1דאָס װאָרט פֿון ה׳ װאָס איז געװען צו מִיכָהן פֿון מוֹרֶשֶת, אין די טעג פֿון יוֹתָם, אָחָז, יחִזקִיָה, די מלכים פֿון יהוּדה, װאָס ער האָט געזען אױף שוֹמרוֹן און ירושָלַיִם.
2הערט איר פֿעלקער אַלע,
פֿאַרנעם דו ערד און איר פֿולקײט;
און אֲדֹנָי ה׳ װעט זײַן צום עדות קעגן אײַך,
דער האַר פֿון זײַן הײליקן הֵיכל.
3װאָרעם זע, ה׳ גײט אַרױס פֿון זײַן אָרט,
און װעט נידערן און טרעטן אױף די הײכן פֿון דער ערד.
4און די בערג װעלן צעגײן אונטער אים,
און די טאָלן װעלן זיך שפּאַלטן,
װי װאַקס פֿאַרן פֿײַער,
װי װאַסער אױסגעגאָסן אין אַ נידערונג.
5איבער דעם פֿאַרברעך פֿון יעקבֿ איז דאָס אַלץ,
און איבער די זינד פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל.
װער איז דער פֿאַרברעך פֿון יעקבֿ
אױב נישט שוֹמרוֹן?
און װער די בָמות פֿון יהוּדה
אױב נישט ירושָלַיִם?
6דערום װעל איך מאַכן שוֹמרוֹן פֿאַר אַ פֿעלדהױפֿן,
פֿאַר פֿלאַנצונגען פֿון װײַנגערטנער.
און איך װעל שלײַדערן צום טאָל אירע שטײנער,
און אירע גרונטפֿעסטן װעל איך אַנטפּלעקן.
7און אַלע אירע געשניצטע געצן װעלן צעהאַקט װערן,
און אַלע אירע זוֹנה-לױנען װעלן פֿאַרברענט װערן אין פֿײַער,
און אַלע אירע געצנבילדער װעל איך מאַכן צו װיסט;
װאָרעם פֿון זוֹנה-לױן האָט זי זײ אױפֿגעקליבן,
און צו זוֹנה-לױן זאָלן זײ װידער װערן.
8דערױף װעל איך קלאָגן און יאָמערן,
איך װעל אומגײן באָרװעס און נאַקעט,
איך װעל מאַכן אַ קלאָג װי די שאַקאַלן,
און אַ טרױער װי שטרױספֿױגלען.
9װאָרעם שװער זײַנען אירע שלעק,
װאָרעם עס איז געקומען ביז יהוּדה,
עס גרײכט ביזן טױער פֿון מײַן פֿאָלק,
ביז ירושָלַיִם.
10נישט דערצײלן זאָלט איר אין גַת,
װײנען זאָלט איר נישט װײנען;
אין בֵית-לעָפֿרָה אין שטױב טו זיך קײַקלען.
11גײ דיר אַװעק, באַװױנערין פֿון שָפֿיר,
נאַקעט צו שאַנד;
נישט אַרױסגײן דערװעגט זיך די באַװױנערין פֿון צַעֲנָן
אַ קלאָג איז אין בֵית-אֵצֶל;
מע נעמט פֿון אײַך אָפּ זײַן באַשטאַנד.
12יאָ, געאַנגסט נאָך גוטס האָט די באַװױנערין פֿון מָרוֹת,
אָבער גענידערט האָט בײז פֿון ה׳ צום טױער פֿון ירושָלַיִם.
13שפּאַן דעם רײַטװאָגן צו די לױפֿפֿערד,
באַװױנערין פֿון לָכיש;
זי איז דער אָנהײב זינד געװען פֿאַר דער טאָכטער צִיוֹן;
װאָרעם בײַ דיר זײַנען געפֿונען געװאָרן
די פֿאַרברעכן פֿון יִשׂרָאֵל.
14דערום װעסטו געזענג-מתָּנות געבן צו מוֹרֶשֶת-גַת;
די הײַזער פֿון אַכזיבֿ װעלן װערן צום אָפּנאַר
פֿאַר די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל.
15איך װעל נאָך ברענגען אַ יוֹרש אױף דיר,
באַװױנערין פֿון מָרֵשָה,
ביז קײן עַדולָם װעט קומען דער כּבֿוד פֿון יִשׂרָאֵל.
16מאַך דיר אַ פּליך און שער דיך אָפּ,
איבער דײַנע געצערטלטע קינדער,
מאַך ברײט דײַן פּליך װי דער גײערפֿױגל,
װאָרעם זײ זײַנען אין גלות אַװעק פֿון דיר.