1אין זיבן און צװאַנציקסטן יאָר פֿון יָרָבֿעָם דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל, איז עַזַריָה דער זון פֿון אַמַציָה דעם מלך פֿון יהוּדה געװאָרן מלך. 2זעכצן יאָר איז ער אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און צװײ און פֿופֿציק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם, און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען יכָליָהו פֿון ירושָלַיִם.
3און ער האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון ה׳, אַזױ װי אַלץ װאָס זײַן פֿאָטער אַמַציָהו האָט געטאָן. 4נאָר די בָמות זײַנען נישט אָפּגעטאָן געװאָרן; דאָס פֿאָלק האָט נאָך אַלץ געשלאַכט און גערײכערט אױף די בָמות.
5און ה׳ האָט געפּלאָגט דעם מלך, און ער איז געװען אַ מצוֹרע ביז דעם טאָג פֿון זײַן טױט. און ער איז געזעסן אין דעם אָפּגעזונדערטן הױז. און יוֹתָם דעם מלכס זון איז געװען איבערן פּאַלאַץ; ער האָט געמשפּט דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד.
6און די איבעריקע זאַכן װעגן עַזַריָהון, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יהוּדה.
7און עַזַריָה האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און מע האָט אים באַגראָבן לעבן זײַנע עלטערן אין דָוִדס-שטאָט. און זײַן זון יוֹתָם איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.[1]
8אין אַכט און דרײַסיקסטן יאָר פֿון עַזַריָהו דעם מלך פֿון יהוּדה, האָט זכַריָהו דער זון פֿון יָרָבֿעָמען געקיניגט איבער יִשׂרָאֵל אין שוֹמרוֹן זעקס חדשים. 9און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, אַזױ װי זײַנע עלטערן האָבן געטאָן; ער האָט זיך נישט אָפּגעקערט פֿון די זינד פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבָֿטן, װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן יִשׂרָאֵל.
10און שַלום דער זון פֿון יָבֵֿשן האָט געמאַכט אַ בונט אױף אים, און האָט אים געשלאָגן אַנטקעגן פֿאַרן פֿאָלק, און אים געטײט, און איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.[2]
11און די איבעריקע זאַכן װעגן זכַריָהן, זײ זײַנען באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל.
12דאָס איז געװען דאָס װאָרט פֿון ה׳ װאָס ער האָט גערעדט צו יֵהוּאן, אַזױ צו זאָגן: קינדער ביזן פֿירטן דור װעלן דיר זיצן אױפֿן טראָן[3] פֿון יִשׂרָאֵל; און אַזױ איז געשען.
13שַלום דער זון פֿון יָבֵֿשן איז געװאָרן מלך אין נײַן און דרײַסיקסטן יאָר פֿון עוּזִיָה דעם מלך פֿון יהוּדה; און ער האָט געקיניגט אַ חודש צײַט אין שוֹמרוֹן.
14איז אַרױפֿגעגאַנגען מנַחֵם דער זון פֿון גָדין, פֿון תִּרצָה, און ער איז געקומען קײן שוֹמרוֹן, און האָט געשלאָגן שַלום דעם זון פֿון יָבֵֿשן אין שוֹמרוֹן, און האָט אים געטײט, און איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.[4]
15און די איבעריקע זאַכן װעגן שַלומען, און זײַן בונט װאָס ער האָט געבונטעװעט, דאָס איז באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל.
16דענצמאָל האָט מנַחֵם געשלאָגן תִּפֿסַח מיט אַלע װאָס אין איר, און אירע געמאַרקן פֿון תִּרצָה אָן. װײַל מע האָט אים נישט געעפֿנט. האָט ער זי געשלאָגן; אַלע אירע טראָגעדיקע האָט ער אױפֿגעשפּאָלטן.
17אין נײַן און דרײַסיקסטן יאָר פֿון עַזַריָה דעם מלך פֿון יהוּדה איז מנַחֵם דער זון פֿון גָדין געװאָרן מלך איבער יִשׂרָאֵל, [און האָט געקיניגט] צען יאָר אין שוֹמרוֹן.
18און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳; ער האָט אַלע זײַנע טעג זיך נישט אָפּגעקערט פֿון די זינד פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבָֿטן, װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן יִשׂרָאֵל.
19איז געקומען פּול דער מלך פֿון אשור אױפֿן לאַנד. און מנַחֵם האָט געגעבן פּולן טױזנט צענטנער זילבער, אַז זײַן האַנט זאָל זײַן מיט אים צו באַפֿעסטיקן די מלוכה אין זײַן האַנט. 20און מנַחֵם האָט אױסגעװאָרפֿן דאָס געלט אױף יִשׂרָאֵל, אױף אַלע װױלפֿאַרמעגלעכע, פֿופֿציק שקָלים זילבער אױף יעטװעדער מאַן. כּדי צו געבן דעם מלך פֿון אשור. און דער מלך פֿון אשור האָט זיך אומגעקערט, און האָט זיך נישט אָפּגעשטעלט דאָרטן אין לאַנד.
21און די איבעריקע זאַכן װעגן מנַחֵמען, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל.
22און מנַחֵם האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און זײַן זון פּקַחיָה איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.[5]
23אין פֿופֿציקסטן יאָר פֿון עַזַריָה דעם מלך פֿון יהוּדה איז פּקַחיָה דער זון פֿון מנַחֵמען געװאָרן מלך איבער יִשׂרָאֵל אין שוֹמרוֹן, [און האָט געקיניגט] צװײ יאָר.
24און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳; ער האָט זיך נישט אָפּגעקערט פֿון די זינד פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבָֿטן, װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן יִשׂרָאֵל.
25און זײַן הױפּטמאַן פֶּקַח דער זון פֿון רמַליָהון האָט געמאַכט אַ בונט אױף אים, און האָט אים דערשלאָגן אין שוֹמרוֹן, אין פּאַלאַץ פֿון מלכס הױז, בײַ אַרגוֹבֿ און בײַ אַריֵה; און מיט אים זײַנען געװען פֿופֿציק מאַן פֿון די גִלעָדער; און ער האָט אים געטײט, און איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.[6]
26און די איבעריקע זאַכן װעגן פּקַחיָהן, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, דאָס איז באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל.
27אין צװײ און פֿופֿציקסטן יאָר פֿון עַזַריָה דעם מלך פֿון יהוּדה, איז פֶּקַח דער זון פֿון רמַליָהון געװאָרן מלך איבער יִשׂרָאֵל אין שוֹמרוֹן, [און האָט געקיניגט] צװאַנציק יאָר.
28און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳; ער האָט זיך נישט אָפּגעקערט פֿון די זינד פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבָֿטן, װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן יִשׂרָאֵל.
29אין די טעג פֿון פֶּקַח דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל, איז געקומען תִּגלַת-פִּלאֶסֶר דער מלך פֿון אשור, און האָט גענומען עִיוֹן, און אָבֿל-בֵית-מעכָה, און יָנוֹחַ, און קֶדֶש, און חָצוֹר, און גִלעָד, און גָליל, דאָס גאַנצע לאַנד נַפֿתָּלי; און ער האָט זײ פֿאַרטריבן קײן אשור.
30און הוֹשֵעַ דער זון פֿון אֵלָהן האָט געבונטעװעט אַ בונט אױף פֶּקַח דעם זון פֿון רמַליָהון, און ער האָט אים געשלאָגן און אים געטײט, און איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט,[7] אין צװאַנציקסטן יאָר פֿון יוֹתָם דעם זון פֿון עוּזִיָהן.
31און די איבעריקע זאַכן װעגן פֶּקַחן, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, דאָס איז באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל.
32אין צװײטן יאָר פֿון פֶּקַח דעם זון פֿון רמַליָהון, דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל, איז יוֹתָם דער זון פֿון עוּזִיָהו דעם מלך פֿון יהוּדה געװאָרן מלך. 33פֿינף און צװאַנציק יאָר איז ער אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און זעכצן יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען ירוּשאָ די טאָכטער פֿון צָדוֹקן.
34און ער האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון ה׳; ער האָט געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס זײַן פֿאָטער עוּזִיָהו האָט געטאָן.
35נאָר די בָמות זײַנען נישט אָפּגעטאָן געװאָרן; דאָס פֿאָלק האָט נאָך אַלץ געשלאַכט און גערײכערט אױף די בָמות.
ער האָט געבױט דאָס אױבערשטע טױער פֿון ה׳ס הױז.
36און די איבעריקע זאַכן װעגן יוֹתָמען, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יהוּדה.
37אין יענע טעג האָט ה׳ אָנגעהױבן אָנשיקן אױף יהוּדה רצין דעם מלך פֿון אַרָם, און פֶּקַח דעם זון פֿון רמַליָהון.
38און יוֹתָם האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און ער איז באַגראָבן געװאָרן לעבן זײַנע עלטערן אין זײַן פֿאָטער דָוִדס-שטאָט. און זײַן זון אָחָז איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.[8]