AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Micah 2
◄ Micah 1
Micah 2
מִיכָה 2
Micah 3 ►
1װײ צו די װאָס טראַכטן אומרעכט,
און אַרבעטן אױס בײז אױף זײערע געלעגערס!
אין ליכט פֿון פֿרימאָרגן פֿירן זײ עס אױס,
װײַל עס איז אין דער מאַכט פֿון זײער האַנט.
2און זײ גלוסטן פֿעלדער און גזלען,
און הײַזער און נעמען צו;
און באַרױבן אַ מאַן מיט זײַן הױז,
און אַ מענטשן מיט זײַן נחלה.
3דערום האָט ה׳ אַזױ געזאָגט:
זע, איך טראַכט אױף דער דאָזיקער משפּחה אַ בײז
װאָס איר װעט נישט קענען אָפּטאָן דערפֿון אײַערע העלדזער,
און איר װעט נישט גײן מיט אַן אױפֿגעהױבענעם קאָפּ,
װאָרעם אַ בײזע צײַט װעט דאָס זײַן.
4אין יענעם טאָג װעט מען אױפֿהײבן אױף אײַך אַ שפּרוך,
און מע װעט קלאָגן אַ קלאָג פֿון באַקלאָגעניש,
מע װעט זאָגן: פֿאַרװיסטן פֿאַרװיסט זײַנען מיר געװאָרן;
דעם טײל פֿון מײַן פֿאָלק טוט ער בײַטן.
װי טוט ער מיך דערװײַטערן!
דעם אַװעקרױבער צעטײלט ער אונדזערע פֿעלדער.
5פֿאַר װאָר, קײנער פֿון דיר װעט נישט װאַרפֿן
אַ שנור לױט גורל אין דער עדה פֿון ה׳.
6איר זאָלט נישט דַרשען! דַרשען זײ;
מע דאַרף נישט דַרשען צו די דאָזיקע,
װעט מען קײן חרפּות נישט קריגן.
7טו איך זיך דען בײַטן, הױז פֿון יעקבֿ?
צי איז קורץ געװאָרן דאָס רוּחַ פֿון ה׳ {רוּחַ הַקֹּדֶשׁ}?
זײַנען דאָס זײַנע טוּונגען?
טוען נישט מײַנע װערטער גוטס מיט דעם װאָס גײט גלײַך?
8אָבער מײַן פֿאָלק פֿון אַנוסטן שטעלט זיך אױף פֿאַר אַ פֿײַנט;
פֿון דעם װאָס קומט אַנטקעגן ציט איר קלײד און מאַנטל אַראָפּ,
פֿון רויִקע דורכגײער, אָפּגענײגטע פֿון מלחמה.
9די װײַבער פֿון מײַן פֿאָלק פֿאַרטרײַבט איר פֿון זײער נחתדיקער הײם;
פֿון זײערע עוֹפֿעלעך נעמט איר אַװעק מײַן צירונג אױף אײביק.
10שטײט אױף און גײט,
װאָרעם נישטאָ דאָ קײן רוּונג,
פֿון װעגן דער טומאה װאָס צעשטערט, און אַ שטאַרקע צעשטערונג.
11אַז אַ מאַן װאָס גײט אום מיט װינט און ליגן, זאָל פֿעלשן:
איך װעל דיר דַרשען פֿון װײַן און פֿון טרונק,
װאָלט ער װערן אַ דַרשן בײַ דעם דאָזיקן פֿאָלק.
12זאַמלען אײַנזאַמלען װעל איך דיך, יעקבֿ, אין גאַנצן,
קלײַבן אױפֿקלײַבן װעל איך דעם איבערבלײַב פֿון יִשׂרָאֵל.
איך װעל זײ צונױפֿטאָן אין אײנעם װי שאָף אין געהעפֿט,
װי אַ סטאַדע אין איר פֿיטערפּלאַץ;
זײ װעלן רױשן מיט מענטשן.
13דער דורכברעכער גײט אַרױף זײ פֿאַרױס,
זײ ברעכן דורך און גײען װײַטער,
דורך דעם טױער און אַרױס דורך אים,
און זײער מלך גײט זײ פֿאַרױס,
און ה׳ איז זײער אָנפֿירער.
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Micah 1Micah 3 ►