AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Ezra 3
◄ Ezra 2
Ezra 3
עֶזְרָא 3
Ezra 4 ►

1און אַז דער זיבעטער חודש איז געקומען, און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען געװען אין די שטעט, האָט זיך דאָס פֿאָלק אײַנגעזאַמלט װי אײן מאַן קײן ירושָלַיִם. 2און יֵשועַ[1] דער זון פֿון יוֹצָדָקן, און זײַנע ברידער די כּהנים, און זרובבֿל דער זון פֿון שְאַלתּיאֵלן, און זײַנע ברידער, זײַנען אױפֿגעשטאַנען, און זײ האָבן אױפֿגעבױט דעם מזבח פֿון אלוקי יִשׂרָאֵל, כּדי אױפֿצוברענגען אױף אים בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, אַזױ װי עס שטײט געשריבן אין דער תּורה פֿון משה דעם מאַן פֿון ג-ט. 3און זײ האָבן אױפֿגעשטעלט דעם מזבח אױף זײַנע געשטעלן; װאָרעם אױף זײ איז געװען די אימה פֿאַר די פֿעלקער פֿון די לענדער. און זײ האָבן אױפֿגעבראַכט אױף אים בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} צו ה׳, בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} אין דער פֿרי און אין אָװנט. 4און זײ האָבן געמאַכט דעם יוֹם-טובֿ פֿון סוכּוֹת, אַזױ װי עס שטײט געשריבן, און די טאָגטעגלעכע בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} לױט דער צאָל, װי דער דין איז פֿאַר איטלעכן טאָג: 5און דערנאָך דאָס שטענדיקע בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, און [די קָרְבֳנוֹת] פֿון ראָש-חודש, און פֿון אַלע געהײליקטע יוֹם-טובֿים פֿון ה׳, און פֿון איטלעכן װאָס האָט מנדבֿ געװען אַ פֿרײַװיליקע נדבֿה {קָרבָּן} צו ה׳. 6פֿון ערשטן טאָג אין זיבעטן חודש האָבן זײ אָנגעהױבן אױפֿברענגען בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} צו ה׳, הגם דער גרונטפֿעסט פֿון דעם הֵיכל פֿון ה׳ איז נאָך נישט געװען געלײגט.

7און זײ האָבן געגעבן געלט צו די שטײנהעקער, און צו די האָלצמײנסטער, און שפּײַז און געטראַנק, און אײל, צו די צידוֹנים, און צו די צוֹרים, אַז זײ זאָלן ברענגען צעדערהאָלץ פֿון לבֿנוֹן ביז דעם ים פֿון יָפֿוֹא, לױט דער דערלױבעניש פֿון כּוֹרֶש[2] דעם מלך פֿון פָּרַס צו זײ. 8און אין צװײטן יאָר נאָך זײער קומען צום הױז פֿון האלֹקים קײן ירושָלַיִם, אין צװײטן חודש, האָבן גענומען זרובבֿל דער זון פֿון שְאַלתּיאֵלן, און יֵשועַ[3] דער זון פֿון יוֹצָדָקן, און זײערע איבעריקע ברידער די כּהנים און די לוִיִים, און אַלע װאָס זײַנען געקומען פֿון דער געפֿאַנגענשאַפֿט קײן ירושָלַיִם, און זײ האָבן געשטעלט די לוִיִים פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, אָנצופֿירן די אַרבעט פֿון ה׳ס הױז. 9און יֵשועַ,[4] זײַנע זין, און זײַנע ברידער, און קַדמיאֵל מיט זײַנע זין, די קינדער פֿון יהוּדה, זײַנען געשטאַנען אין אײנעם אױפֿצופּאַסן איבער די בַעַל-מלאָכות אין הױז פֿון האלֹקים; [אױך] די קינדער פֿון חֵנָדָד, זײערע זין, און זײערע ברידער, די לוִיִים.

10און אַז די בױמײנסטער האָבן געלײגט דעם גרונטפֿעסט פֿון ה׳ס הֵיכל, האָט מען געשטעלט די כּהנים, אָנגעקלײדטע, מיט טרומײטן, און די לוִיִים, די קינדער פֿון אָסָף, מיט צימבלען, צו לױבן ג-ט לױט דעם אײַנשטעל פֿון דָוִד דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל. 11און זײ האָבן געזונגען לױב און דאַנק צו ה׳: װאָרעם ער איז גוט, װאָרעם אײביק איז זײַן חֶסֶד אױף יִשׂרָאֵל. 12און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געשאַלט אַ גרױסע שאַלונג אין לױב צו ג-ט פֿאַר װאָס דער גרונטפֿעסט פֿון ה׳ס הױז איז געלײגט געװאָרן. און פֿיל פֿון די כּהנים און די לוִיִים און די הױפּטלײַט פֿון די פֿאָטערהײַזער, די זקנים װאָס האָבן געזען דאָס ערשטע הױז, האָבן געװײנט אױף אַ הױכן קֹול װען מע האָט געלײגט דעם גרונטפֿעסט פֿון דעם דאָזיקן הױז פֿאַר זײערע אױגן; און פֿיל האָבן געשאַלט פֿאַר שׂימחה אױף אַ הױכן קֹול. 13און דאָס פֿאָלק האָט נישט געקענט דערקענען צװישן דעם קֹול פֿון שאַלונג פֿאַר שׂימחה, און דעם קֹול פֿון דעם פֿאָלקס געװײן; װאָרעם דאָס פֿאָלק האָט געשאַלט אַ גרױסע שאַלונג, און דער קֹול האָט זיך געהערט ביז אין דער װײַטן.

Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Ezra 2Ezra 4 ►