעלן מיט דיר. 17און איך װעל אַראָפּנידערן, און װעל דאָרטן רעדן מיט דיר, און װעל אָפּשײדן פֿון דעם רוּחַ װאָס אױף דיר, און אַרױפֿטאָן אױף זײ, און זײ װעלן מיטטראָגן מיט דיר די לאַסט פֿון פֿאָלק, און װעסט נישט דאַרפֿן טראָגן דו אַלײן. 18און צום פֿאָלק זאָלסטו זאָגן: ברײט אײַך אָן אױף מאָרגן, און איר װעט עסן פֿלײש; װײַל איר האָט געװײנט אין די אױערן פֿון ה׳, אַזױ צו זאָגן: װען מע זאָל אונדז געבן עסן פֿלײש! װאָרעם אונדז איז געװען װױל אין מִצרַיִם; דערום װעט אײַך ה׳ געבן פֿלײש, און איר װעט עסן. 19נישט אײן טאָג װעט איר עסן, און נישט צװײ טעג, און נישט פֿינף טעג, און נישט צען טעג, און נישט צװאַנציק טעג; 20ביז אַ חודש צײַט, ביז װאַנען עס װעט אײַך קערן פֿון דער נאָז, און װעט אײַך זײַן צום עקל; דערפֿאַר װאָס איר האָט פֿאַראַכט ה׳ װאָס איז צװישן אײַך, און האָט געװײנט פֿאַר אים, אַזױ צו זאָגן: נאָך װאָס גאָר זײַנען מיר אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם? 21האָט משה געזאָגט: זעקס הונדערט טױזנט פֿוסגײער איז דאָס פֿאָלק װאָס איך בין צװישן אים, און דו זאָגסט: איך װעל זײ געבן פֿלײש, און זײ װעלן עסן אַ חודש צײַט. 22װען שאָף און רינדער זאָלן געשאָכטן װערן פֿאַר זײ, װעט זײ דען קלעקן? אַז אַלע פֿישן פֿון ים זאָלן אײַנגעזאַמלט װערן פֿאַר זײ, װעט זײ דען קלעקן? 23האָט ה׳ געזאָגט צו משהן: איז די האַנט פֿון ה׳ קורץ? אַצונד װעסטו זען, אױב מײַן װאָרט װעט דיר געשען אָדער נישט.

24איז משה אַרױסגעגאַנגען, און האָט גערעדט צום פֿאָלק די װערטער פֿון ה׳; און ער האָט אײַנגעזאַמלט זיבעציק מאַן פֿון די עלטסטע פֿון פֿאָלק, און זײ געשטעלט רונד אַרום געצעלט. 25און ה׳ האָט אַראָפּגענידערט אין דעם װאָלקן, און האָט גערעדט צו אים, און האָט גענומען פֿון דעם רוּחַ װאָס אױף אים, און געגעבן אױף די זיבעציק מאַן, די עלטסטע. און עס איז געװען, װי דער רוּחַ[2] האָט אױף זײ גערוט, אַזױ האָבן זײ נבֿיאות געזאָגט; אָבער נישט מער.

26און צװײ מענער זײַנען איבערגעבליבן אין לאַגער, דער נאָמען פֿון אײנעם אֶלדָד, און דער נאָמען פֿון צװײטן מֵידָד; האָט אױף זײ אױך גערוט דער רוּחַ – און זײ זײַנען געװען צװישן די פֿאַרשריבענע, אָבער זײ זײַנען נישט אַרױסגעגאַנגען צום געצעלט – און זײ האָבן נבֿיאות געזאָגט אין לאַגער. 27איז געלאָפֿן דער יונג, און האָט דערצײלט משהן, און געזאָגט: אֶלדָד און מֵידָד זאָגן נבֿיאות אין לאַגער. 28האָט זיך אָפּגערופֿן יְהוֹשועַ[3] דער זון פֿון נון, משהס באַדינער פֿון זײַן יוגנט אָן, און האָט געזאָגט: מײַן האַר משה, האַלט זײ צוריק. 29האָט משה צו אים געזאָגט: נעמסטו זיך אָן פֿאַר מיר? הלװאַי זאָל דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון ה׳ זײַן נבֿיאים, אַז ה׳ זאָל געבן זײַן רוּחַ אױף זײ![4] 30און משה איז צוריק אַרײַן אין לאַגער, ער און די עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל.

31און אַ װינט האָט אַרױסגעצױגן פֿון ה׳, און האָט געבראַכט צופֿליִען װאַכטלפֿױגלען פֿון ים, און האָט זײ צעװאָרפֿן לעבן לאַגער אַרום אַ טאָג װעגס פֿון אײן זײַט, און אַרום אַ טאָג װעגס פֿון דער אַנדער זײַט, רונד אַרום לאַגער, און אַרום צװײ אײלן איבערן געזיכט פֿון דער ערד. 32און דאָס פֿאָלק איז אױפֿגעשטאַנען יענעם גאַנצן טאָג, און די גאַנצע נאַכט, און דעם גאַנצן מאָרגעדיקן טאָג, און זײ האָבן אױפֿגעקליבן די װאַכטלפֿױגלען; דער װאָס האָט צומינדסט געקליבן האָט אױפֿגעקליבן צען הױפֿנס; און זײ האָבן זײ זיך אױסגעשפּרײט רונד אַרום לאַגער.

33דאָס פֿלײש איז נאָך געװען צװישן זײערע צײנער, אײדער עס איז צעקײַט {כרת}[5] געװאָרן, אַזױ האָט דער צאָרן פֿון ה׳ געגרימט אױפֿן פֿאָלק, און ה׳ האָט געשלאָגן צװישן דעם פֿאָלק זײער אַ גרױסן שלאַק. 34און מע האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון יענעם אָרט קִבֿרוֹת-הַתַּאֲוָה, װײַל דאָרטן האָט מען באַגראָבן דאָס פֿאָלק װאָס האָט געגלוסט.

35פֿון קִבֿרוֹת-הַתַּאֲוָה האָט דאָס פֿאָלק געצױגן קײן חַצֵרוֹת; און זײ זײַנען געבליבן אין חַצֵרוֹת.

Notes & Cross-References
Brit Chadasha Footnote1 Corinthians 14 →

1שטרעבט נאך דער ליבע; און באגערט די רוחניותדיקע מתנות, נאר ליבער, אז איר זאלט נבואות זאגן. 2ווארום דער, וואס רעדט אויף אן (אומבאקאנט) לשון, רעדט נישט צו מענטשן, נאר צו ה׳; ווייל קיינער איז נישט משיג, און ער רעדט סודות אינם גייסט. 3דער אבער, וועלכער זאגט נבואות, רעדט צו מענטשן צו דערבויאונג, און מוסר, און טרייסט. 4ווער עס רעדט אויף א לשון, דער דערבויט זיך אליין; און דער, וואס זאגט נבואות, דערבויט די קהלה. 5און איך וויל, אז איר זאלט אלע רעדן מיט לשונות, אבער נאך מער, אז איר זאלט נבואות זאגן; און גרעסער איז דער, וואס זאגט נבואות, ווי דער, וואס רעדט מיט לשונות, אחוץ אז ער זאל אויך פארטייטשן, כדי די קהלה זאל באקומען דערבויאונג. 6און איצט, ברידער, ווען איך זאל קומען צו אייך, רעדנדיק מיט לשונות, וואס וועל איך אייך (דערמיט) העלפן, אויב איך וועל נישט רעדן צו אייך, צי דורך אן אנטפלעקונג, אדער דורך דערקענטעניש, אדער מיט נבואה, אדער לערנונג? 7יא, אפילו די נישט לעבעדיקע זאכן, וואס געבן ארויס א קלאנג, זאל עס זיין די פלייט אדער די הארפע, ווען זיי מאכן נישט קיין חילוק אין די קלאנגען, וויאזוי וועט מען דערקענען, וואס מען שפילט אויף דער פלייט אדער הארפע. 8ווארום ווען דער טרומייט זאל געבן אן אומדייטלעכן טאָן, ווער וועט זיך צוגרייטן צו דער מלחמה? 9און אויך אזוי איר, ווען איר זאלט נישט געבן דורך דער צונג א לייכט פארשטענדלעך ווארט, ווי אזוי וועט מען וויסן, וואס עס ווערט גערעדט? איר וועט דאך רעדן (סתם) אינדערלופטן. 10עס זענען פאראן ווער ווייס וויפל מינים קולות אין דער וועלט, און קיינס איז נישט אָן א זין. 11ווען דעריבער איך ווייס נישט די באטייטונג פון דעם קול, וועל איך זיין פאר דעם רעדנער א פרעמדער, און דער רעדנער וועט פאר מיר זיין א פרעמדער. 12אויך אזוי איר, ווייל איר זענט אייפעריק אזוי נאך רוחניותדיקע מתנות, זוכט, אז איר זאלט האבן א שפע פאר דער אויפבויאונג פון דער קהלה. 13דערפאר זאל דער, וואס רעדט אויף א לשון, תפילה טאן, אז ער זאל פארטייטשן. 14ווארום אויב איך בין מתפלל אויף א לשון, איז מיין גייסט מתפלל, מיין פארשטאנד אבער בלייבט אָן פירות. 15ווי זשע זאל עס זיין? איך וועל תפילה טאן מיט דעם גייסט, און וועל אויך תפילה טאן מיטן שכל; איך וועל זינגען מיט דעם גייסט, און וועל אויך זינגען מיטן פארשטאנד. 16ווייל ווען דו מאכסט א ברכה מיטן גייסט, וויאזוי וועט דער, וועלכער פארנעמט דאס ארט פון א נישט געלערנטן, זאגן אמן אויף דיין ברכה? ער ווייסט דאך נישט וואס דו זאגסט. 17ווארום דו מאכסט טאקע א ברכה ווי עס געהער צו זיין, נאר דער אנדערער איז נישט אויפגעבויט. 18איך דאנק ה׳, אז איך רעד מיט לשונות מער ווי איר אלע; 19נאר אין דער קהלה וויל איך (ליבער) רעדן פינף ווערטער מיט מיין פארשטאנד, כדי איך זאל אויך אנדערע לערנען, ווי צען טויזנט ווערטער אויף אן (אומבאקאנט) לשון.

20ברידער, זייט נישט קיין קינדער מיטן פארשטאנד; נאר וואס שייך בייז זייט זייגעדיקע קינדער, מיטן פארשטאנד אבער דערוואקסענע (מענטשן). 21אין דער תורה שטייט געשריבן: מיט אנדערע לשונות און מיט אנדערע לעפצן וועל איך רעדן צום דאזיקן פאלק; און אפילו אזוי וועלן זיי מיך נישט הערן, זאגט דער האר (ג‑ט). (ישעיהו כח, יא-יב.) 22אזוי ארום זענען (שוין) די לשונות ווי א צייכן, נישט צו די מאמינים, נאר צו די אומגלויביקע; די נבואה אבער איז נישט פאר די אומגלויביקע, נאר פאר די, וועלכע גלויבן. 23ווען דעריבער די גאנצע קהלה פארזאמלט זיך, און אלע רעדן מיט לשונות, און עס קומען אריין הדיוטים אדער אומגלויביקע, צי וועלן זיי דען נישט זאגן, אז איר זענט משוגע? 24ווען אבער אלע זאגן נבואות, און עס קומט אריין עמיצער אן אומגלויביקער אדער א הדיוט, ווערט ער פון אלעמען געמוסרט, פון אלעמען (ריכטיק) געמשפט; 25די פארבארגענע זאכן פון זיין הארצן ווערן אנטפלעקט; און אזוי ארום, פאלנדיק אויפן פנים, וועט ער זיך בוקן צו ה׳, מודה זייענדיק, אז ה׳ איז באמת צווישן אייך.

26וואס זשע איז עס, ברידער? ווען איר פארזאמלט אייך, האט יעדער איינער א מזמור, א לערנונג, אן אנטפלעקונג, א לשון, א פארטייטשונג; זאל אלץ געטאן ווערן צו דערבויאונג. 27אויב עמיצער וויל רעדן מיט א לשון, זאל עס זיין צווייענווייז, אדער העכסטנס זאלבעדריט, און איינער נאכן אנדערן; און איינער זאל פארטייטשן; 28ווען אבער עס געפינט זיך נישט קיין פארטייטשער, זאל מען שווייגן אין דער קהלה; און רעדן צו זיך אליין און צו ה׳. 29נביאים אבער זאלן רעדן צוויי אדער דריי, און די אנדערע זאלן משפטן. 30און ווען עס וועט עפעס אנטפלעקט ווערן צו אן אנדערן, וועלכער זיצט (דארטן), זאל דער ערשטער שווייגן. 31ווארום איר קענט אלע נבואות זאגן, איינער נאכן אנדערן, כדי אלע זאלן לערנען און אלע געטרייסט ווערן; 32און די גייסטער פון די נביאים זענען אונטערטעניק צו די נביאים; 33ווארום ה׳ איז נישט קיין ג‑ט פון אומארדנונג, נאר פון שלום. ווי אין אלע קהלות פון די קדושים.

34אזוי זאלן די פרויען שווייגן אין די קהלות; ווארום זיי האבן נישט קיין רשות צו רעדן, נאר זאלן זיין אונטערטעניק, פונקט ווי אויך די תורה זאגט. 35און אויב זיי ווילן עפעס לערנען, זאלן זיי פרעגן זייערע אייגענע מענער אינדערהיים; ווארום עס איז א חרפה פאר א פרוי צו רעדן אין דער קהלה. 36וואס? איז ה׳ס ווארט פון אייך ארויסגעגאנגען? אדער איז עס נאר צו אייך אליין אנגעקומען?

37אויב עמיצער מיינט, אז ער איז א נביא אדער באשענקט מיט גייסט, זאל ער דערקענען (אין דעם), וואס איך שרייב צו אייך, אז עס איז דעם הארס געבאט. 38אויב אבער עמיצער ווייסט עס נישט, זאל ער נישט וויסן.

39דעריבער, ברידער מיינע, באגערט צו זאגן נבואות, און שטערט נישט צו רעדן מיט לשונות. 40אלץ אבער זאל געטאן ווערן בכבודיק און אין ארדנונג.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Numbers 10Numbers 12 ►