AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Isaiah 22
◄ Isaiah 21
Isaiah 22
יְשַעְיָה 22
Isaiah 23 ►
1די נבֿואה אױף דעם טאָל פֿון זעונג:
װאָס איז דיר דען
װאָס דו ביסט אין גאַנצן אױף די דעכער אַרױף,
2דו פֿולע מיט טומל,
דו רױשיקע שטאָט, דו לוסטיקער כּרך?
דײַנע דערשלאָגענע זײַנען נישט פֿון שװערד דערשלאָגן,
און נישט אין מלחמה געטײטע.
3אַלע דײַנע האַרן זײַנען אין אײנעם אַנטלאָפֿן,
אָן אַ בױגן זײַנען זײ געפֿאַנגען געװאָרן;
אַלע דײַנע געפֿונענע זײַנען אין אײנעם געפֿאַנגען געװאָרן –
די װאָס זײַנען אין דער װײַט אַנטלאָפֿן.
4דערום האָב איך געזאָגט:
קערט אײַך אָפּ פֿון מיר, לאָמיך ביטערלעך װײנען;
איר זאָלט נישט צושטײן מיך צו טרײסטן,
אױף דעם בראָך פֿון דער טאָכטער מײַן פֿאָלק.
5װאָרעם אַ טאָג פֿון טומל און טרעטונג און צעטומלטקײט
איז בײַ אֲדֹנָי, ה׳ צבָֿאוֹת, אין טאָל פֿון זעונג;
מע ברעכט מױערן, און אַ געשרײ ביזן באַרג.
6און עֵילָם טראָגט דעם פֿײַלבײַטל,
מיט אַ מחנה מענטשן רײַטער,
און קיר האָט אַנטבלױזט דעם שילד.
7און עס איז געװען,
אַז דײַנע בעסטע טאָלן זײַנען פֿול געװאָרן מיט רײַטװעגן,
און די רײַטער האָבן שטעלן זיך אױסגעשטעלט קעגן טױער,
8און דעם צודעק פֿון יהוּדה האָט מען אָפּגעדעקט.

אין יענעם טאָג האָסטו אױסגעקוקט אױפֿן װאַפֿן פֿון װאַלד-הױז. 9און די שפּאַלטן פֿון דָוִדס-שטאָט האָט איר געזען אַז זײ זײַנען פֿיל; און איר האָט אײַנגעזאַמלט דאָס װאַסער פֿון אונטערשטן טײַך. 10און די הײַזער פֿון ירושָלַיִם האָט איר פֿאַרצײכנט, און אײַנגעװאָרפֿן די הײַזער צו באַפֿעסטיקן די מױער. 11און אַ זאַמלאָרט צװישן די צװײ מױערן האָט איר געמאַכט, פֿאַר דעם װאַסער פֿון אַלטן טײַך. און איר האָט נישט געקוקט צו דעם װאָס האָט עס געטאָן, און דעם װאָס האָט עס באַשערט פֿון לאַנג אָן האָט איר נישט געזען.

12און אֲדֹנָי, ה׳ צבָֿאוֹת, האָט גערופֿן אין יענעם טאָג,
צו געװײן און צו קלאָג און צו פּליכעניש,
און צום אָנגורטן זאַק;
13ערשט עס איז שָׂשׂון-וּשׂימחה,
קױלן רינדער און שעכטן שאָף,
עסן פֿלײש, און טרינקען װײַן;
עסן און טרינקען, װאָרעם מאָרגן װעלן מיר שטאַרבן.
14און ה׳ צבָֿאוֹת האָט זיך אַנטפּלעקט אין מײַנע אױערן:
אױב די דאָזיקע זינד װעט אײַך פֿאַרגעבן װערן
ביז איר װעט שטאַרבן!
האָט געזאָגט אֲדֹנָי, ה׳ צבָֿאוֹת.

15אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי, ה׳ צבָֿאוֹת: גײ קום צו דעם דאָזיקן אױפֿזעער, צו שֶבֿנאָ[1] װאָס איבערן פּאַלאַץ: 16װאָס האָסטו דאָ, און װעמען האָסטו דאָ, װאָס דו האָסט דיר דאָ אַ קבֿר אױסגעהאַקט, דו װאָס האָסט אױסגעהאַקט אין דער הײך דײַן קבֿר, זיך אױסגעשניטן אין פֿעלדז אַ װױנונג? 17זע, ה׳ שלײַדערט דיך אַ מאַכטיקן שלײַדער, און דרײט דיך אום דרײענדיק; 18קוליִען אין אַ קֹול װעט ער דיך אַװעקקוליען, װי אַ באַל, אין אַ ברײטרױמיק לאַנד. דאָרטן װעסטו שטאַרבן, און דאָרטן װעלן זײַן דײַנע פּראַכטיקע רײַטװעגן, דו שאַנד פֿון דעם הױז פֿון דײַן האַר! 19און איך װעל דיך אַראָפּשטױסן פֿון דײַן שטאַנד, און פֿון דײַן שטעל װעט מען דיך אַראָפּװאַרפֿן. 20און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעל איך רופֿן מײַן קנעכט אֶליָקים דעם זון פֿון חִלקִיָהון. 21און איך װעל אים אָנטאָן דײַן מאַנטל, און דײַן גאַרטל װעל איך אים אַרומבינדן, און דײַן ממשלה װעל איך געבן אין זײַן האַנט; און ער װעט זײַן פֿאַר אַ פֿאָטער צום באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, און צום הױז פֿון יהוּדה. 22און איך װעל געבן דעם שליסל פֿון דָוִדס הױז אױף זײַן אַקסל, און ער װעט עפֿענען, און קײנער װעט נישט פֿאַרשליסן, און ער װעט פֿאַרשליסן, און קײנער װעט נישט עפֿענען. 23און איך װעל אים באַפֿעסטיקן װי אַ פֿלעקל אין אַ זיכערן אָרט; און ער װעט זײַן אַ טראָן פֿון כּבֿוד פֿאַר זײַן פֿאָטערס הױז. 24און דאָס גאַנצע געזעמל פֿון זײַן פֿאָטערס הױז, קינד און קײט, װעלן אָנהענגען אױף אים אַלע קלײנע געפֿעסן, פֿון די בעקנגעפֿעסן און ביז אַלע קרוגגעפֿעסן. 25אין יענעם טאָג, זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, װעט אָפּגעטאָן װערן דאָס פֿלעקל װאָס איז באַפֿעסטיקט אין אַ זיכערן אָרט,[2] און װעט אָפּגעהאַקט װערן און אַראָפּפֿאַלן, און די משׂא װאָס אױף אים װעט פֿאַרשניטן {כרת}[3] װערן; װאָרעם ה׳ האָט גערעדט.

Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteRevelation 3 →

1און צו דעם מלאך פון דער קהלה אין סארדעס שרייב:

דאס זאגט דער, וועלכער האט די זיבן גייסטער פון ה׳, און די זיבן שטערן: 2איך קען דיינע מעשים, אז דו האסט א נאמען, אז דו לעבסט, און ביסט טויט. זיי וואך, און שטארק די איבריקע, וואס האלטן ביים שטארבן: ווארום איך האב נישט געפונען דיינע מעשים שלמותדיק פאר מיין ג‑ט. 3געדענק זשע וויאזוי דו האסט מקבל געווען און געהערט, און היט עס אפ, און טו תשובה. אויב דעריבער דו וועסט נישט וואכן, וועל איך קומען, ווי א גנב, און דו וועסט נישט וויסן, אין וועלכער שעה איך וועל קומען איבער דיר. 4נאר דו האסט אין סארדעס אייניקע נעמען, וועלכע האבן נישט באפלעקט זייערע מלבושים; און זיי וועלן גיין מיט מיר אין ווייסן; ווייל זיי זענען ראוי. 5דער, וואס איז מנצח, וועט אזוי זיין אנגעקליידט אין ווייסע מלבושים; און איך וועל בשום אופן נישט אויסמעקן זיין נאמען פון דעם ספר החיים, און וועל באקענען זיין נאמען פאר דעם פאטער מיינעם און פאר זיינע מלאכים. 6ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן, וואס דער גייסט זאגט צו די קהלות.

7און צו דעם מלאך פון דער קהלה אין פילאדעלפיא שרייב:

דאס זאגט דער הייליקער, דער ווארהאפטיקער, דער, וועלכער האט דעם שליסל פון דוד, דער, וועלכער עפנט אויף, און קיינער שליסט נישט צו; און וועלכער פארשליסט און קיינער עפענט נישט (ישעיהו כב, כב.); 8איך קען דיינע מעשים. אָט האב איך געגעבן פאר דיר אן אפענע טיר, וואס קיינער וועט זי נישט קענען צושליסן; ווייל דו האסט ווייניק קראפט, און האסט אפגעהיטן מיין ווארט, און נישט פארלייקנט מיין נאמען. 9זע, איך גיב פון דער בית הכנסת (פארפירן דורך) שׂטן די, וועלכע זאגן וועגן זיך, אז זיי זענען יידן, און זענען עס נישט, נאר זאגן שקרים; אָט וועל איך זיי מאכן קומען און זיך בוקן פאר דיינע פיס, און זיי וועלן וויסן, אז איך האב דיך ליב. 10ווייל דו האסט אפגעהיטן דאס ווארט פון מיין סבלנות, וועל איך דיך אויך אפהיטן פון דער שעה פון נסיון, וואס גייט קומען איבער דער גאנצער באוואוינטער וועלט, אויסצופרואוון די איינוואוינער אויף דער ערד. 11איך קום גיך; האלט פעסט, וואס דו האסט, כדי קיינער זאל נישט אוועקנעמען דיין קרוין. 12דעם, וואס איז מנצח, וועל איך מאכן פאר א זייל אין דעם היכל פון מיין ג‑ט, און ער וועט מער נישט ארויסגיין (פון דארטן); און איך וועל אויפשרייבן אויף אים דעם נאמען פון מיין ג‑ט, און דעם נאמען פון דער שטאט פון מיין ג‑ט, דאס נייע ירושלים, וואס נידערט אראפ פון הימל פון מיין ג‑ט, און מיין נייעם נאמען. 13ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן, וואס דער גייסט זאגט צו די קהלות.

14און צו דעם מלאך פון דער קהלה אין לאאדיצעא שרייב:

דאס זאגט דער אמן, דער באגלויבטער און ווארהאפטיקער עדות, דער אנהויב פון ה׳ס באשאפונג: 15איך קען דיינע מעשים, אז דו ביסט נישט קאלט, נישט הייס; הלוואי וואלסט דו געווען קאלט אדער הייס. 16אָט אזוי, ווייל דו ביסט לעבלעך, און נישט הייס, און נישט קאלט, וועל איך דיך אויסשפייען פון מיין מויל. 17ווייל דו זאגסט: איך בין רייך און האב דערווארבן אן עשירות, און דארף גארנישט האבן, און ווייסט נישט, אז דו ביסט עלנט און אומגליקלעך און ארעם און בלינד און בלויז; 18איך עצה דיר צו קויפן ביי מיר גאלד, וואס איז געלייטערט געווארן אין פייער, כדי דו זאלסט ווערן רייך; און ווייסע קליידער, כדי דו זאלסט דיך אנטאן, און די חרפה פון דיין נאקעטקייט זאל זיך נישט אנטפלעקן; און אויגנזאלב, צו זאלבן דיינע אויגן, כדי דו זאלסט זען. 19וועלכע איך האב ליב, די שטראף איך און ציכטיק; זיי זשע אייפערדיק און טו תשובה. 20אָט שטיי איך פאר דער טיר און קלאפ; ווען עמיצער וועט הערן מיין קול און עפענען די טיר, וועל איך אריינקומען צו אים און עסן מיט אים די סעודה, און ער מיט מיר. 21ווער עס איז מנצח, דעם וועל איך געבן צו זיצן מיט מיר אויף מיין כסא הכבוד, ווי אויך איך האב מנצח געווען און מיך אנידערגעזעצט מיט מיין פאטער אויף זיין כסא הכבוד. 22ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן, וואס דער גייסט זאגט צו די קהלות.
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Isaiah 21Isaiah 23 ►