AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Micah 6
◄ Micah 5
Micah 6
מִיכָה 6
Micah 7 ►
1הערט אַקאָרשט צו װאָס ה׳ זאָגט:
שטײ אױף, טענה פֿאַר די בערג,
און זאָלן הערן די הײכן דײַן קֹול.
2הערט צו, איר בערג, דעם קריג פֿון ה׳,
און איר מאַכטיקע, די גרונטפֿעסטן פֿון דער ערד;
װאָרעם ה׳ האָט אַ קריג מיט זײַן פֿאָלק,
און מיט יִשׂרָאֵל װעט ער אַ װיכּוח האָבן.
3מײַן פֿאָלק, װאָס האָב איך דיר געטאָן?
און מיט װאָס האָב איך דיך מיד געמאַכט?
זאָג עדות אַקעגן מיר.
4װאָרעם איך האָב דיך אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם,
און פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט דיך אױסגעלײזט,
און דיר פֿאַרױס געשיקט משהן, אַהרֹנען, און מִריָמען.
5מײַן פֿאָלק, דערמאָן זיך אַקאָרשט
װאָס בָלָק דער מלך פֿון מוֹאָבֿ האָט באַראָטן,
און װאָס אים האָט געענטפֿערט בִלעָם דער זון פֿון בעוֹרן;
װאָס איך האָב געטאָן פֿון שִטים ביז גִלגָל,
כּדי מע זאָל װיסן די גערעכטיקײט פֿון ה׳.
6מיט װאָס זאָל איך קומען פֿאַר ה׳,
און מיך בײגן פֿאַר דעם אַלע העכסטן אלֹקים?
זאָל איך קומען פֿאַר אים מיט בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה},
מיט קעלבער אײניאָריקע?
7װעט ה׳ באַװיליקן טױזנטן װידערס,
צען טױזנטן טײַכן מיט אײל?
זאָל איך געבן מײַן בכוֹר פֿאַר מײַן פֿאַרברעך,
די פֿרוכט פֿון מײַן לײַב פֿאַר דער זינד פֿון מײַן זעל?
8מע האָט דיר אָנגעזאָגט, מענטש, װאָס איז גוט,
און װאָס ה׳ פֿאַרלאַנגט פֿון דיר:
נאָר בלױז טאָן גערעכטיקײט און ליב האָבן גענאָד,
און אומגײן שטיל פֿאַר דײַן ג-ט.
9האָרך! ה׳ רופֿט צו דער שטאָט –
און דער קלוגער װעט אַכטן אױף דײַן נאָמען –
הערט דעם שטעקן, און װער דאָס האָט באַשערט.
10קען איך נאָכאַנאַנד פֿאַרגעסן דאָס הױז פֿון דעם אומגערעכטן,
די שאַצן פֿון אומרעכט און די קאַרגע מאָס די פֿאַרשאָלטענע?
11קען איך רײן מאַכן פֿאַר אומגערעכטע װאָגשאָלן,
און פֿאַר אַ בײַטל מיט פֿאַלשע װאָגשטײנער?
12װאָרעם אירע רײַכע לײַט זײַנען פֿול מיט רױב,
און אירע באַװױנער רעדן פֿאַלש,
און זײער צונג איז באַטרוג אין זײער מױל.
13דערום האָב איך אױך דיך געשלאָגן ביז קראַנק,
דיך פֿאַרװיסט פֿאַר דײַנע זינד.
14דו װעסט עסן און נישט זאַט װערן,
און דײַן הונגער װעט זײַן אין דײַנע אינגעװײד;
און װעסט טראָגעדיק װערן, און נישט געװינען,
און װאָס דו װעסט געװינען װעל איך צום שװערד איבערגעבן.
15דו װעסט זײען, און נישט שנײַדן,
דו װעסט טרעטן אײלבערטן, און זיך נישט זאַלבן מיט אײל,
און טרױבנזאַפֿט, און נישט טרינקען קײן װײַן.
16װײַל אָפּגעהיט װערן די מינהגים פֿון עָמרין,
און אַל די טועניש פֿון אַחאָבֿס הױז,
און איר זײַט געגאַנגען אין זײערע עצות;
דערום װעל איך דיך מאַכן פֿאַר אַ שרעק,
און אירע באַװױנער פֿאַר אַ שמוצערונג;
און די שאַנד פֿון מײַן פֿאָלק װעט איר טראָגן.
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Micah 5Micah 7 ►