1די נבֿואה אױף מוֹאָבֿ:
פֿאַר װאָר, איבער נאַכט איז פֿאַרװיסט געװאָרן עָר-מואָבֿ,
פֿאַרשניטן געװאָרן;
פֿאַר װאָר, איבער נאַכט איז פֿאַרװיסט געװאָרן קיר-מואָבֿ,
פֿאַרשניטן געװאָרן.
2ער איז אַרױפֿגעגאַנגען קײן בַיִת און דיבֿוֹן,
אױף די בָמות צו װײנען;
אױף נבֿוֹ און אױף מֵידבֿאָ טוט יאָמערן מוֹאָבֿ;
אױף אַלע זײַנע קעפּ איז אַ פּליך,
יעטװעדער באָרד איז אָפּגעשניטן.
3אין זײַנע גאַסן גורט מען אָן זאַק;
אױף אירע דעכער און אין אירע מערק,
טוט איטלעכער יאָמערן, צעגײט אין געװײן.
4און קלאָגן טוט חֶשבוֹן און אֶלעָלֵה,
ביז יַהַץ װערט געהערט זײער קֹול;
דערום שרײַען די באַװאָפֿנטע פֿון מוֹאָבֿ;
זײַן זעל טוט אים ציטערן.
5מײַן האַרץ אױף מוֹאָבֿ טוט קלאָגן,
אירע אַנטלאָפֿענע גרײכן ביז צוֹעַר,
דער עגלת־שלישיה;
װאָרעם דער אַרױפֿגאַנג פֿון לוחית,
אים גײט מען אַרױף מיט געװײן;
װאָרעם אױף דעם װעג פֿון חוֹרוֹנַיִם
אַ בראָכגעשרײ הײבן זײ אױף.
6װאָרעם די װאַסערן פֿון נִמרים װעלן אַ װיסטעניש װערן;
װאָרעם פֿאַרדאַרט איז דאָס קרײַטעכץ,
פֿאַרלענדט איז דאָס גראָז,
קײן גרינס איז נישטאָ.
7דערום, די שפֿע װאָס זײ האָבן אָנגעזאַמלט,
און דאָס װאָס זײ האָבן באַהאַלטן,
װעלן זײ צום טײַך פֿון די װערבעס אַװעקטראָגן.
8װאָרעם דאָס געשרײ האָט אַרומגערינגלט
דעם געמאַרק פֿון מוֹאָבֿ;
ביז אֶגלַיִם גײט איר יללה.
און ביז באֵר-אֵלים, איר יללה.
9װאָרעם די װאַסערן פֿון דימון זײַנען פֿול מיט בלוט;
װאָרעם איך װעל דימון נאָך געבן אַ צולאָג:
אַ לײב פֿאַר די אַנטרונענע פֿון מוֹאָבֿ,
און פֿאַר דעם איבערבלײַב פֿון לאַנד.