1שיקט לעמער צום געװעלטיקער פֿון לאַנד,
פֿון די פֿעלדזן װאָס צום מדבר,
צום באַרג פֿון טאָכטער צִיוֹן.
2און עס װעט זײַן:
װי אַ פֿױגל אַ פֿאַרװאָגלטער, װי אַ נעסט אַ צעטריבענער,
װעלן זײַן די טעכטער פֿון מוֹאָבֿ,
בײַ די איבערפֿאָרן פֿון אַרנוֹן.
3נעם אײן עצה, טהואַ משפּט;
מאַך דײַן שאָטן װי די נאַכט, אין מיטן העלן טאָג;
פֿאַרבאָרג די פֿאַרשטױסענע,
דעם פֿאַרװאָגלטן זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן.
4מײַנע פֿאַרשטױסענע זאָלן װױנען בײַ דיר – מוֹאָבֿ;
זײַ זײ אַ פֿאַרבאָרגעניש פֿון דעם רױבער,
ביז אַװעק איז די דריקונג,
געענדיקט דער רױב,
פֿאַרלענדט די צעטרעטער אױסן לאַנד;
5װאָרעם אױפֿגעשטעלט אױף גענאָד איז דער טראָן,
און אױף אים זיצט מיט אמת, אין דָוִדס געצעלט,
אַ ריכטער װאָס זוכט רעכט,
און איז גיך אױף גערעכטיקײט.
[1]
6מיר האָבן געהערט די שטאָלצקײט פֿון מוֹאָבֿ,
װי זײער שטאָלץ ער איז;
זײַן גאװה און זײַן שטאָלצקײט און זײַן חוצפּה,
זײַנע באַרימערײַען אָן אַ האַפֿט.
7דערום װעט יאָמערן מוֹאָבֿ אױף מוֹאָבֿ,
איטלעכער װעט יאָמערן;
נאָך די ראָזינקעקוכנס פֿון קיר-חַרֶשֶׂת װעט איר זיפֿצן,
אין גאַנצן דערשלאָגענע.
8װאָרעם די פֿעלדער פֿון חֶשבוֹן זײַנען פֿאַרװעלקט,
דער װײַנשטאָק פֿון שִׂבֿמָה,
װאָס זײַנע רױטטרױבן האָבן פֿאַרטומלט די האַרן פֿון די פֿעלקער;
ביז יַעְזֵר האָבן זײ דערגרײכט,
ביזן מדבר האָבן זײ געװאַנדערט;
אירע צװײַגן האָבן זיך צעשפּרײט,
ביז צום ים זײַנען זײ אַריבער.
9דערום באַװײן איך אין דעם געװײן פֿון יַעְזֵר,
דעם װײַנשטאָק פֿון שִׂבֿמָה;
איך טרינק דיך אָן מיט מײַנע טרערן,
חֶשבוֹן און אֶלעָלֵה;
װאָרעם אױף דײַן האַרבסטונג און אױף דײַן שניט
איז אַ קריגגעשרײ געפֿאַלן.
10און אײַנגעטאָן איז די פֿרײד
און די לוסטיקײט פֿון דעם פֿרוכטגאָרטן;
און אין די װײַנגערטנער װערט נישט געזונגען,
װערט נישט געשאַלט;
קײן װײַן אין די קעלטערן טרעט נישט דער טרעטער;
איך האָב געמאַכט אױפֿהערן הֵידָד!
11דערום ברומען װי אַ האַרף מײַנע געדערים אױף מוֹאָבֿ,
און מײַנע אינגעװײד אױף קיר-חֶרֶשׂ.
12און עס װעט זײַן, אַז עס װעט זיך אַרױסװײַזן אַז מוֹאָבֿ האָט זיך אומזיסט אײַנגעמיט אױף דער בָמָה, װעט ער אַרײַנגײן אין זײַן הײליקטום תּפֿילה טאָן, אָבער ער װעט גאָרנישט אױסריכטן.
13דאָס איז דאָס װאָרט װאָס ה׳ האָט גערעדט אױף מוֹאָבֿ אַ מאָל. 14אָבער אַצונד האָט ה׳ גערעדט, אַזױ צו זאָגן: אין דרײַ יאָר, װי די יאָרן פֿון אַ געדונגענעם, װעט גרינגעשאַצט װערן דער כּבֿוד פֿון מוֹאָבֿ, בײַ אַל דעם גרױסן טומל; און דער איבערבלײַב װעט זײַן אַ קלײן װינציקײט אָן שטאַרקײט.