1הערט דאָס דאָזיקע װאָרט װאָס איך הײב אױף פֿאַר אַ קלאָגליד אױף אײַך, איר הױז פֿון יִשׂרָאֵל:
2געפֿאַלן נישט מער אױפֿצושטײן
איז די יונגפֿרױ יִשׂרָאֵל.
זי ליגט אַנידערגעװאָרפֿן אױף איר ערד,
נישטאָ װער זאָל זי אױפֿשטעלן.
3װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳:
די שטאָט װאָס פֿלעגט אַרױס מיט טױזנט,
װעט בלײַבן בײַ הונדערט,
און די װאָס פֿלעגט אַרױס מיט הונדערט,
װעט בלײַבן בײַ צען, פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל.
4װאָרעם אַזױ האָט ה׳ געזאָגט צום הױז פֿון יִשׂרָאֵל:
זוכט מיך, און לעבט;
5און איר זאָלט נישט זוכן בֵית-אֵל,
און קײן גִלגָל זאָלט איר נישט קומען,
און קײן באֵר-שֶבַֿע זאָלט איר נישט אַריבערגײן;
װאָרעם גִלגָל װעט אין גלות גײן,
און בֵית-אֵל װעט צו נישט װערן.
6זוכט ה׳, און לעבט;
כּדי ער זאָל נישט אױסברעכן װי אַ פֿײַער אין הױז פֿון יוֹסף,
און עס װעט פֿאַרצערן, אַז קײן לעשער װעט נישט זײַן פֿאַר בֵית-אֵל;
7די װאָס פֿאַרקערן גערעכטיקײט אין װערמוט,
און רעכטפֿאַרטיקײט לײגן זײ צו דער ערד.
8דעם װאָס מאַכט דעם זיבנשטערן און דעם אָריאָנשטערן,
און פֿאַרקערט טױטשאָטן אין פֿרימאָרגן,
און פֿאַרפֿינצטערט טאָג אין נאַכט;
דעם װאָס רופֿט די װאַסערן פֿון ים,
און גיסט זײ אױס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד,
ה׳ איז זײַן נאָמען;
9דעם װאָס בליצט אַרױס אַ בראָך אױפֿן שטאַרקן,
און אַ בראָך קומט אױף דער פֿעסטונג.
10זײ האָבן פֿײַנט דעם װאָס מוסרט אין טױער,
און דעם װאָס רעדט ערלעך פֿאַראומװערדיקן זײ.
11דערום, װײַל איר טרעט אױפֿן אָרעמאַן,
און אָפּגאָב פֿון תּבֿואה נעמט איר פֿון אים,
האָט איר הײַזער פֿון געהאַקטע שטײנער געבױט,
און װעט אין זײ נישט װױנען;
האָט איר גלוסטיקע װײַנגערטנער געפֿלאַנצט,
און װעט נישט טרינקען זײער װײַן.
12װאָרעם איך װײס, אײַערע פֿאַרברעכן זײַנען פֿיל,
און שטאַרק אײַערע זינד,
איר, װאָס דריקט דעם גערעכטן, װאָס נעמט שוחד,
און קריװדעט די אבֿיוֹנים אין טױער.
13דערום שװײַגט דער פֿאַרשטאַנדיקער אין אַזאַ צײַט,
װאָרעם אַ בײזע צײַט איז דאָס.
14זוכט גוטס און נישט שלעכטס,
כּדי איר זאָלט לעבן,
און ה׳, אלוקי צבָֿאוֹת, װעט זײַן מיט אײַך,
אַזױ װי איר פֿאַרלאַנגט.
15האָט פֿײַנט שלעכטס, און האָט ליב גוטס,
און שטעלט אױף אין טױער גערעכטיקײט,
אפֿשר װעט ה׳, אלוקי צבָֿאוֹת,
לײַטזעליקן דעם איבערבלײַב פֿון יוֹסף.
16פֿאַר װאָר, אַזױ האָט געזאָגט ה׳, אלוקי צבָֿאוֹת, אֲדֹנָי:
אין אַלע מערק װעט זײַן אַ קלאָג,
און אין אַלע גאַסן װעט מען זאָגן: אָי! אָי!
און מע װעט רופֿן דעם אַקערמאַן צו טרױער,
און צו קלאָג די געניטע אין יאָמערן.
17און אין אַלע װײַנגערטנער װעט זײַן אַ קלאָג,
אַז איך װעל דורכגײן צװישן דיר, זאָגט ה׳.
18װײ, די װאָס באַגערן דעם טאָג פֿון ה׳!
צו װאָס טױג אײַך דען דער טאָג פֿון ה׳?
ער איז פֿינצטער און נישט ליכטיק.
19אַזױ װי װען אַ מענטש אַנטלױפֿט פֿון אַ לײב,
און אים באַגעגענט אַ בער,
און ער קומט אין הױז,
און לענט זײַן האַנט אָן דער װאַנט,
און אַ שלאַנג בײַסט אים אײַן.
20פֿאַר װאָר, חוֹשך איז דער טאָג פֿון ה׳, און נישט ליכטיק,
און פֿינצטער און אָן אַ שימער אין אים.
21איך האָב פֿײַנט, איך פֿאַראַכט אײַערע יוֹם-טובֿים,
און איך קען נישט שמעקן אײַערע אײַנזאַמלונגען.
22אַפֿילו אַז איר ברענגט מיר אױף בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}
און אײַערע שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה}, באַװיליק איך נישט,
און אײַערע געשטאָפּטע פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים} קוק איך נישט אָן.
23טו אָפּ פֿון מיר די ברומונג פֿון דײַנע געזאַנגען,
און דאָס שפּיל פֿון דײַנע גיטאַרן לאָמיך נישט הערן.
24נאָר לאָז קװעלן װי װאַסער גערעכטיקײט,
און רעכטפֿאַרטיקײט װי אַ שטראָם אַ שטאַרקער.
25האָט איר מיר שלאַכטאָפּפֿער און שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה} געבראַכט אין דער מדבר, פֿאַר די פֿערציק יאָר, איר הױז פֿון יִשׂרָאֵל? 26דערום װעט איר טראָגן סִכּות אײַער קיניג, און כִּיאָן, אײַערע געצנבילדער, אײַער שטערנג‑ט װאָס איר האָט אײַך געמאַכט. 27און איך װעל אײַך פֿאַרטרײַבן פֿון יענער זײַט דַמֶשֶׂק, זאָגט ה׳ – אלוקי צבָֿאוֹת איז זײַן נאָמען.