1און דאָס זײַנען די זין פֿון דָוִדן װאָס זײַנען אים געבאָרן געװאָרן אין חֶבֿרוֹן: דער בכוֹר, אַמנוֹן, פֿון אַחינוֹעַמען פֿון יִזרְעֶאל; דער צװײטער, דָניאֵל, פֿון אַבֿיגַיִלן, פֿון כַּרמֶל; 2דער דריטער, אַבֿשָלום דער זון פֿון מַעֲכָה דער טאָכטער פֿון תַּלמַי דעם מלך פֿון גשור; דער פֿירטער, אַדוֹנִיָה דער זון פֿון חַגיתן; 3דער פֿינפֿטער, שפֿטיָה, פֿון אַבֿיטַלן; דער זעקסטער, יִתרְעָם, פֿון זײַן װײַב עֶגלָהן. 4די זעקס זײַנען אים געבאָרן געװאָרן אין חֶבֿרוֹן; און ער האָט דאָרטן געקיניגט זיבן יאָר און זעקס חדשים; און דרײַ און דרײַסיק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם.
5און די דאָזיקע זײַנען אים געבאָרן געװאָרן אין ירושָלַיִם: שִמעָא, און שוֹבֿבֿ, און נָתָן, און שלמה – פֿיר, פֿון בת-שועַ דער טאָכטער פֿון עַמיאֵלן; 6און יִבֿחָר, און אֶלישָמָע, און אֶליפֶֿלֶט; 7און נוֹגַה, און נֶפֶֿג, און יָפֿיעַ; 8און אֶלישָמָע, און אֶליָדָע, און אֶליפֶֿלֶט – נײַן. 9דאָס זײַנען אַלע זין פֿון דָוִדן, אַחוץ די זין פֿון די קעפּסװײַבער, און זײער שװעסטער תָּמָר.
10און דער זון פֿון שלמהן איז געװען רחַבֿעָם. זײַן זון איז געװען אַבֿיָה, זײַן זון אָסאָ, זײַן זון יהוֹשָפֿט; 11זײַן זון יוֹרָם, זײַן זון אַחַזיָהו, זײַן זון יוֹאָש; 12זײַן זון אַמַציָהו, זײַן זון עַזַריָה, זײַן זון יוֹתָם; 13זײַן זון אָחָז, זײַן זון חִזקִיָהו, זײַן זון מנַשֶה; 14זײַן זון אָמוֹן, זײַן זון יֹאשִיָהו. 15און די זין פֿון יֹאשִיָהון זײַנען געװען: דער בכוֹר יוֹחָנָן, דער צװײטער יהוֹיָקים דער דריטער צִדקִיָהו, דער פֿירטער, שַלום. 16און די זין פֿון יהוֹיָקימען זײַנען געװען: זײַן זון יכָניָה, זײַן זון צִדקִיָה.
17און די זין פֿון יכָניָה דעם געפֿאַנגענעם: זײַן זון שְאַלתּיאֵל, 18און מַלכּירָם, און פּדָיָה, און שֶנאַצַר, יקַמיָה, הוֹשָמָע, און נדַבֿיָה. 19און די זין פֿון פּדָיָהן: זרובבֿל, און שִמְעִי. און די קינדער פֿון זרובבֿלן: משולָם, און חַנַניָה, און זײער שװעסטער שלוֹמית; 20און חשובֿה, און אוֹהֶל, און ברֶכיָה, און חסַדיָה, יוּשַׁב-חֶסֶד – פֿינף. 21און די זין פֿון חַנַניָהן: פּלַטיָה און יְשַעְיָה. די זין פֿון ישַעיָהן: רפֿיָה. די זין פֿון רפֿיָהן: אָרנָן. די זין פֿון אַרנָנען: עוֹבַֿדיָה. די זין פֿון עוֹבַֿדיָהן: שכַניָה. 22און די זין פֿון שכַניָהן: שמַעיָה. און די זין פֿון שמַעיָהן: חַטוש, און יִגאָל, און בריח, און נעַריָה, און שָפֿט – זעקס. 23און די זין פֿון נעַריָהן: אֶליוֹעֵינַי, און חִזקִיָה, און עַזריקָם – דרײַ. 24און די זין פֿון אֶליוֹעֵינַין: הוֹדַוְיָהו און אֶליָשיבֿ, און פּלָיָה, און עַקובֿ, און יוֹחָנָן, און דלָיָה, און עַנָני – זיבן.