AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Hosea 7
◄ Hosea 6
Hosea 7
הוֹשֵעַ 7
Hosea 8 ►
1װי איך װיל הײלן {רפא}[1] יִשׂרָאֵל,
אַזױ װערט אַנטפּלעקט די זינד פֿון אפֿרים,
און די בײזן פֿון שוֹמרוֹן;
װאָרעם זײ באַגײען פֿאַלשקײט,
און אַ גנבֿ ברעכט אײַן,
אַ באַנדע באַפֿאַלט אױף דער גאַס.
2און זאָלן זײ זיך נישט טראַכטן אין זײער האַרצן,
אַל דאָס בײז זײערס געדענק איך;
אַצונד האָבן זײערע מעשׂים זײ אַרומגערינגלט,
אַקעגן מײַן פּנים זײַנען זײ.
3מיט זײער בײז דערפֿרײען זײ דעם מלך,
און מיט זײערע ליגנס די האַרן.
4אַלע זײַנען זײ נוֹאפֿים,
װי אַן אױװן אָנגעהײצט פֿון בעקער,
װאָס מע הערט בלױז אױף שאַרן
פֿון פֿאַרקנעטן דעם טײג ביז זײַן זױער װערן.
5אין דעם טאָג פֿון אונדזער מלך,
זײַנען די האַרן קראַנק פֿון װײַנדערהיצונג;
ער אַלײן שטרעקט אױס זײַן האַנט מיט די שפּעטער.
6װאָרעם זײ האָבן צוגעברײט זײער האַרץ
װי אַן אױװן אין זײער לױער;
אַ גאַנצע נאַכט שלאָפֿט זײער בעקער,
פֿרימאָרגנס ברענט ער אַזױ װי פֿלאַמפֿײַער.
7זײ אַלע גליען װי אַן אױװן,
און זײ פֿאַרצערן זײערע ריכטער;
אַלע זײערע מלכים זײַנען געפֿאַלן,
קײנער צװישן זײ רופֿט נישט צו מיר.
8אפֿרים, ער מישט זיך מיט די פֿעלקער,
אפֿרים איז געװאָרן אַ נישט איבערגעקערטער קוכן.
9פֿרעמדע האָבן אױפֿגעגעסן זײַן כּוֹח,
און ער מערקט נישט;
שױן גראָע האָר דורכגעשפּריצט בײַ אים,
און ער מערקט נישט.
10און דער שטאָלץ פֿון יִשׂרָאֵל איז געבױגן פֿאַר זײַן פּנים,
אָבער זײ קערן זיך נישט אום צו ה׳ זײער ג-ט,
און זײ זוכן אים נישט בײַ אַלעם דעם.
11און אפֿרים איז געװאָרן װי אַ נאַרישע טױב, אָן שׂכל,
מִצרַיִם האָבן זײ גערופֿן,
קײן אשור זײַנען זײ געגאַנגען.
12װי זײ װעלן גײן, װעל איך אױסשפּרײטן אױף זײ מײַן נעץ,
װי פֿױגלען פֿון הימל װעל איך זײ אַראָפּנידערן;
איך װעל זײ שטראָפֿן װי איך האָב געלאָזט הערן זײער עדה.
13װײ צו זײ, װאָס זײ זײַנען אַװעק פֿון מיר!
פֿאַרװיסטונג אױף זײ, װאָס זײ האָבן געבראָכן אָן מיר!
און איך זאָל זײ אױסלײזן,
װען זײ האָבן גערעדט ליגנס אױף מיר?
14און זײ שרײַען נישט צו מיר מיט זײער האַרצן,
אַז זײ יאָמערן אױף זײערע געלעגערס;
װעגן תּבֿואה און װײַן רודלען זײ זיך,
אָן מיר װידערשפּעניקן זײ.
15און איך האָב געלערנט,
געשטאַרקט זײערע אָרעמס,
אָבער זײ טראַכטן שלעכטס אױף מיר.
16זײ קערן זיך, אָבער נישט צו דער הײך,
װי אַ פֿאַלשער בױגן זײַנען זײ געװאָרן.
װעלן פֿאַלן דורכן שװערד זײערע האַרן
פֿאַר דעם צאָרן פֿון זײער צונג;
דאָס װעט זײַן אַ שפּאָט פֿון זײ אין לאַנד מִצרַיִם.
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Hosea 6Hosea 8 ►